ביאָגראַפֿיעס
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעלענאַ איוואַנאָוואַ
יעלענאַ איוואַנאָוואַ

לעצטנס, עלטער איך זיך מיט דער שנעלקייט פֿון אַ קוריער־צוג און אפֿשר נאָך גיכער. ס’הייסט, נאָך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן בענק איך ניט. גיכער פֿאַרקערט. וואָלט, לאָמיר זאָגן, געווען אַ מעגלעכקייט אָנהייבן אַלץ פֿון אָנהייב, וואָלט איך, ניט פֿאַרקלערנדיק זיך, אָפּגעזאָגט. נאָר... פֿיל שווערער ווערט אַריבערצוטראָגן די אומדערטרעגלעכע ישׂראלדיקע היצן, ווי אויך די קעלטן; די ראיה און געהער ווערן אָפּגעשוואַכט, דער קאָפּ דרייט זיך אויף ניט אָפּצושטעלן; די פֿיס בריקעווען זיך און ווילן ניט פֿאָלגן; און, אָפֿן גערעדט, ווערן שוין פֿאַרגעסן נעמען, אַפֿילו פֿון נאָענטע באַקאַנטע.

מיט איין וואָרט זיקנה!

קוים איז שוין געקומען צו רייד, וועל איך זיך דערלויבן נאָך אַ ביסעלע חקרנען. איז אָט: צו מאָל קלערט זיך, אַז קיין קאַלענדאַר, לויט וועלכן מענטשן ציילן זייערע אַנטרונענע זמנים און יאָרן איז גאָר אויף דער וועלט ניטאָ. יעדער איינער לעבט איבער זײַן עלטער אויף זײַן אופֿן. ווער מיט אַן אָפֿטן נעבעכדיקן קרעכץ, מיט אַ קלאָגעדיקן "אוי־וויי, אוי־וויי"; און שלעפּט אויף זיך פֿאַר דער צײַט די עלטער און ווער, ווי שווער דאָס זאָל אים ניט אָנקומען, נאָר ער טוט אַלץ, כּדי פֿאַרבאָרגן, נישט אַרויסווײַזן זײַן זאַטקייט מיט יאָרן.

אַזאַ איינער, כאָטש באמת אַ שטילער, אַ ביז גאָר דעליקאַטער, קען דיר אָנקלינגען פֿאַרטאָג, כּדי אָנזאָגן אַ גוטע, אַ ביז גאָר וויכטיקע נײַעס, דהײַנו, אַז הײַנט איז אים באַזונדערס ליכטיק אין די אויגן און גרינג אויפֿן האַרצן. אויב בײַ אים פֿרעגן פֿאַר וועלכע מעשׂים־טובֿים קומט עס אים, וועט ער אויסזאָגן זײַן סוד: אַז ענדלעך האָט ער געהאַט דעם מאָגן. פֿאַר יונגע־לײַט איז עס ניט צום באַנעמען און "נאַשבראַט" וועט מיטפֿילנדיק צושמייכלען.

די ערנסטע, די קרעכצנדיקע, לאָזן זיך נאָך פֿון דער ווײַטנס דערקענען. ס’איז גענוג וואַרפֿן אַן אויג אויף זייער אײַנגעהויקערטן גאַנג, ווי זיי האַלטן דעם קאָפּ, די פּלייצע, זייער אָנטאָן און נאָך, נאָך... אַלטקייט, דאַרף איך אײַך זאָגן, אויב ס’האָט זיך ניט צוגעטשעפּעט אַ שווערע קרענק, וואָלט געווען גאָרניט אַזוי ביטער. דער אומגליק, אָבער, באַשטייט דערין, וואָס צו דיר דערגייט, אַז דו האַלטסט שוין בײַם סאַמע סוף און ס’איז ניטאָ אויף וואָס צו האָפֿן. אַן אַלט שפּריכוואָרט האָט עס פֿאַרטײַטשט אַזוי: "אַ יונגער קען, חלילה, שטאַרבן; אַן אַלטער מוז שטאַרבן".

אָנגעהויבן האָב איך מיט אַזאַ הקדמה, כּדי זיך אַליין און אַזוינע ווי איך דערמאָנען, אַז באַזונדערס וויכטיקס טאָר מען בשום־אופֿן נישט אָפּלייגן אויף שפּעטער. ס’איז אַזוי און ניט אַנדערש. און איצט צו דער עיקר־המעשׂה וועגן מײַנע באַגעגענישן מיט אַ זעלטענער פֿרוי, וואָס מיט איר ייִדן־פֿרײַנדשאַפֿט האָט זי איבערגעלאָזט אַ ליכטיקן שפּור און לאָזט זיך ניט פֿאַרגעסן. אומקערן זיך צום דעמאָלטיקן לעבן קען איך נאָר אין די אייגענע זכרונות. העלפֿן וועלן מיר בריוו, וועלכע כ’האָב פֿאַרהיט, מײַן אַמאָליק נאָטיצביכל, וווּ כ’האָב ליידער, מיט קאַרגע ווערטער פֿאַרשריבן אונדזערע געשפּרעכן, מײַן רחובֿותער בן־עיר, יאַן קאַפּלאַן, וועלכער האָט פֿיל יאָרן געקענט מײַנע העלדן, ווי אויך מ. אַ. וואָלאָצקיס בוך "די כראָניק פֿון דאָסטאָיעווסקיס משפּחה", וואָס איז דערשינען אין יאָר 1933 און איז שוין פֿון לאַנג אַ ביבליאָגראַפֿישע זעלטנקייט.

מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט דער נאָבעלער רוסישער פֿרוי, יעלענאַ אַלעקסייעוונאַ איוואַנאָוואַ, איז פֿאָרגעקומען אין אַ קאַלטן האַרבסטיקן טאָג און אָנגעטאָן איז זי געווען כּמעט זומערדיק. אין מיטן העלן טאָג האָט אַ כליאַפּע געטאָן אַ שלאַקסרעגן, געמישט מיט שטעכיקע האָגל־גרײַפּלעך. אַ וועטער, ווען אַפֿילו אַ הונט איז אַ רחמנות פֿון שטוב אַרויסצולאָזן. פֿאַרקליבן האָבן מיר זיך אין מאָסקווער מעטראָ, וווּ ס’איז געווען אָנגעשטאָפּט מיט פּאַסאַזשירן, ווײַל אויך זיי האָבן באַשטימט איבערוואַרטן דעם רעגן.

איוואַנאָוואַ האָט מיט הייליקן צאָרן, אין קורצע מאָנאָלאָגן, מיט געפּרעסטע ווערטער דערציילט וועגן שוידערלעכע געטאָ־דאָקומענטן, וואָס איר האָט זיך אײַנגעגעבן אַרויסצובאַקומען, וועגן פּראָוואָקאַטאָרישע און דעמאַגאָגישע פּובליקאַציעס, וווּ העלדישע קעמפֿער קעגן די נאַציס ווערן באַשולדיקט אין אַל דאָס בייז.

ערשטע אײַנדרוקן. אַזוינע שטריכן: גיכער פֿאַר אַלץ איז זי פֿון די מענטשן, וואָס אַלץ גייט זיי אָן און זײַנען גרייט אײַנצושטעלן דאָס לעבן פֿאַר אַנדערע. פֿיזיש אַ שוואַך־קרעפֿטיקע, גאָר ניט פֿון די געלאַסענע, פֿאַר וועמען די שווערסטע אַרבעט איז גאָרניט טאָן. געווען איז זי אין אַ בכּבֿודיקן עלטער. איר איז שוין דאַן געגאַנגען דאָס 74סטע יאָר. לעבן איז איר פֿאַרבליבן עטוואָס מער פֿון דרײַ יאָר.

מיט יעלענאַ איוואַנאָוואַ האָט מיך צונויפֿגעפֿירט אירער אַ גוטער באַקאַנטער. גערופֿן האָט מען אים אַרטור כאַווקין — אַ מאָסקווער אינזשעניר, וועלכער האָט אויך געזאַמלט דאָקומענטאַלע מאַטעריאַלן וועגן די היטלעריסטישע רציחות און דעם ווידערשטאַנד פֿון ייִדן אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿון אַ. כאַווקינען האָט יעלענאַ איוואַנאָוואַ באַקומען אַ רשימה פֿון 121 ייִדן — העלדן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין "סאָוועטיש היימלאַנד" נ’ 5 פֿאַר 1970 (די צונויפֿשטעלער פֿון דעם מאַטעריאַל אונטער אַ קעפּל "אונדזער היימלאַנד האָט זיי געקרוינט מיט רום" זײַנען געווען אַ. פּריבלודע און אי. ברעגמאַן) און נאָך האָט ער מיט עמעצנס הילף איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רוסיש און איר איבערגעגעבן אַ פּובליקאַציע פֿון זעלבן זשורנאַל (נ’ 8, 1978) "ווער זײַנען זיי, די העלדן?" (סטאַטיסטישע אָנגאַבן וועגן 133 העלדן). די מאַטעריאַלן האָט זי אויסגענוצט אין אירע אָפֿטע אַרויסטרעטונגען. דערציילן וועגן אַזאַ איינעם ווי אַרטור כאַווקין איז אויך וויכטיק; נאָר אין דעם פֿאַל בין איך ניט דאָס אויסן.

באַגעגנט האָבן מיר זיך געציילטע עטלעכע מאָל. וועגן איר נאָבעלן אָפּשטאַם (מײַן מאַמע וואָלט געזאָגט "פֿון סאַמע צימעס"), אַז איר באָבע, וועראַ מיכײַלאָוונאַ, און דער געניאַלער רוסישער שרײַבער פֿיאָדאָר מיכײַלאָוויטש דאָסטאָיעווסקי (1821—1881) זײַנען געווען לײַבלעכע שוועסטער און ברודער, האָט זי פֿאַרשוויגן. דערוווּסט האָב איך זיך ניט פֿון איר אַליין. איר ייִחוסדיקער אָפּשטאַם האָט זיך אין די אויגן ניט געוואָרפֿן. אַזאַ איז געווען איר אָנטאָן, גאַנג, נאָר ניט איר אַרט רעדן, אָנהייבנדיק פֿון ניט קיין געוויינטלעכן זשעסט. קיין שום געירשנטע סימנים פֿון איידעלע מאַנירן און אויב יאָ אַ צייכן, איז גיכער פֿאַרקערט — פֿון דלות. איר נעבעכדיק געהאַלט ווי אַ דאָרפֿישע לערערין און דערנאָך די בידנע (אָרעמע) פּענסיע, האָט זי מער אויסגעגעבן אויף די נאָענטע און ווײַטע יאַזדעס צו די וואָס האָבן געהאַט וואָס צו דערציילן וועגן די גרויליקע יאָרן פֿון ייִדישער פֿאַרניכטונג. אין די אַרכיוו־צענטערס וואָס געפֿינען זיך אין בריאַנסק, סמאָלענסק, מאָסקווע געפֿינען זיך אירע טויזנטער געדיכט אָנגעשריבענע פּאַפּיר־זײַטלעך אויף דער ווייטיקדיקער טעמע. די אַרבעט האָט זי עקשנותדיק פֿאָרגעזעצט אַפֿילו דאַן, ווען זי איז שוין געווען זייער ערנסט קראַנק און אין אַ ריי מלוכה־אַנשטאַלטן זײַנען פֿאַר איר טיר און טויער ניט שטענדיק געווען אָפֿן; ווער רעדט שוין פֿון באַהאַנדלען מיט רעספּעקט. אַזאַ איז געווען די רעאַלע ווירקלעכקייט. פֿאַר אירע מינדלעך און שריפֿטלעך אַרויסגעבראַכטע "קראַמאָלע" רייד, איר שטענדיק אָננעמען זיך פֿאַר פֿאַרקריוודעטע, פֿאַרשטויסענע, פֿאַר איר האַלטן אין איין דערמאָנען וועגן אומקום פֿון זעקס מיליאָן ייִדן און באַזונדערס וועגן ייִדן — העלדישע אַנטי־נאַצי־קעמפֿער און נאָך אַזוינע "חטאָים", האָט הויכע נאַטשאַלסטווע זי פֿײַנט געהאַט און כּמעט אָפֿן עס אַרויסגעבראַכט אין די ענטפֿער־בריוו. זיי האָבן מיט איר געהאַט אַן אייגענעם חשבון. אַן ערך אין אַזאַ גײַסט האָט איר שריפֿטלעך אָפּגעענטפֿערט דער פֿאָרזיצער פֿון בריאַנסקער געגנט־אויספֿירקאָם, י. קאָנאָוואַלאָוו (הײַנט וואָלט זײַן שטעלע זיך אָנגערופֿן גובערנאַטאָר).

איז פֿון וואַנען און פֿאַרוואָס האָט זיך די אַדעליקע יעלענאַ איוואַנאָוואַ, שוין אַן אָפּגעמערקטע פֿון דער רעגירונג ווי אַ פּרעכטיקע לערערין מיט אַן ערן־אָרדן (אונטערריכט האָט זי רוסישע ליטעראַטור און שפּראַך) פֿאַרקליבן אין געוועזענעם בריאַנסקער פּאַרטיזאַנער־קאַנט, אין זשוקאָווקער ראַיאָן, וווּ ביז דער מלחמה האָט געוווינט אַ היפּשע צאָל האָרעפּאַשנע ייִדן?

איז אין קורצן, נאָר פֿון אָנהייב: געבוירן אין הײַנט שוין זייער ווײַטן 19טן יאָרהונדערט, אין 1898. מען וואָלט געקענט זאָגן אַ זאָרגלאָזע, אַפֿילו אַ גליקלעכע קינדהייט. נאָר אין גיכן האָט אַ שווערע קראַנקייט (עפּילעפּסיע–אָנפֿאַלן), וואָס איז געווען פֿון דור־דורות אייגנטימלעך דעם דאָסטאָיעווסקי־שטאַם, זי אָנגעיאָגט און שווער פֿאַרפֿאָלגט ווי אַ שוואַרצער שאָטן און גענומען שווער פֿאַרפֿאָלגן.

געלעבט האָבן זיי אין ריאַזאַן, אין אַ שטוב מיט אַ סאָד וואָס האָט דערמאָנט אַ גן־עדן־אָרט. איר טאַטע, אַלעקסיי איוואַנאָוו איז געווען אַן אָנגעזעענער אײַזנבאַן־אינזשעניר, און לעבן אין נויט איז זיי געווען פֿרעמד. די לערע, ניט געקוקט אויף די אָפֿטע אומדערטרעגלעכע קאָפּווייטיקן, האָט זיך איר אײַנגעגעבן גרינג. די גימנאַזיע פֿאַרענדיקט זי, באַקומענדיק אַ גאָלדענעם מעדאַל.

אַזוי איז געווען ביזן יאָר 1917, ווען ס’האָט אויסגעבראָכן די אָקטאָבער־רעוואָלוציע. דערצו זײַנען איר טאַטע־מאַמע אין גיכן אַוועק פֿון דער וועלט און איר אַליין, קוים אַ לעבעדיקע פֿון הונגער, האָט עס פֿאַרטראָגן קיין קאַזאַן.

מיט דער צײַט קומט זי אָן און פֿאַרענדיקט אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. זײַן אַ לערערין געפֿעלט איר, נאָר לאַנג אײַנזיצן אויף איין אָרט קען זי ניט. פֿון קאַזאַכסטאַן אויף אוראַל, פֿון דאָרט אויפֿן ווײַטן מיזרח, ביז האַרט פֿאַר דער מלחמה קערט זי זיך אום צוריק קיין קאַזאַן. יעלענאַ איוואַנאָוואַ אַליין האָט עס דערקלערט אַזוי: אירע עלטערן און אורעלטערן האָט ווי וואַנדערפֿויגל אָפֿט געצויגן "בראָדיאַגעווען" (אומוואָגלען). אַזוי האָט זיך עס געצויגן איבער צײַטן און יאָרהונדערטער.

אין 1951, אָן אַ פֿאַמיליע, אַן איינזאַמע, פֿאַרקלײַבט זי זיך קיין זאַריעטשיע (בריאַנסקער געגנט) — אַ קליין דערפֿעלע אין אַ גרויסער וועלט. די שטיבער (הילצערנע) פֿון ביידע זײַטן גאַס האָבן אויסגעזען ווי איין מאַמע וואָלט זיי געהאַט. די ניט פֿאַרהאַנגענע פֿענצטער כּמעט בײַ דער ערד און די שול אין אַ זייער אַלטער, כּמעט חרובֿדיקער געבײַדע. דאָס איז נאָך ניט אַלץ. דער דירעקטאָר פֿון שול, אַ נעכטיקער שאָפֿער, וואָס האָט הינטעראויגיק ערשט פֿאַרענדיקט אַ צוויי־יאָריקן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, לייקנט ניט, אַז אינטעליגענטן קען ער ניט אָנקוקן און דערקענען זיי קען ער אויף אַ מײַל און דאָ נעמט אַזאַ איינע, כאָטש איר פֿאַמיליע איז גראָד איוואַנאָוואַ און לויט איר אייגענעם ווילן כאַפּט זי זיך אַרײַן אין זײַנע הענט.

איז פֿאַר וועמען זאָל איוואַנאָוואַ אויסגיסן איר ביטער האַרץ? זי קומט אין ראַיאָן־צענטער זשוקאָווקע, צו דעם דירעקטאָר פֿון דער אָרטיקער מיטלשול נ’ 1, יאַן קאַפּלאַן, וועמען כ’האָב שוין פֿריִער דערמאָנט. קאַפּלאַן, אַ פֿראָנטאָוויק, אַ שווער פֿאַרוווּנדעטער קאַפּיטאַן, וואָס האָט זיך ערשט דעמאָביליזירט און אומגעקערט אין זײַן געבורטשטעטל זשוקאָווקע. דאָרט איז ער געווען אַן אויטאָריטעט און מענטשן האָבן געוווּסט, אַז אויף אים קען מען זיך פֿאַרלאָזן.

איוואַנאָוואַ, די שטאָטישע אַריסטאָקראַטקע, אין וועלכער ס’איז געווען פֿאַרוואָרצלט דאָס טיף־מענטשלעכע, האָט אָנגעהויבן זוכן און געפֿינען, אויספֿרעגן און פֿאַרשרײַבן וואָס עס דערציילן געוועזענע פּאַרטיזאַנער, אונטערערדלער און די געציילטע ייִדן, וואָס זײַנען געווען אין געטאָס און פֿונעם גיהנום אַרויס לעבעדיק. דאַן זײַנען די וווּנדן נאָך געווען פֿריש און ס’האָט זיך געוואָלט אַראָפּריידן פֿונעם האַרצן. אין צעווירעטע שולהעפֿטן האָט זי פֿאַרצייכנט דעם שוידער פֿון די פֿאַשיסטישע מערדערײַען און דעם גרויסן מוט פֿון די ווידערשטענדלער, וואָס איז נאָר צום באַוווּנדערן.

זי האָט אָנגעהויבן באַקומען בריוו פֿון ייִדישע קינדער און אייניקלעך, וועמענס עלטערן, זיידע־באָבע, זײַנען אין יענעם קאַנט אומגעקומען און פֿון איר — דעם איינציקן זיכערן קוואַל — האָט מען זיך דערוווּסט ווען און וווּ דאָס איז געשען. אין דער אַרבעט האָבן איוואַנאָווען געהאָלפֿן פֿיל פֿון אירע שילער. די טראַדיציע פֿון זאַמלען אַזוינע מאַטעריאַלן האָט זיך אין דער שול פֿאַרהיט ביז הײַנט צו טאָג.

מיט דער פֿולער רעכט קען מען זאָגן, אַז אַ דאַנק יעלענאַ אַלייקסייעוונאַ האָט די וועלט זיך דערוווּסט דעם אמת וועגן דער סעשינסקער אינטערנאַציאָנאַלער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע. לויט די מאַטעריאַלן, וואָס זי האָט אין משך פֿון פֿיל יאָרן צונויפֿגעזאַמלט, האָט דער שרײַבער אָוואַדי גאָרטשאַקאָוו אָנגעשריבן אַ בוך "Вызываем огонь на себя" (מיר רופֿן אַרויס דאָס פֿײַער אויף זיך) און אונטער דעם זעלבן נאָמען, איז צום ערשטן מאָל אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, געמאַכט געוואָרן אַ טעלעסעריאַל, וואָס איז געוויזן געוואָרן אין פֿיל לענדער.

אין דער הערשנדיקער אַטמאָספֿער, ווען מיט שמד־שטיק האָט מען געקענט פֿאַרשווײַגן דעם אמת, האָט אַ געקומענע פֿון ערגעץ זיך דערלויבט אַרויסווײַזן כאַראַקטער און זיך קעגנשטעלן. דערמיט האָט יעלענאַ איוואַנאָוואַ דעראָבערט ניט ווייניק פֿרײַנד און אין די אָנפֿירנדיקע אינסטאַנצן — פֿיל פֿאַרביסענע שׂונאים.

אין סעשינער אויסשפּיר־גרופּע פֿון וועלכער די קאָמאַנדשאַפֿט פֿון דער רויטער אַרמיי האָט באַקומען ביז גאָר וויכטיקע ראַפּאָרטן, האָבן זיך מיט זייער העלדישקייט אויסגעטיילט צוויי ייִדישע מיידלעך: אַניע מאָלאָטשניקאָוואַ און אַניע פּשעסטעלענץ (מעגלעך, אַז דאָס זײַנען זייערע שוין געענדערטע פֿאַמיליעס). זיי ביידע האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון סמאָלענסקער געטאָ, וואָס האָט זיך געפֿונען אין דער פֿאָרשטאָט סאַדקי. אין דער גרויסער שטאָט האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג נאָך אין די צוואַנציקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט באַטראָפֿן העכער 16%. געווען זײַנען דאָרט פֿיל ייִדישע שולן און אַ ייִדישער פּעדאַגאָגישער טעכניקום. די צוויי מיידלעך זײַנען אַנטלאָפֿן אין דער ריכטיקער צײַט, ווײַל שוין אין דעצעמבער 1941 האָט מען אַלע ייִדן אומגעבראַכט. צום גליק, האָט זייער ביידנס אויסזען זיי ניט אונטערגעפֿירט, האָבן זיי אַראָפּגעריסן פֿון זיך די געלע לאַטעס און אַ היפּשע צײַט געוואַנדערט איבער די געפֿערלעכע וועגן און שטעגן.

פּריטוליעט האָט זיי בײַ זיך אין שטוב אַניאַ מאָראָזאָוואַ און דערנאָך, ווי רוסישע, מיט גוטע דאָקומענטן, אײַנגעאָרדנט אַרבעטן אין גאָרקיך פֿאַר דײַטשישע אָפֿיצירן.

אין סעשינאָ איז געווען אַ גרויסער און גוט־אויסגעשולטער אַעראָדראָם און אַהין פֿלעגן אָפֿט אָנקומען מיליטערישע קאַרפּנקעפּ. בײַם עסן האָט מען זיך ניט אָפּגעזאָגט פֿון דעם ביטערן טראָפּן און בײַם מאַכן אַ שנעפּסל פֿלעגט מען, צו מאָל, פֿירן צווישן זיך געהיימע געשפּרעכן. ביידע אַניעס, געוועזענע סטודענטקעס פֿון סמאָלענסקער מעדיצינישן אינסטיטוט, האָבן פֿרײַ גערעדט ייִדיש און ניט שלעכט פֿאַרשטאַנען דײַטש. די נייטיקע ידיעות פֿלעגן איבערגעגעבן ווערן "אויף דער גרויסער ערד", קיין מאָסקווע, דורך דעם קאָמאַנדיר פֿון אַ ספּעציעלער גרופּע, וועמענס פֿאַמיליע־נאָמען איז געווען אַרקאַדי וויניצקי.

ווײַטער איז געשען אָט וואָס: אַניע פּשעסטעלענץ, וואָס לויט די נײַע, פֿאַלשע דאָקומענטן האָט מען זי גערופֿן זשעניע און אָנגעגעבן האָט זי זיך פֿאַר אַ קאַזאַטשקע, האָט בײַם דײַטשישן איבערזעצער אַרויסגערופֿן אַ חשד, אַז זי איז אַ ייִדישקע, און מיטגעטיילט וועגן דעם אין דער געהיים־פּאָליציי. נאָך פֿאַר דעם ווי מען איז נאָך זיי געקומען האָט אַ טשעך, וואָס האָט אויך געאַרבעט אין סעשינער אַעראָדראָם און אָנטייל גענומען אין דער אונטערערדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע, באַוויזן וועגן אַזאַ דראָענדיקער געפֿאַר מיטצוטיילן. די מיידלעך האָט מען אויסבאַהאַלטן אין אַ ווײַטן דאָרף און דערנאָך איבערגעפֿירט אין וואַלד צו די פּאַרטיזאַנער. ליידער, איז זייער ווײַטערדיקער גורל אומבאַוווּסט.


* * *

בעת אונדזער לעצטער באַגעגעניש מיט יעלענאַ איוואַנאָוואַ, ווען ס’איז שוין געווען קלאָר אײַנצוזען, אַז זי איז ערנסט קראַנק, איז זי געווען ניט נאָר אײַנגעטונקען אין דערינערונגען, נאָר אויך אין געוויינטלעכע וואָכעדיקע מעשׂים. גערעדט אָן אינערלעכער געצוימטקייט. מאָמענטנווײַז, ווי זי וואָלט געקוקט אויף דער וועלט מיט אַ פֿרוייִש־וואַרעם האַרץ מיט אַן איראָנישן שמייכל. אָפֿטער נערוועז, פֿאַרביטערט, כ’וואָלט געזאָגט מער ווי בייז און ניט צום דערווידערן. שווײַגעריש קלוג איז זי געווען אַפֿילו מיט פֿאַרמאַכטע ליפּן, אָבער איך וואָלט וועגן איר צוגעגעבן: אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט מיט אַן אייגענעם פֿילאָסאָפֿישן קוק אויפֿן לעבן און טויט.


* * *

ווען ס’האָט שוין געהאַלטן בײַם געזעגענען זיך האָט זי אומגעריכט אַ פֿרעג געטאָן, צי האָב איך ווען ניט איז געלייענט דאָסטאָיעווסקיס "טאָגבוך פֿון אַ שרײַבער", וווּ ער לייקנט קאַטעגאָריש אָפּ, אַז ער איז אַ ייִדן־שׂונא. און צי איז מיר באַקאַנט דער נאָמען אורי קאָוונער, וועלכער האָט אויף דער טעמע געפֿירט מיטן גרויסן רוסישן קלאַסיקער אַ שאַרפֿע פּאָלעמיק. אַליין האָט זי וועגן דעם וועלט־באַרימטן קרובֿ בייז אַ זאָג געטאָן אין אַ בריוו, אַז זײַן לעבן איז פֿול געווען מיט סתּירות. וועגן דעם "טאָגבוך פֿון אַ שרײַבער" האָב איך צו יענער צײַט בלויז געהערט, נאָר ניט געלייענט. וואָס שייך דעם פּובליציסט און ליטעראַטור־קריטיקער אורי קאָוונער (1842—1909) האָב איך שוין פֿון לאַנג געוווּסט, אַז ער איז אַ געשמדטער ייִד און געהאַלטן פֿון דאָסטאָיעווסקין מער ווי פֿון טאָלסטאָיען.

וואָס איך האָב דאַן געענטפֿערט איז מיר שווער איבערצוחזרן פּינקטלעך. ווי עקלהאַפֿט דאָסטאָיעווסקי האָט אין זײַנע "פֿאַרצייכענונגען פֿון טויטנהויז" פֿאָרגעשטעלט דעם ייִדן איסײַ בורשטיין האָב איך שוין פֿון לאַנג געוווּסט. כ’האָב אָבער פֿאַר איינס פֿאַרגעדענקט, אַז וועגן סלאַוון האָט ער זיך אויך געקענט אויסדריקן מער ווי גיפֿטיק.

הײַנט, אין אַזוי פֿיל יאָרן אַרום, ווייס איך מער מיט וואָס פֿאַר אַ פֿאַראַכטונג און חוזק דאָסטאָיעווסקי האָט באַשריבן ייִדישע פּערסאָנאַזשן, וועלכע האָבן פֿיגורירט אין זײַנע ווערק. אין זיי האָט ער אממערסטן אײַנגעזען דעם רויבערישן פּראָצענטיק און דעם פֿרעכן שענקער.

אין זײַנע פּראָטעסט־בריוו האָט אים קאָוונער געשריבן: "ווען איר רעדט פֿון 'זשיד’, שליסט איר אײַן אין דעם דאָזיקן באַגריף די גאַנצע שרעקלעך אָרעמע מאַסע פֿון דער דרײַ־מיליאָניקער ייִדישער באַפֿעלקערונג, פֿון וועלכע אַמווייניסקסטן 2 מיליאָן 900 טויזנט, פֿירט אַ קאַמף פֿאַר אַ נעבעכדיקער אויסקומעניש".

און נאָך: "אין דעם דאָזיקן נאָמען שליסט איר אײַן די היפּשע צאָל ייִדן, וועלכע טיילן זיך אויס צום גוטן אין אַלע געביטן... הונדערטער מענטשן, וואָס אַרבעטן לטובֿת־הכּלל, פֿאַרן ווויל פֿון דער געזעלשאַפֿט און דער מענטשהייט".

אין זײַנע ענטפֿער־בריוו קאָוונערן האָט דאָסטאָיעווסקי קאַטעגאָריש אָפּגעוואָרפֿן די באַשולדיקונגען, אַז ער איז, כּלומרשט, אַ ייִדן־פֿײַנט. ער קען ניט באַנעמען, שרײַבט ער: "ווי בין איך עס פֿאַררעכנט געוואָרן ווי אַ פֿײַנט פֿון ייִדן ווי אַ פֿאָלק, ווי אַ נאַציע?" און ווײַטער: "איך בין אין גאַנצן ניט קיין ייִדן־שׂונא און בין אים קיין מאָל ניט געווען".

געווען — ניט געווען? די טעמע איז שוין באַהאַנדלט געוואָרן אין הונדערטער ביכער און ס’וועלן, גלייב איך, נאָך זײַן. מיר ווילט זיך אונטערשטרײַכן אָט וואָס: די לײַט, וואָס מיט גרויס חשק נעמען זיי אַרײַן אין זייער אַנטיסעמיטישן אַרסענאַל דעם געניאַלן רוסישן וואָרט־קינסטלער, זיי וועלן דאָסטאָיעווסקיס ווערטער "איך בין אין גאַנצן ניט קיין ייִדן־שׂונא און בין אים קיין מאָל ניט געווען" דורכלאָזן, אָפּוואַרפֿן. ס’הייסט, וואָס איז דאָ צו ריידן. מיט ווילדער רציחה נוצן זיי אויס אַלטע ליגנס, אָנגעטאָן אין אַ נײַעם לבֿוש.

פֿון יעלענאַ אַלייקסייעוונאַ האָב אים פֿאַרמאָגט פֿינף בריוו. דרײַ פֿון זיי, און ווי מיר דאַכט זיך, די סאַמע וואָגיקע, זײַנען בײַ מײַן אַריבערפֿאָרן פֿון מאָסקווע קיין ישׂראל פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. וואָס שייך דער ייִדן־פֿראַגע איז אויך דאָרט בולט אײַנצוזען די קאַטעגאָרישע קעגנזעצלעכקייט פֿון צוויי מאָראַלן. צווישן זיי איז געווען אַן אָפּגרונט. ס’איז ווי ליכטיקער טאָג און פֿינצטערע נאַכט. קלאָר, אַז אַ רייד גייט וועגן איר, איוואַנאָוונען, און איר באַרימטן שטאַמפֿאָטער, פֿיאָדאָר מיכײַלאָוויטש דאָסטאָיעווסקי.

זי, זײַן נאָכקומלינג, שרײַבט וועגן דעם וואָס געזען, געהערט, אַליין רעאַגירט; וועגן פֿינפֿטן פּאַראַגראַף, וועלכער ווײַזט אָן אין פּאַספּאָרט, אין פֿילצאָליקע אַנקעטעס און וווּ נאָר ניט, די נאַציאָנאַליטעט פֿונעם באַזיצער (אַגבֿ, מערקט זי אָפּ, אַז די פֿראַגע און דער אָנגעוויזענער ענטפֿער אין דעם פֿינפֿטן פּאַראַגראַף האָט אויך מיטגעהאָלפֿן די נאַציסטן אויסזוכן און פֿאַרניכטן פֿיל טויזנטער ייִדן).


וועגן אַן עלטערן ייִדן, אַ מלחמה־אינוואַליד, וועמען מען האָט פֿאָרגעוואָרפֿן, אַז דער מעדאַל "פֿאַר געוואַגטקייט" האָט ער געקויפֿט אין טאַשקענט (אַ שטאָט, וואָס האָט זיך געפֿונען פֿיל טויזנטער קילאָמעטער ווײַט פֿון פֿראָנט) און, פֿאַרשטייט זיך, וועגן די פֿאַרלייקענער פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, מיט וועמען איר קומט אויס צו קעמפֿן. אַ שאָד, אַ גרויסער שאָד, נאָר די פֿאַרפֿאַלענע בריוו, וועט מיר שוין קיינער ניט אומקערן.

בלײַבט מיר אײַך צו באַקענען מיט די צוויי פֿאַרהיטע בריוו, וועמענס אָריגינאַלן געפֿינען זיך אין וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי. עס לוינט, מיין איך, ווײַל אַפֿילו פֿון באַזונדערע שורות איז אויך אײַנצוזען ווי אַ מענטש קען פֿאַרשטיין און פֿילן דעם אַנדערנס ליידן (אין דעם פֿאַל פֿון אַ גאַנץ פֿאָלק) און טוען טוט זיך עס ניט נאָר מיט אַ גוט וואָרט, נאָר מיט טאַט, מיט קאָנקרעטע מעשׂים וואָס אין יענע צײַטן און אין יענעם לאַנד האָבן זיי געקענט אַרויסרופֿן שלעכטס פֿאַר גוטס. לייענט און טראַכט אײַך, ביטע, אַרײַן כאָטש אין אַזוינע אירע ווערטער, אַרויסגעבראַכטע מיט אַ קלעמענדיקן געפֿיל: "פֿולשטענדיק קען עס דערגיין בלויז צו אַ ייִדן".

דורך אַזוי פֿיל יאָרן און באַגעגענישן זינט איך פֿאַרנעם זיך מיט דער טעמע "חורבן און גבֿורה" האָב איך פֿון קיין ייִדן אַזוינע ווערטער ניט געהערט. ס’איז ניט גלאַט אַזוי געזאָגט, ניט קיין השערה. די ווערטער זײַנען אַזוי קלוג, ווי אמתדיק איר קלוגשאַפֿט נעמט זיך פֿון גוטסקייט.

איז לייענט:


12.07.1970

חשובֿער מיכאַיִל אַנדרייעוויטש!

איך וואָלט זייער ניט געוואָלט, אַז מײַן ניט לאָזן הערן זיך אַ לענגערע צײַט, זאָלט איר שלעכט אויסטײַטשן. דערצו זײַנען געווען וויכטיקע סיבות. אײַער בוך (אַ רייד גייט וועגן די דאָקומענטאַלע דערציילונגען "ווען ניט די פֿרײַנד מײַנע..." און "פּעראָ רוס", וואָס זײַנען אין 1968 דערשינען אין רוסיש. מ״ל) האָב איך אָנגעהויבן לייענען נאָך זײַענדיק אין מאָסקווע. געלייענט מיט היפּשע איבעררײַסן, ווײַל אַלץ נאָך אַנאַנד איז ניט פֿאַר מײַנע גײַסטיקע קרעפֿטן. אײַער גוט און קלוג אָנגעשריבענער בוך צווינגט טיף און מיט מיטגעפֿיל איבערלעבן און מיט דעם איז עס אַזוי באַזונדערס נייטיק פֿאַר דעם יונגן דור, ווי פֿאַר די וואָס פֿאַרמאָגן ניט קיין מינדסטע אַנונג וואָס אין היטלערס צײַטן האָט דערוואַרט אַ ייִדן. אַגבֿ, זיי איז עס אַלץ איינס ביזן סוף ניט צום באַנעמען. פֿולשטענדיק קען עס דערגיין בלויז צו אַ ייִדן.

ס’איז זייער גוט, וואָס דאָס בוך איז דערשינען אויך אין רוסיש און די לייענער, האָב איך געהערט, האָבן אים געהעריק אָפּגעשאַצט. מײַנער אַ גוט־באַקאַנטער, וואָס וווינט אין מאָסקווע, האָט מיר מיטגעטיילט, אַז אײַער בוך איז זייער גיך אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן און אים איז שוין ניט צו קריגן. אַזאַ אָפּשאַצונג איז טויזנט מאָל טײַערער ווי אַ מלוכה־אָפּשאַצונג, אָדער ווערטער פֿון הויפֿלײַט־קריטיקער אין אַ וועלכן ניט איז "ערנסטן" זשורנאַל.

אָבער זייער פֿיל מענטשן האָבן ניט קיין פֿאָרשטעלונג, וואָס ס’האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט היטלערס רעזשים, זײַן "נײַע אָרדענונג".

יאָ, איך חזר איבער, אײַער בוך דאַרף נאָך אַרויסגעגעבן ווערן פֿיל מאָל (מיט אַזאַ פֿאָרשלאָג, ווייס איך, האָט זי זיך שריפֿטלעך געווענדט אין פֿאַרלאַג "Советский писатель") און דאַרף פֿאַרשפּרייט ווערן צווישן דער יוגנט. ס’איז וויכטיק נאָך דערפֿאַר, ווײַל איר דערציילט ווי אין אוממענטשלעכע, שוידערלעכע באַדינגונגען, אָן קיין שום האָפֿענונג איבערצולעבן, טאָר מען זיך ניט אונטערגעבן און ניט נאָר פֿײַנט האָבן, נאָר אויך ליב האָבן מענטשן. אָט דעם געדאַנק באַשטעטיקט איר אַפֿילו אין נאָמען פֿון בוך "ווען ניט די פֿרײַנד מײַנע..."

איך אַליין בין אַ גרויסע אָפּטימיסטקע און מיר זײַנען צום האַרצן מענטשן וואָס גלייבן, אַז סוף־כּל־סוף וועט דער כּוח פֿון גוטסקייט בײַקומען די כּוחות פֿון שלעכטקייט.

מען זאָגט מיר: "איר האָט דורכגעלעבט אַזאַ לעבן און זײַט אַן עדות פֿון צײַטן פֿאַרגאַנגענע, זיך באַגעגנט מיט אַזוינע פּערזענלעכקייטן, איר זײַט מחויבֿ אָנצושרײַבן אַ בוך דערינערונגען.

ניין, ניין! אויך איך האָב דורכגעמאַכט אַ שווער לעבן. אַפֿילו בלויז אין דמיון עס ווידער איבערלעבן פֿאַרמאָג איך ניט קיין כּוח. איר זײַט שטאַרקער פֿאַר מיר. אין די מלחמה־יאָרן זײַט איר אויסגעשטאַנען מער שרעקלעכס. איך וואָלט אַזוינס ניט אויסגעהאַלטן און זיך גענומען דאָס לעבן. איך בין שוין פֿון לאַנג געקומען צום געדאַנק, אַז מען דאַרף זיך לערנען ניט מורא האָבן ניט פֿאַרן לעבן, ניט פֿאַרן טויט, נאָר ניט מורא האָבן. זײַענדיק בײַ די נאַציסטן אין קלעם איז אוממעגלעך און דאָך וועבט איר אין אײַער בוך אַ רויטן פֿאָדעם וואָס רופֿט זיך האָפֿן, זיך ניט אונטערגעבן. מיר ביידע זײַנען אָפּטימיסטן.

איז צוריק צום אָנהייב פֿון מײַן בריוו פֿאַרוואָס איך האָב אַ לענגערע צײַט פֿון זיך ניט געלאָזט הערן. אָנשרײַבן אײַך האָט זיך מיר געוואָלט אויף אַן עכטן אופֿן, אָפֿנהאַרציק אויסדריקן מײַנע געדאַנקען און געפֿילן. צוליב דעם פֿאָדערט זיך דער קאָפּ און דאָס האַרץ זאָלן זײַן פֿרײַ פֿון אַנדערע זאָרגן. זײַן, ווי מען זאָגט, אַליין מיט דער אייגענער נשמה.

אין מאָסקווע האָב איך אַזאַ מעגלעכקייט ניט געהאַט. פֿאַר די אָנדערטהאַלבן חדשים וואָס איך בין ניט געווען אין דער היים האָט זיך אָנגעזאַמלט אַ באַרג מיט בריוו אויף וועלכע כ’האָב געמוזט, ניט אָפּלייגנדיק אויף שפּעטער, ענטפֿערן. זיך נעמען פֿאַר דער פּען בין איך געוווינט שפּעט בײַ נאַכט, ווען קיינער שטערט דיר ניט און בײַ אונדז טרעפֿט אָפֿט ווען די עלעקטרישע שײַן ווערט אויף לאַנג אויסגעשלאָסן.

און דאָ איז מיר אויסגעקומען ראַטעווען אַ פֿרוי מיט אירע צוויי מיידעלעך פֿון איר מאַן, וואָס איז אַ ווילדער שיכּורניק. זיי אין דרײַען האָב איך גענומען צו זיך אין שטוב, דעם ערשטן סעקרעטאַר פֿון רײַקאָם האָב איך אָנגעשריבן אַ בריוו, ער זאָל זיך אַרײַנמישן. מאָרגן קלײַב איך זיך אויף אַ טעג דרײַ קיין בריאַנסק. פֿאַר דעם מוזיי פֿאַר קאַנטקענטעניש האָב איך אָנגעשריבן 140 זײַטן, וווּ איך דעמאַסקיר אייניקע פֿון די וואָס גיבן זיך אָן פֿאַר אַנטי־נאַצי־קעמפֿער און רוף אָן עכטע העלדן.

און נאָך זאָלט איר נעמען אין אַכט מײַן עלטער. מיר גייט שוין דאָס 75סטע יאָר און די כּוחות זײַנען שוין ניט די וואָס געווען.

איך ווינטש אײַך אַל דאָס בעסטע

יעלענאַ איוואַנאָוואַ

בריאַנסקער געגנט

דובראָווקאַ

וואָקזאַל־גאַס 17/1

איוואַנאָוואַ יעלענאַ אַלעקסייעוונאַ



26.07.70

חשובֿער מיכאַיִל אַנדרייעוויטש!

...ניט ווײַט פֿון מיר וווינט אַ ייִדישע משפּחה. אָשעראָוו איז זייער פֿאַמיליעלענאַ צו זיי זײַנען געקומען צו גאַסט אין אורלויב זייער זון און איידעם. ביידע זײַנען זיי היסטאָריקער און אונטערריכטן אין אינסטיטוטן. דער זון — אין סמאָלענסקער פּעדאַגאָגישן און דער איידעם — אין פּעטראָזאַוואָדסקער. איך האָב זיי געגעבן צו לייענען אײַער בוך און זיי זײַנען אַנטציקט. מיך האָבן זיי געבעטן איך זאָל זיך בײַ אײַך נאָכפֿרעגן, צי איז נאָך מעגלעך ערגעץ קריגן אײַער "פּאַרטיזאַנישע וועגן". בײַ אונדז קיין ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער און בכלל אויף אַזאַ טעמע איז ניט צום קריגן. אויב איר האָט אַזאַ מעגלעכקייט איז שיקט אויף מײַן היימישן אַדרעס, זאָל זײַן כאָטש אויף אַ קורצער צײַט. נאָך זיי וועלן די ביכער לייענען זינאַיִדע איסײַעוונע רעזינאַ און איר מאַן, וואָס אַמאָל איז ער געווען אַ פּאַרטיי־טוער. זיי זײַנען בײַ מיר פֿאַרצייכנט די ערשטע אין דער ריי.

פֿון די אָשעראָווס האָב איך זיך דערוווּסט, אַז בײַ אונדז אין דובאָווקע וווינט אַ ייִד, מאיר באָראָדולין רופֿט מען אים, וועמענס מלחמה־ביאָגראַפֿיע איז טיילווײַז ענלעך אויף אײַערער. אויך ער האָט זיך אַ סך צײַט געפֿונען אין אַ דײַטשישן קאָנצלאַגער און אַרויס פֿון דאָרט אַ לעבעדיקער. אים וועל איך אין גיכן אומבאַדינגט אויסזוכן.

דעם חודש בין איך באַזונדערס פֿאַרוואַלגערט מיט אַרבעט. אין אויגוסט עפֿנט זיך אין סעשע אַ מוזיי פֿון שלאַכטרום, טאָר מען ניט דערלאָזן, אַז דאָרט זאָל מען לויבן און רימען פֿאַלשע העלדן און ניט די, וואָס האָבן עס מיט פֿולן רעכט פֿאַרדינט. אין בריאַנסקער קאַנט־מוזיי האָב איך וועגן דעם אַרויסגעשיקט צוויי גרויסע מאַטעריאַלן און קאָפּיעס קיין מאָסקווע, אין מוזיי פֿון באַוואָפֿנטע קרעפֿטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איך האַלט אין איין איבערשרײַבן און ברענג אין אָרדענונג מײַנע פֿאַרנאָטירונגען "ייִדן אין דער צײַט פֿון היטלעריזם". ווי נאָר איך וועל די אַרבעט פֿאַרענדיקן, שיק איך אַרויס אַן עקזעמפּליאַר.

מיט אַכטונג און בעסטע וווּנטשן

יעלענאַ איוואַנאָוואַ


עמעצער קען, מעגלעך, אַ קלער טאָן: "כ’ווייס, אַ מעשׂה פֿון פֿאַרגאַנגענע יאָרן". יאָ, פֿון "פֿאַרגאַנגענע", אָבער אַזאַ אומגעהעריקע שוידערלעכע מעשׂה־שהיה, וואָס טאָר קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן ווערן. ווער רעדט שוין דערפֿון, וואָס ייִדן־שׂינאה איז אויך הײַנט שטאַרק אין דער מאָדע. וואָלטן מיר נאָר פֿאַרמאָגט וואָס מער אַזוינע, ווי יעלענאַ איוואַנאָוואַ. זאָלן אַזוינע אויסדערוויילטע ווירקן אויפֿן כּלל. מיט אַזוינע גוטע פֿרײַנד איז גוט צו גיין אין איין וועג.


* * *

געשטאָרבן איז יעלענאַ אַלעקסייעוונאַ אין מאָסקווע, ווען איר איז געגאַנגען דאָס 77סטע יאָר. כּדי באַערדיקן אַ קבצנטע פֿאָדערט זיך אויך געלט. דעם חובֿ האָט אויף זיך גענומען דער שרײַבער־פֿאַראיין. דאָ האָט מען זיך געכאַפּט, אַז אַ רייד גייט ניט וועגן אַבי וועמען, נאָר וועגן אַ יחסנטע, מען קען זאָגן אַ נאָענטע קרובֿה פֿון דעם געניאַלן רוסישן שרײַבער, פֿיאָדאָר מיכײַלאָוויטש דאָסטאָיעווסקי.