ביאָגראַפֿיעס

לודוויג (לייזער) זאַמענהאָף
לודוויג (לייזער) זאַמענהאָף

איצט איז שוין קלאָר פֿאַר אַלעמען די געוואַגטקייט און די אַמביציעזקייט פֿון זאַמענהאָפֿס פּלענער צו שאַפֿן אַ נײַ פֿאָלק פֿאַר וועמען "עטישע באַציִונגען" מיט אַלע מענטשן־קינדער (ניט געקוקט אויף זייער פֿאָלק, קולטור, בירגערשאַפֿט צי גלויבן), זאָל זײַן זייער הויפּטציל אין לעבן. איבערצײַגט, אַז כּדי זײַן דערפֿינדונג פֿון "עספּעראַנטאָ" זאָל האָבן אַריכות־ימים, מוז עס קודם־כּל ווערן די ירושה פֿון אַן איבערגעגעבן פֿאָלק, האָט ער עס לכתּחילה געשאָנקען צו די ייִדן פֿון רוסלאַנד. ווען די אָנגעזעענסטע פֿירער פֿון די רוסישע ייִדן האָבן אָפּגעוואָרפֿן זײַן מתּנה, האָט ער עספּעראַנטאָ (אין פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן) געשאָנקען צו די עספּעראַנטיסטן גופֿא. אָבער זייערע דעמאָלטיקע "הויכגעשעצטע" פֿראַנצויזישע פֿירער האָבן עס באַטראַכט ווי צו "מיסטיש" (לייען "ייִדישלעך") און דעריבער נוצלאָז פֿאַר דער באַוועגונג. און אַ חוץ אַלעמען זענען די עספּעראַנטיסטן גופֿא געווען גאָר ווײַט פֿון יענעם האַרמאָנישן מין מענטש וואָס זאַמענהאָף האָט פֿאָרויסגעזען ווי די דורכפֿירער פֿון זײַנע אוטאָפּיסטישע חלומות. זיי זענען אָבער פֿאָרט געווען, מיט אַלע זייערע כּסדרדיקע שפּאַלטונגען און מחלוקתן, "דאָס בעסטע פֿאָלק וואָס ער האָט פֿאָרט פֿאַרמאָגט" מיט וועמען צו גיין צום טיש כּדי צו דערגרייכן כאָטש טיילווײַז זײַנע צילן!
דער שאַפֿער און גרינדער פֿון עספּעראַנטאָ, לודוויג (לייזער) זאַמענהאָף, איז געבוירן געוואָרן מיט אַן ערך 150 יאָר צוריק, אין ביאַליסטאָק, אינעם דעמאָלטיקן גרויסן ליטיווישן פֿירשטנטום. פֿאַר די מערסטע עספּעראַנטיסטן פֿון מיט עטלעכע דורות צוריק איז זײַן נאָמען געווען באַרימט און פֿאַרהייליקט ווי איינער וועמענס וויזיע פֿון דער גאַנצער מענטשהייט ווי "Unu granda banda familie" (אַ גרויסער פֿאַמיליע־קרײַז) איז טאַקע ווערט געווען צו לויבן און באַוווּנדערן. פֿון דער אַנדערער זײַט האָט די "זאַמענאָפֿאַלאָגיע", די פֿאָרזיכטיקע, דאָקומענטירטע אונטערזוכונג פֿון זײַן לעבן און טראַכטן, צוגעצויגן ביז גאָר לעצטנס, רעלאַטיוו ווייניק ספּעציאַליסטן. צווישן ניט־עספּעראַנטיסטן איז דאָך אָפּגערעדט. זאַמענהאָף האָט אַפֿילו ניט אַרויסגערופֿן גענוג אינטערעס, אַז מען זאָל פֿון אים אַ ביסל אָפּלאַכן, ווי מען טוט דאָס אָפֿט מיט אַלטע פּראָפֿעסאָרן, וועלכע האָבן זיך קונה־שם געווען ווי דאָן קיכאָטישע אוטאָפּיסטן. אייניקע קריטיקירן אים אַפֿילו פֿאַר זײַן "מיטל־אייראָפּעיִשן ייִדישן אידעאַליזם", אַז פֿון זײַן קליין "שפּראַכעלע" זאָל אַ מאָל טאַקע קענען אויסוואַקסן אַן אמתער שפּראַכיקער יש. נאָר וועגן זײַן לעבן פֿול מיט אַנטוישונגען און צרות, ווייסט כּמעט קיינער ניט עד־היום.
נאָר טיף, טיף אינעם האַרצן פֿונעם "פֿאַרחלומדיקן פּראָפֿעסאָרל" האָט געטליִעט אַ חלום ניט נאָר פֿון אַ נײַ לשון, נאָר פֿון אַ נײַ פֿאָלק וואָס זאָל דינען אין שליחות פֿון וועלט־שלום. פּראָיעקט נאָך פּראָיעקט, פּרינציפּ נאָך פּרינציפּ, מיטגליד נאָך מיטגליד איז ער געגאַנגען פֿאָרויס אָן פּחדים!

אייניקע פּערזענלעכע שטריכן

זאַמענהאָף איז געווען דער זון פֿונעם צאַרס צענזאָר פֿון העברעיִשע און ייִדישע ביכער. אַ קורצינקער, מיט קליינע אייגעלעך, אַן אוממעגלעך־גרויסן קאָפּ און אַ קוואַדראַטנער לאַנגער באָרד, האָט ער אויסגעזען ווי אַ ייִנגערער ברודער פֿון זיגמונד פֿרויד. פֿון צײַט צו צײַט האָט ער, לכתּחילה, געהאַט פֿאַרשיידענע באַרופֿן: אַ הייסער ציוניסט, אַ מאָדערניזירער פֿון ייִדיש, אַ דאָקטער, אַ פּאָעט, אַ רעפֿערענט "אויף וועלכער טעמע איר ווילט נאָר"; אַ "שפּראַך־אינזשעניר", וואָס האָט געוווּסט ווי אַזוי מען קען יעדן לשון מאַכן מער רעגלמעסיק, און דערפֿאַר גרינגער זיך אויסצולערנען. "מיך האָט מען קינדווײַז אויסגעלערנט, אַז אַלע מענטשן זײַנען ברידער און איך האָב דערפֿאַר אויף דער גאַס קיין רוסן, פּאָליאַקן, דײַטשן צי ייִדן ניט געטראָפֿן". ער האָט באַשלאָסן, אַז מיט זײַן ערשט 44־זײַטיק ביכל (אַרויסגעגעבן אויף רוסיש) אונטערן פּסעוודאָנים "דאָקטאָר עספּעראַנטאָ" (דער האָפֿענונגספֿולער דאָקטער), איז ער סוף־כּל־סוף מצליח צו באַשאַפֿן דעם ערשטן, לגמרי ריינעם מענטש, אָן קיין שום זײַטיקער עטנישער קאָלירונג. צום סוף פֿונעם ביכל זענען געווען אָפּגעדרוקט קופּאָנען צוריקצושיקן צום מחבר. דער וואָס האָט צוגעשיקט אַזאַ קופּאָן האָט געדאַרפֿט זיך אונטערשרײַבן און צוזאָגן זיך אויסצולערנען דאָס לשון בתּנאַי צען מיליאָן אַנדערע האָבן אויך אַזוינס צוגעזאָגט צו טאָן. מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט זאַמענהאָף געהאַט באַקומען בלויז 1,000 צוזאָגן. נאָר ביז דעמאָלט איז שוין דאָס לשון אָנגענומען געוואָרן פֿונעם נירנבערגער "וועלטשפּראַכן־קלוב". עס האָט זיך געגרינדעט אַן עספּעראַנטאָ־זשורנאַל און אַן אַרײַנפֿיר־בראָשור (Uno Libra: בוך איינס) איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף אַ טוץ לשונות. דאָס איבעריקע, ווי מען זאָגט אויף ענגליש, "איז געשיכטע!" פֿון בלויז 16 גראַמאַטישע כּללים און וועלכע 900 וואָרצלען, איז עספּעראַנטאָ אויסגעוואַקסן צו זײַן אַ לעבעדיקע וועלטשפּראַך מיט אַ סאָפֿיסטיצירטער, אָריגינעלער ליטעראַטור. מענטשן ווערן געבוירן מיט עספּעראַנטאָ ווי זייער ערשטע און, אין משך פֿון אַ סך יאָרן, איינציקער שפּראַך און עס שפּרודלט ממש אויף דער אינטערנעץ, דאָס הייסט, עלעקטראָניש, וווּ עס ווערט באַנוצט דורך שווערע טויזנטער כּדי צו פּלאַפּלען וועגן אַלץ אויף דער וועלט, פֿון אַלף ("אַבאָניר־געלט") ביז תּוו ("תּשמישי־קדושה").
דער ערשטער פֿערטל־יאָרהונדערט האָט אויסגעזען ווי גאָר אַ הצלחהדיקער: נײַע קאָמוניקיר־מיטלען (ראַדיאָ, טעלעפֿאָן) האָבן געשטאַרקט נײַע מעגלעכקייטן פֿאַר ווײַט־מהלכדיקע קאָנטאַקטן מכּל־המינים און פֿאַר זיי איז עספּעראַנטאָ געווען ווי אָנגעמאָסטן! ס’איז געווען גרינג און ביליק זיך אויסצולערנען ("עס פֿאָדערט ניט מער ווי עטלעכע שעה אַרבעט", האָט זאַמענהאָף צוגעזאָגט). ס’איז געווען צוטריטלעך צו אַרבעטער און צו פּראָפֿעסיאָנאַלן. ס’האָט פֿאַר אים קיין מאָל קיין סך געלט ניט געקענט פֿאַרדינען. ער איז כּסדר געווען פֿאַרדאגהט, אונטערוועגנס, און ווײַט פֿון דער אייגענער משפּחה וואָס האָט נעבעך געלעבט אין גרויס אָרעמקייט. ערשט דעמאָלט האָט ער זיך גענומען ווערן אַ מעדיקער כּדי כאָטש מפֿרנס צו זײַן די אייגענע נאָענטסטע. ער האָט דערויף פֿאַרזעצט דער ווײַבס נדן. נאָר באַלד האָט ער זיך אויך דערטראַכט צום געדאַנק, אַז אַזוי ווי אַלע לשונות, דאַרף עספּעראַנטאָ האָבן אַן אייגן פֿאָלק, וואָס זאָל עס איבערנעמען און דערנאָך עס איבערגעבן בירושה. נאָר וועמען זאָל ער עס אָנבאָטן? קיין בעסערן קאַנדידאַט ווי ייִדן קען דאָך ניט געמאָלט זײַן! זייער אינטעליגענץ איז הויך און וועגן זייער קולטור־שעפֿערישקייט איז דאָך אָפּגערעדט. זייער פֿרומקייט איז שוין אויף אַ דרך צום מאָדערניזם. געלט פֿאַרמאָגן זיי. צעשפּרייט איבער דער וועלט זענען זיי (וואָס דאָס איז געווען אַ מעלה אין זאַמענהאָפֿס אויגן). מען האָט זייער דרך בלויז געדאַרפֿט אַ קאַפּעטשקע "צופּאַסן".
אָט די "צופּאַסונג" האָט זאַמענהאָף אָנגערופֿן "הלליזם", אַ נאָמען נאָך דעם גרויסן ייִדישן נשׂיא און מורה־דרך, הלל הזקן. הללס באַרימטער זאָג ("טו ניט יענעם וואָס דיר איז ניט ליב") איז בײַ זאַמענהאָפֿן געווען גענוג חשובֿ, נישט נאָר כּדי צו פֿאַרבײַטן די גאַנצע תּורה, נאָר דאָס גאַנצע קריסטנטום אויך, מיט איין פּאַראָל, וואָס זאָל ווײַזן דעם גאָלדענעם וועג צו אַן עטיש לעבן צווישן מענטש און מענטש און צווישן פֿאָלק און פֿאָלק.
זאַמענהאָף האָט גערופֿן ייִדן בײַצוקומען זייער גלותדיקע אָפּגעטיילטקייט פֿון אַלע אַרומיקע ("זיך אַליין האַלטן אין גלות", האָט ער דאָס גערופֿן) און ווערן "דאָס פֿאָלק פֿון געוויסן". נאָר כּדי אָט דאָס צו דערגרייכן, דאַרפֿן ייִדן קודם־כּל איבעראַנדערשן (רעווידירן) דעם שבת, די יום־טובֿים, די מינהגים און מצוות כּדי זיי זאָלן קענען אַליין דערגיין און דערנאָך צוציִען אַנדערע צו אַ "ריינער טעאָזאָפֿיע", לגמרי אָן שאָוויניזם. ער האָט געשטרעבט, אַז ייִדן זאָלן בלײַבן אַ פֿאָלק וואָס זאָל קענען לעבן אומעטום און צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע, אומעטום רעדן און אַלעמען צוטראָגן עספּעראַנטאָ, און לחלוטין אויסמײַדן אַתּה בחרתּנודיקייט און ראַסיזם.
דער ענטפֿער אויף די ספֿקות וועגן זײַנע צילן האָט זאַמענהאָף געפֿונען אינעם הערדערישן "שפּראַכיזם". אַן אייגן לשון איז בײַ אים געווען אַן אַבסאָלוטער פֿאָרבאַדינג פֿאַר פֿאָלקישקייט. אין די יונגע יאָרן, איז ער זיך מודה, איז ער געווען פֿון די שטאַרקע חובֿבֿי־ספֿר־עבֿר, נאָר העברעיִש, אַפֿילו ווען מען זאָל דאָס קענען מאַכן "פֿאַר אַ לעבעדיק, באַרעדעוודיק לשון, פֿירט אַוועק פֿון (אַנשטאָט אין דער ריכטונג פֿון) צוזאַמענרעדן זיך מיט די הויפּט־לשונות פֿון דער וועלט". ער האָט אויך יונגערהייט אָפּגעגעבן דרײַ יאָר אויף אײַנצופֿירן פֿאַר ייִדיש לאַטײַנישע אותיות, נאָר לסוף באַשלאָסן אַז דאָס האָט נאָך בולטער באַטאָנט די זשאַרגאָנישקייט פֿונעם לשון. דעריבער דאַרפֿן די הלליסטן אָננעמען אַ נייטראַל לשון, כּדי דורצופֿירן די ייִדישע מיסיע צווישן די פֿעלקער פֿון דער וועלט! און טרעפֿט וואָסער לשון ער האָט געהאַלטן פֿאַרן נייטראַליסטן? עספּעראַנטאָ, אָן קיין שום ספֿק!
קיין סך נחת פֿון הלליזם און פֿון די ייִדן בכלל האָט זאַמענהאָף קיין מאָל ניט געהאַט. דער London Jewish Chronicle האָט יענעם יאָר (1907) וועגן אים געשריבן בזה־הלשון: "די סעקטע וואָס ד״ר זאַמענהאָף וויל גרינדן האָט קיין מאָל ניט פֿאַרמאָגט מער ווי איין מיטגליד און דאָס איז ער אַליין". זאַמענהאָפֿס מיינונגען זענען געווען אַ שאַרפֿער אויסדרוק פֿון זײַן אָפּוואַרפֿן דעם פּאָליטישן ציוניזם, אָבער אַפֿילו אַחד־העם (אויך ניט קיין ציוניסט) האָט אים ביטער קריטיקירט ווי אַ "געצן־דינער", מחמת זײַן פֿאַרקוקן די טיפֿע נבֿיאישע און ארץ־ישׂראלדיקע וואָרצלען פֿון דער גרויסער ייִדישער עטיק.

די ערשטע וועלט־קאָנפֿערענץ

בײַ דער ערשטער וועלט־קאָנפֿערענץ פֿון עספּעראַנטיסטן (1907, אין פּאַריז) האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן אַ ביסל מורא געהאַט צו דערלויבן זאַמענהאָפֿן צו באַגריסן דעם אָנגעקליבענעם עולם. זיי האָבן זיך קוים אײַנגעבעטן בײַ אים צו געבן אַ פּראָבע פֿון זײַן פּלאַנירטער באַגריסונג־רעדע פֿאַר אַ געשלאָסענער זיצונג פֿונעם בכּבֿודיקן הויפּט־קאָמיטעט. ער איז געווען מסכּים און ער האָט מיט שטאָלץ רעציטירט זײַן פּאָעמע ("תּפֿילה אונטער דער גרינער פֿאָן") פֿאַרן קליינעם, אָפּגעקליבענעם עולם. די רעאַקציע איז געווען אַן עקספּלאָסיווע! דער קליינער זאַל האָט זיך שנעל אָנגעפֿילט מיטן כּעס, געוויין, פֿאַרדראָס און סקאַנדאַל וואָס זײַנע ווערטער האָבן אַרויסגערופֿן. מען האָט אָבער באַשלאָסן אים צו לאָזן באַגריסן דעם קאָנגרעס גופֿא, בתּנאַי אַז ער וועט אַרויסנעמען די לעצטע סטאַנזע. ("צוזאַמען ברידער, נעמט זיך פֿאַר די הענט. מאַרשירט פֿאָרויס צו שלומדיקער ליבע. קריסטן, ייִדן, מחמדאַנער: מיר זענען אַלע קינדער פֿון איין גאָט!"). פֿאַר די רעגירונגס־מיניסטאָרן, פּרעזידענטן פֿון אוניווערסיטעטן, וויסנשאַפֿטלער, און די סאַמע סמעטענע פֿון דער פֿראַנצויזישער סעקולערער וועלטלעכקייט איז דאָס געווען עפּעס וואָס מען האָט בלויז געקענט דערוואַרטן פֿון איינעם וואָס איז "אי אַ ייִד, אי אַ סלאַוו: פּשוט אַ משוגענער!" אייגנטלעך, דער קאָנגרעס האָט דערנאָך געטאָן אַלץ אין דער וועלט, אַז ס’זאָל זיך ניט אָנזען זאַמענהאָפֿס ייִדישקייט. מיט צופֿרידנקייט האָט אַן אַלטער קאָלעגע שפּעטער באַמערקט, אַז פֿון די 700 אַרטיקלען וואָס מען האָט נאָכן קאָנגרעס באַלד איבערגעגעבן צום דרוקער, האָט בלויז איינער דערמאָנט, אַז זאַמענהאָף איז אַ ייִד!
אָבער די בלוטיקע געשעענישן פֿון דער רעוואָלוציע פֿון 1905 האָבן שנעל באַנײַט זאַמענהאָפֿס איבערצײַגונג, אַז ער מוז די עספּעראַנטיסטן אויסלערנען "די ווערטן פֿון הלליזם". אין 1906 האָט אַ פֿיקטיווער "קרײַז פֿון הלליסטן" אַרויסגעגעבן, אונטער דעם טיטל "עיקרים פֿון הלליזם", אַ בראָשור וואָס האָט דערקלערט 12 פּונקטן פֿון רעליגיע, שפּראַך, עטיק און מינהגים. ס’איז קלאָר, אַז דאָס מאָל איז די בראָשור געווען געווענדט ניט נאָר צו ייִדן. אַלע הלליסטן זענען געווען פֿרײַ אויסצוקלײַבן, אָדער אָפּצוּוואַרפֿן, זייער אייגענע רעליגיע, נאָר האָבן געמוזט זיך מתחייבֿ זײַן אויפֿצוגעבן אַלע עלעמענטן וואָס שטימען ניט אײַן מיט די שטרענגסטע עטישע סטאַנדאַרטן פֿון די הלליסטן: למשל, נאַציאָנאַליסטישע אידעאַלן, עטנישן, ראַסיסטישן און רעליגיעזן שאָוויניזם, און אַלע דאָקטרינען וואָס זענען ניט בהסכּם מיט דער קלאָרער לאָגיק. ס’איז געווען אַ מין עטישער קוואַליטעטן־קאָנטראָל פֿון רעליגיע, דורכגעפֿירט מאומר לעושׂה אויף עספּעראַנטאָ. עס דערמאָנט זייער אין דער מאָדערנער "עטישער קולטור", ערגעץ אין אַ פֿאָרשטאָט מיט אַן אָנזעעוודיקער צאָל ייִדן. אַפֿילו דעמאָלט איז פֿאָרויסגעזען געוואָרן, אַז הלליסטן וועלן אַ מאָל אין דער צוקונפֿט זיך צונויפֿקלײַבן אין הלליסטישע טעמפּלען, מיט הלליסטישע שולן פֿאַר זייערע קינדער און מיט ספּעציעלע פּראָגראַמען פֿאַר עלטערע לײַט. זײַן ציל איז געווען צו שאַפֿן אַ נײַ פֿאָלק, נאָר דאָס צו טאָן אויף אַ שטילן, בהדרגהדיקן אופֿן; כּמעט אומבאַמערקטערהייט, און ניט אַרויסרופֿנדיק קיין שום געזעלשאַפֿטלעכע שטערונגען. איידער דאָס יאָר איז פֿאַרבײַ האָט זאַמענהאָף אַ ביסל רעווידירט דאָס ווערק און געביטן דעם נאָמען פֿון "הלליסמאָ" אויף "הומאַנעריסמאָ", דאָס הייסט, "הומאַניטאַרישקייט". דערמיט האָט ער אויסגעליידיקט דעם עספּעראַנטיזם פֿון זײַנע ייִדישע יסודות און עס לגמרי אײַנגעפֿלאַנצט אין אַ "פֿילאָסאָפֿיש־ריינעם מאָנאָטעיִזם".
אָבער בײַם צווייטן וועלט־קאָנגרעס האָט מען זיך זייער קעגנגעשטעלט זײַן בקשה ווידער צו באַגריסן אַלע פֿאַרזאַמלטע. ער האָט אויף דער עצה פֿונעם פֿאָרזיצער און פֿון דער פֿראַנצויזישער פֿירערשאַפֿט אַרויסגעלאָזט דעם גאַנצן חלק וועגן הומאַניטאַרישקייט. בעצם האָט ער איבערגעגעבן די "Interno Idea" (דער אייביקער אידעאַל) צו די עספּעראַנטיסטן אַליין, אַז זיי אַליין זאָלן אויפֿבויען די מאָדערנע, עטישע קהילה וואָס ער איז אַלע מאָל געווען אויסן.

אייניקע סך־הכּלען

מען קען ניט זאָגן, אַז מיט זאַמענהאָפֿס אַלע דורכפֿאַלן אויף דער עלטער איז זײַן באַוועגונג דורכגעפֿאַלן. ער האָט זייער געניט געהאָלפֿן די עספּעראַנטיסטן אויסצואַרבעטן פּרינציפּן כּדי צו קענען בײַקומען דרײַ קאָנטראָווערסיעס און איין שפּאַלטונג. דער ערשטער סיכסוך איז געווען וועגן פֿאָרמירן די כּללים פֿון עספּעראַנטאָ גופֿא. אין דעם שײַכות האָבן די מיטגלידער אים געצוווּנגען דורכצופֿירן אַ "פּלעביסציט". ער האָט אָנגעהויבן פֿאַרשטיין, אַז זײַן לשון האָט ניט געפֿירט צו דער שאַפֿונג פֿון אַ "האַרמאָניש נײַ פֿאָלק" און האָט אייגנטלעך די אָנהענגער ממש דערפֿירט צו אַ שפּאַלטונג.
די שפּראַך־רעפֿאָרמען זײַנע זײַנען דורכגעפֿאַלן און ער האָט לסוף אויפֿגעשטעלט אַן אויסגעוויילטע און אויטאָריזירטע קערפּערשאַפֿט אויף צו באַשטימען ווײַטערדיקע שפּראַכיקע ענינים. דער דריטער קאָנגרעס, אויף וועלכן זאַמענהאָף איז גראָד ניט געקומען (ער האָט געהאַלטן אין מיטן פֿון איבערזעצן "האַמלעט") האָט מען אָן זײַן וויסן, אָדער הסכּמה, פֿאָרגעלייגט אַ פֿאַרבײַט־לשון, אַנשטאָט עספּעראַנטאָ, "אידאָ" (די אַ״ג "אידאָ־שפּאַלטונג"). דער צווייטער קריזיס איז געווען דער סאָציאַליסטישער. די סאָציאַליסטן האָבן אָפּגעוואָרפֿן דעם באַשלוס, אַז די עספּעראַנטיסטישע באַוועגונג דאַרף זיך האַלטן "נייטראַל" לגבי דעם סאָציאַליזם (ווי לגבי יעדער אַנדערער פּאָליטישער באַוועגונג). אין 1921 האָבן די סאָציאַליסטן פֿאַרלאָזט עספּעראַנטאָ און שפּעטער האָבן זיי זיך געשפּאָלטן (ווי דער מינהג איז) אויף סאָציאַליסטישע און קאָמוניסטישע פֿראַקציעס. זאַמענהאָפֿס אידעאַל פֿון פֿאָרמירן אַן "אַנאַציאָנאַלע" (ניט־נאַציאָנאַלע) געזעלשאַפֿט האָט געפֿירט צו אַ דריטן קריזיס, און מען האָט אין 1922 דורכגעפֿירט דעם "העלסינקי־קאָנטראַקט", כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז ס’וועט תּמיד זײַן אַ באַלאַנס צווישן די נאַציאָנאַלע און די יחידישע מיטגלידער. ביזן סאַמע סוף איז זאַמענהאָף געבליבן געטרײַ צו די עספּעראַנטיסטן, ווײַל, סוף־כּל־סוף, זענען זיי געבליבן זײַן איינציקער אָנשפּאַר צו דערגרייכן זײַן הויפּטציל: אויפֿצושטעלן אַ פֿאָלק וואָס וועט אַנטקעגנטראָגן דער געזעלשאַפֿט, דורך עספּעראַנטאָ, זײַן כּסדרדיקן חלום פֿון ליבע און שלום צווישן אַלע מענטשן.
אין 1917, בלויז עטלעכע חדשים פֿאַרן אויסבראָך פֿון דער אָקטאָבער־איבערקערעניש און זײַן אייגענעם טויט, האָט ער נאָך אַלץ צעשיקט זײַן "הומאַנעריסמאָ" צו צײַטונגען איבער דער גאָרער וועלט, בעטנדיק בײַ זיי, אַז זיי זאָלן דאָס אָפּדרוקן אויף זייער אייגענער שפּראַך, כּדי דער מאָדעל פֿון אַ מאָדערן, נייטראַל, און קלאַסנלאָז לשון זאָל דערגיין צו זייערע אַבאָנענטן, און, קודם־כּל, כּדי צו דערמעגלעכן אַז זייערע אייגענע קינדער זאָלן ממשיך זײַן אָט דעם גרויסן, אייביקן חלום פֿון אַ יושרדיקער און האַרמאָנישער וועלט. ער איז כּל־ימיו געווען אַן אינטערעסאַנטע קאָמבינאַציע פֿון אַ דאָן קיכאָט און אַ גרויסן אויפֿטוער!


נאַכוואָרט: בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז זאַמענהאָפֿס טאָכטער (די אַ״ג באַרימטע "טאָכטער פֿון עספּעראַנטאָ") גראָד געווען אויף אַ וויזיט אין אַמעריקע. אונדזער רעגירונג האָט זי אָבער אין איין שיינעם טאָג באַצייכנט ווי אַ "שׂונאסדיקע פֿרעמדע" (Enemy Alien) און זי "צוריקגעשיקט פֿון וואַנען זי איז געקומען".