ביאָגראַפֿיעס
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעפֿים פֿישטיין
יעפֿים פֿישטיין
Credit: RGDS Jefim Fistein, director, Radio Liberty

וועמען וואָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַ ייִנגעלע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו, אין דער ייִדישער געגנט פּאָדאָל, וועט אַ מאָל ווערן אַ באַקאַנטער טשעכישער זשורנאַליסט און אַפֿילו הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער פּאָפּולערסטער צײַטונג אין לאַנד "לידאָווע נאָווינאַ"? צי האָט עמעצער געטראַכט, אַז ער וועט ווערן אַ טשעכישער פּאָעט, איבערזעצער, דראַמאַטורג און סצענאַריסט צו טשעכישע קינאָ־פֿילמען? אויב ס׳איז ווייניק, איז ער אויך געווען במשך פֿון אַ סך יאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן בײַ דער אַמעריקאַנער ראַדיאָ־סטאַנציע "סוואָבאָדאַ" (פֿרײַהייט). דערבײַ, בײַ די אַלע זײַנע מלאָכות, איז ער שטענדיק פֿאַרבליבן אַ ייִד און האָט אין ייִדישקייט דערצויגן זײַנע קינדער...

יעפֿים פֿישטיין איז געבוירן געוואָרן אין 1946. נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול איז ער אָנגעקומען אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט אויף דער קאַטעדרע פֿון ראַדיאָ־זשורנאַליסטיק, וואָס אין יענער צײַט איז פֿאַר אַ ייִדישן יונגער־מאַן געווען ממש אַ נס. אין 1969 האָט ער דעם אוניווערסיטעט פֿאַרענדיקט, אָבער צו אַרבעטן האָט פֿישטיין אין ראַטן־פֿאַרבאַנד נישט באַוויזן; נאָך זײַענדיק אַ סטודענט, האָט ער חתונה געהאַט מיט אַ סטודענטקע פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ און איז מיט איר אַוועקגעפֿאָרן קיין פּראָג. דאָרט האָט ער בײַם אָנהייב געאַרבעט ווי אַן איבערזעצער פֿון וויסנשאַפֿט־פּאָפּולערער ליטעראַטור, דערנאָך פֿון קינסטלערישער און צום סוף אַליין געוואָרן אַ פּראָזע־שרײַבער. זיך גיך באַפֿרײַנדעט מיט דער אָרטיקער אינטעליגענץ, איז פֿישטיין אַלץ מער אַרײַנגעטאָן געוואָרן אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿון דער טשעכישער קרוינשטאָט.

אין 1977 קומט צו דער ליכטיקער שײַן אַרויס דער באַקאַנטער מאַניפֿעסט פֿון מענטשנרעכט — "כאַרטיע 77". צווישן די ערשטע שטיצער פֿון דעם היסטאָרישן דאָקומענט, באַגלײַך מיט וואַצלאַוו גאַוועל, זדענעק מלינאַרזש און אַנדערע טשעכישע דיסידענטן, איז געווען אויך יעפֿים פֿישטיין. ווי נאָר דער אויפֿרוף איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער מערבֿ־פּרעסע, האָט די מאַכט באַלד רעפּרעסירט די איניציאַטאָרן. אַרעסטירט איז געוואָרן וואַצלאַוו גאַוועל, דער שפּעטערדיקער פּרעזידענט פֿון טשעכיע, און אַ סך פֿון זײַנע אָנהענגער האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. אין 1980 איז פֿישטיין אַרויסגעפֿאָרן קיין עסטרײַך. שוין אין אַ יאָר אַרום האָט ער געאַרבעט אין דער ראַדיאָ־סטאַנציע "סוואָבאָדאַ" און איז אַריבערגעפֿאָרן וווינען קיין מינכן.

פֿאַר דער פּראָגראַם, וואָס האָט טראַנסמיטירט אויף רוסיש, איז ער געווען ממש אַ געווינס, ווײַל ס׳רובֿ מיטאַרבעטער פֿון דער ראַדיאָ־סטאַנציע זײַנען געווען צופֿעליקע מענטשן אין זשורנאַליסטיק בכלל און אין ראַדיאָ־זשורנאַליזם בפֿרט. דערצו האָט פֿישטיין באַהערשט עטלעכע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, בתוכם ענגליש, דײַטש און רוסיש; ער האָט אויך גוט זיך אײַנפֿאַרשטאַנען אין די פּאָליטישע פּראָבלעמען פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און די סאָציאַליסטישע לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע. ער איז גיך געוואָרן פּאָפּולער בײַ די צוהערער. זײַנע קאָמענטאַרן זײַנען געווען הויך־פּראָפֿעסיאָנעלע און טיף אַנאַליטישע. די פֿירערשאַפֿט שאַצט אָפּ זײַן אַרבעט און גאָר אין גיכן פֿאַרנעמט ער די שטעלע פֿונעם שטעלפֿאַרטרעטער בײַם רעדאַקטאָר פֿונעם רוסישן אָפּטייל.

די גאָר נישט לײַכטע אַרבעט אין דער ראַדיאָ־סטאַנציע קאָמבינירט פֿישטיין מיט זײַן פּובליציסטישער טעטיקייט. זײַנע אַרטיקלען דרוקן זיך אין די ישׂראלדיקע, רוסישע, טשעכישע און פּוילישע אימיגראַנטישע פּובליקאַציעס. פּאָליטישע פּובליציסטיק, קריטיק און רעצענזיעס אויף ביכער פֿון די פֿירנדיקע פּאָליטישע דענקער פֿון 20סטן יאָרהונדערט — דאָס זײַנען די הויפּט־טעמעס פֿון זײַנע אַרטיקלען און נאָטיצן.

אין 1995 האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג אַריבערגעפֿירט די הויפּט־קוואַרטיר פֿון ראַדיאָ "סוואָבאָדאַ" קיין פּראָג. אַזוי, נאָך אַ היפּשן יאָרן־קרײַז, האָט פֿישטיין זיך אומגעקערט צוריק קיין פּראָג. ער האָט זיך באַלד אַרײַנגעוואָרפֿן מיטן קאָפּ אין דער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט פֿון דער אומאָפּהענגיקער נײַער רעפּובליק. איין יאָר (1996—1997) איז ער דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער צענטראַלער טשעכישער צײַטונג "לידאָווע נאָווינאַ"; ער שרײַבט אַ סך און קאָמענטירט אַ סך פֿאַר דעם טשעכישן ראַדיאָ און טעלעוויזיע. ער פֿירט זײַן אייגענע רובריק אינעם זשורנאַל "אייראָ". דאָס איז דווקא געווען זײַן געדאַנק צו צעטיילן טשעכאָסלאָוואַקײַ אויף צוויי אומאָפּהענגיקע מלוכות — אַ זעלטענער געלונגענער פּלאַן אויסצומײַדן אַ נײַעם צווישן־עטנישן קריזיס אין אייראָפּע.

פּאָליטיק איז אָבער נאָר אַ טייל פֿון פֿישטיינס טעטיקייט. ער האָט אָנגעשריבן די סצענאַריומס צו עטלעכע דאָקומענטאַר־פֿילמען, ווי אויך די ליברעטאָ פֿונעם פּאָפּולערן מיוזיקל אין טשעכיע, "לעבנס־עלעקסיר". ער איז באַלוינט געוואָרן מיט דער פּרעמיע פֿון טשעכישן ליטעראַטור־פֿאָנד פֿאַרן יאָר 1995. פֿישטיין איז ממשיך מיטצואַרבעטן מיט דעם ראַדיאָ "סוואָבאָדאַ", און אין יאָר 2009 פֿירט ער דאָרט אָן מיטן רוסישן אָפּטייל.

אַ ייִד בלײַבט אָבער אַ ייִד. יעפֿים פֿישטיין באַטייליקט זיך אַקטיוו אינעם ייִדישן קהילה־לעבן אין מינכן און פּראָג. איך געדענק, ווען ס׳איז פֿאָרגעקומען די ברית־מילה בײַ זײַן מיזיניק בנימין אין דער עלטסטער "נײַער" שיל אין פּראָג; דעם גליקלעכן פֿאָטער זײַנען געקומען צו באַגריסן זײַנע רוסישע און טשעכישע חבֿרים. איצט איז דאָס "ייִנגעלע" שוין אַ סטודענט פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. אויך די עלטערע קינדער פֿון יעפֿים פֿישטיין האָבן פֿאַר זייער וווין־אָרט אויסגעקליבן אַמעריקע. זייער פֿאָטער איז אָבער פֿאַרבליבן אַן אייראָפּעער ביזן מאַרך־ביין. צוריק גערעדט, צו זײַן אַ ייִד איז נישט וויכטיק וווּ מע לעבט, ס׳איז וויכטיקער זיך נישט אָפּצורײַסן פֿונעם ייִדישן לעבן.