עדי ראָזנער |
יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן.
לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי. אין יוני איז אין בערלין געווען אַ דזשאַז־פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם לעגענדאַרן מוזיקער. אין בערלין איז אויך אַרויס אַ בוך אויף דער טעמע — Von Hitler vertrieben, von Stalin verfolgt: Der Jazzmusiker Eddie Rosner (דורך היטלער פֿאַרטריבן, דורך סטאַלין פֿאַרפֿאָלגט: דער דזשאַז־מוזיקער עדי ראָזנער). די ביאָגראַפֿישע אַרבעט האָט צוויי מחברים — די היסטאָריקערין גערטרוד פּיקהאַן (אייניקע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" וועלן זי גלײַך דערקענען אַדאַנק איר טיפֿער פֿאָרשונג פֿון "בונד" אין פּוילן) און דער מוזיקאָלאָגיסט מאַקסימיליאַן פּרײַסלער.
איך רעקאָמענדיר דאָס בוך אַלעמען, וואָס לייענען דײַטש און אינטערעסירן זיך מיט מוזיק־געשיכטע און סאָוועטישער געשיכטע. כ’האָב באמת גרויס הנאה געהאַט פֿון לייענען די דאָזיקע, אין תּוך אַרײַן, אַקאַדעמישע אַרבעט, אָבער אָנגעשריבן איז זי גאָר ניט טרוקן און דערפֿאַר קען דאָס בוך צופֿרידנשטעלן איטלעכן אינטעליגענטן לייענער.
בערלין איז, לחלוטין, ניט קיין צופֿעליק אָרט פֿאַר אַ קולטור־אונטערנעמונג געווידמעט ראָזנערן. דאָס איז דאָך געווען זײַן היימשטאָט, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אין אַן אָרעמער פּויליש־ייִדישער — "אָסטיודישער" — משפּחה. זײַן נאָמען איז געווען אַדאָלף, וואָס איז בכלל געווען זייער פּאָפּולער בײַ ייִדן. שפּעטער איז ער, פֿאַרשטייט זיך, אַרויס פֿון דער מאָדע, און ראָזנער האָט אויך גענומען טראָגן אַן אַנדערן נאָמען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס ער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד. צו יענער צײַט איז ער, תּחילת אַ טאַלאַנטירטער פֿידלער, שוין געוואָרן אַ טרומייטער־שפּילער — אַזוי איז געווען גרינגער צו פֿאַרדינען געלט. אין דער ערשטער העלפֿט 1930ער האָט ער געשפּילט ווי אַ מיטגליד פֿון דער פּאָפּולערער דזשאַז־קאַפּעליע "ווײַנטראַובס סינקאָפּאַטאָרס".
אין 1935 האָט ראָזנער זיך באַזעצט אין פּוילן. דאָרטן האָט ער פֿאַרנומען אַן אָנגעזעען אָרט אין דער וועלט פֿון דזשאַז־מוזיק. אין 1939, ערבֿ דער מלחמה, האָט ער זיך באַקענט און חתונה געהאַט מיט רות קאַמינסקאַ, דער טאָכטער פֿון אידע קאַמינסקאַ און, בכלל, אַ טייל פֿון דער לעגענדאַרער ייִדישער טעאַטער־דינאַסטיע. צוזאַמען מיט דעם דאָזיקן טעאַטראַלן קלאַן איז ראָזנער אַריבער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
דער אָנהייב פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה אין ראָזנערס לעבן איז געווען זייער אַ געלונגענער. ער איז געוואָרן אַ פֿאַוואָריט בײַם פּאַרטיי־פֿירער פֿון ווײַסרוסלאַנד, פּאַנטעליימאָן פּאָנאָמאַרענקאָ, וועלכער האָט — אין אונטערשייד פֿון מיר — ליב געהאַט דזשאַז. פּאָנאָמאַרענקאָ האָט איבערגעלאָזט אַ גאַנץ אַנטיסעמיטישן שפּור אין דער סאָוועטיש־ייִדישער געשיכטע. ער האָט, אַ פּנים, געהערט צו דעם פֿאַרשפּרייטן מין לײַט, וואָס האָבן פֿײַנט כּלל־ישׂראל, אָבער דאָס שטערט זיי ניט צו האָבן ליב אַ ר’ ישׂראל. אַזוי צי אַזוי, האָט ער ראָזנערן געהאָלפֿן ניט איין מאָל. אין אַ היפּשער מאָס אַדאַנק פּאָנאָמאַרענקאָ איז דער אימיגראַנט פֿון פּוילן געוואָרן אַ באַקאַנטער און, לויט די סאָוועטישע מאָסן, פֿאַרמעגלעכער סאָוועטישער מוזיקער.
לויט אַלע סימנים נאָך, איז אַוואַנטורישקייט ניט געווען פֿרעמד עדי ראָזנערן. אַנדערש איז שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אים האָט געקענט אײַנפֿאַלן דער געדאַנק ניט לעגאַל אַוועקפֿאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין פּוילן. דער סוף איז געווען, אַז ער האָט פֿאַרבראַכט אַכט יאָר אין "גולאַג" און רות קאַמינסקאַ איז אַרויסגעשיקט געוואָרן אין אַ סאָוועטישער אויסרײַסעניש. אין "גולאַג" איז ראָזנער ניט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן — ער האָט געשפּילט פֿאַר די אָפֿיצירן און אַנדערע לײַט פֿון דער "גולאַג"-אַריסטאָקראַטיע. ראָזנערס באַזונדערער סטאַטוס האָט אים געגעבן אַ צוטריט צו אַ סך זאַכן, וועגן וועלכע קיין נאָרמאַלער אַרעסטאַנט האָט אַפֿילו חלומען ניט געקאָנט. ער האָט אַפֿילו געפֿירט ליבעס און איז געוואָרן אַ טאַטע פֿון ניט ווייניקער ווי איין קינד. שפּעטער האָט עס רויִנירט זײַן משפּחה — קאַמינסקאַ וועט אַוועקפֿאָרן קיין פּוילן און ראָזנער וועט פֿאַרבלײַבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ נאָך דער באַפֿרײַונג איז זײַן שטערן ווידער אַרויף און גענומען שײַנען אויף דעם מוזיק־הימל. ראָזנערס השפּעה פֿילט זיך אין רוסלאַנד ביזן הײַנטיקן טאָג.
דאָך איז ער סוף־כּל־סוף אַנטלאָפֿן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס איז ווידער אַ מאָל געווען אַן אַוואַנטורע — ער און זײַן נײַע פֿרוי האָבן באַקומען (פּינקטלעכער, קוים אויסגעפּועלט) אַ וויזע צו באַזוכן די פֿאַראייניקטע שטאַטן. געפֿאָרן זײַנען זיי דורך דײַטשלאַנד, און דאָרטן זײַנען זיי פֿאַרבליבן, אין מערבֿ־בערלין. אַזוי אַז די לעצטע עטלעכע יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ראָזנער פֿאַרבראַכט אין זײַן היימשטאָט. קיין סך גליק האָט עס אים, אָבער, ניט געבראַכט. ער איז געקומען מיט ריזיקע שאַפֿערישע פּלענער, וועלכע האָבן פֿולשטענדיק און אין גאַנצן געפּלאַצט. איראָניש — און טראַגיש — האָט ראָזנער דעם גרעסטן דערפֿאָלג געהאַט אין לאַנד, וווּהין עס האָט אים אַרײַנגעוואָרפֿן דער גורל פֿון אַ פּליט.