ליטעראַטור, ביאָגראַפֿיעס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין "פֿאָרווערטס" האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט מענדל אָשעראָוויטש, איינער פֿון די בעסטע מחברים אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. האָט ער אין יולי 1938 געשריבן וועגן מאַקס פּײַן, אַ וויכטיקן טוער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג, און אויך אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" אין פֿאַרשיידענע יאָרן. פּײַן איז אין יאָר 1920 געפֿאָרן קיין רוסלאַנד מיט אַ שליחות פֿון "דזשוינט" און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער הילף-אַרבעט אין יענע מקומות. ווען ער איז צוריק געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען בײַ אים געפֿרעגט וועגן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד און זײַן מיינונג וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. פּײַן איז געווען אַ מענטש מיט הומאָר און האָט זײַנע אײַנדרוקן באַשריבן דורך אַזאַ מעשׂה:

אַ ייִדענע, וואָס איז געווען מיאוס ווי דער טויט, איז אַ מאָל געקומען צום רבין ער זאָל איר צוּווינטשען, אַז איר מאַן, וואָס איז פֿון איר אַנטלאָפֿן, זאָל קומען צוריק. צום רבין אַליין האָט מען די ייִדענע ניט צוגעלאָזט, נאָר דער גבאי איז פֿאַר איר געגאַנגען און נאָך דעם איז ער אַרויסגעקומען מיט דער גוטער בשׂורה — דער רבי האָט צוגעווינטשעוועט, געזאָגט, אַז דער מאַן וועט, אם-ירצה-השם, קומען צוריק. איז די ייִדענע אַוועק אַהיים מיט אַ גדולה און איז געווען זיכער, אַז דעם רבינס ברכה וועט מקוים ווערן. אויך די חסידים זײַנען געווען זיכער אין דעם. אָבער דער גבאי האָט געזאָגט: "דאָס מאָל האָט דער רבי ניט געטראָפֿן. דער מאַן וועט צוריק ניט קומען!" איז צווישן די חסידים געוואָרן אַ בהלה — "סטײַטש! ווי קען מען דאָס זאָגן, אַז דעם רבינס ברכה וועט ניט מקוים ווערן?" האָט דער גבאי מיט אַ שמייכל זיי געזאָגט: "דער רבי, פֿאַרשטייט איר מיך, האָט די ייִדענע ניט געזען, און איך ווייס, אַז ווען אַ מאַן אַנטלויפֿט פֿון אַזאַ ייִדענע, קומט ער שוין ניט מער צוריק."

* * *

"מיאוסקייט" איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ רעלאַטיווער באַגריף. אַנדערע ווערן ממש אַנטציקט פֿון דער זעלבער "מיאוסקייט". ניט צופֿעליק זײַנען אַזויפֿיל מענטשן, ייִדן בתוכם, פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיטן באָלשעוויסטישן עקספּערימענט. טויזנטער לײַט זײַנען געפֿאָרן קיין רוסלאַנד כּדי זיך בלבֿ-ונפֿש אָפּגעבן דער גאַנצער איבערקערעניש. אַ סך פֿון די דאָזיקע מענטשן זײַנען געווען פֿון רוסלאַנד, אָבער האָבן שפּעטער עמיגרירט פֿון דאָרטן. אַזוי אַז פֿאַר זיי איז עס געווען אַ וועג אַהיים. אָבער אין דעם דאָזיקן שטראָם ענטוזיאַסטן זײַנען געווען אויך מענטשן, וואָס האָבן קולטורעל קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו רוסלאַנד.

מיכאל קרוטיקאָווס בוך "פֿון קבלה ביז קלאַסן-קאַמף" איז גראָד וועגן אַזאַ יחיד: מאיר ווינער (1893—1941). אַ פּרעכטיק געבילדעטער און פֿיל-זײַטיק טאַלאַנטירטער עסטרײַכיש-ייִדישער אינטעלעקטואַל — אַ שרײַבער און ליטעראַטור-היסטאָריקער — איז ווינער פֿאַרכּישופֿט געוואָרן מיט קאָמוניזם און אין יאָר 1926 געקומען אויף שטענדיק קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. צי האָט ער געקענט דערנאָך אַנטלויפֿן פֿון דער מיאוסקייט, טאָמער אין זײַנע אויגן האָט עס טאַקע גענומען אויסזען שלעכט? צו טאָן אַזוי, ווי עס טוט דער הויפּט-העלד פֿון י. יִ. זינגערס ראָמאַן "חבֿר נחמן"? עס בלײַבט ניט קלאָר צי ווינער האָט געקענט אַוועקפֿאָרן; בפֿרט אין עטלעכע יאָר אַרום נאָך זײַן קומען קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿון די בריוו פֿון ווינערן צו זײַנע שוועסטער, וואָס קרוטיקאָוו ציטירט אין זײַן בוך, זעט מען, אַז ער האָט געטראַכט וועגן אַ נסיעה קיין מערבֿ, אָבער צו רעאַליזירן אַזאַ פּלאַן האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן. סאָוועטן-רוסלאַנד איז געוואָרן אַ פּאַסטקע פֿאַר ס׳רובֿ אימיגראַנטן.

ריין אידעאָלאָגיש איז זײַן אימיגראַציע ניט געווען. פֿאַר אַ מענטש מיט זײַנע אינטערעסן איז געווען זייער שווער אויסצוזוכן אַן אַרבעט אין דער מערבֿ-וועלט. וווּהין האָט ער געקענט זיך שטופּן? אין אוניווערסיטעטן האָט מען זיך מיט אַזעלכע — ייִדישע — זאַכן ניט באַשעפֿטיקט. דער ייִוואָ-אינסטיטוט איז דעמאָלט געווען ניט מער ווי אַ באַגריף, און שפּעטער איז ער אויך געווען גוט אויף צרות. זשורנאַליזם איז, פֿאַקטיש, געווען כּמעט די איינציקע מעגלעכע פּרנסה פֿאַר דעם געלערנטן עולם. למשל, פֿון "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליזם האָבן געצויגן זייער חיונה דער שפּראַך-קענער מאַקס ווײַנרײַך, ווי אויך דער סטאַטיסטיקער יעקבֿ לעשצינסקי. אָבער גאָר ניט אַלע האָבן געהאַט כּישרונות עס צו טאָן, שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם דוחק אויך פֿון זשורנאַליסטישע פּרנסות.

אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט ווינער פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיקע פּאָזיציע אין דער אַקאַדעמישער וועלט, דער ייִדישער און ניט-ייִדישער. אים האָט זיך אויך אײַנגעגעבן צו רעאַליזירן די שאַפֿערישע פּלענער זײַנע, לכל-הפּחות אייניקע פֿון זיי; און אַ פּערזענלעכן לעבן האָט ער אויך באַקומען. אים האָט אָפּגעגליקט ניט אַרײַנצופֿאַלן אין די בלוטיקע הענט פֿון סטאַלינס תּלינים — די "רייניקונגען" האָבן שיטערער געמאַכט דעם קרײַז פֿון ווינערס קאָלעגן, אָבער ער איז אַרויס אַ גאַנצער. און דערלעבט ביז דער מלחמה, וואָס האָט איבערגעריסן זײַן לעבן, ווען ער — שוין ניט קיין יונגער מענטש — איז אַוועק זיך שלאָגן מיט די נאַציס.

ס׳איז ניט מײַן טבֿע איבערצודערציילן ביכער. בפֿרט נאָך, אַז ביאָגראַפֿישע פּרטים פֿון מאיר ווינערס לעבן פֿאַרנעמען נאָר אַ חלק אין דער דאָזיקער טיפֿער פֿאָרשונג מכּוח אַ טיפֿן אינטעלעקטואַל, וועלכער האָט אין זיך אינטעגרירט, אויף זײַן אייגענעם אוניקאַלן אויפֿן, ייִדישקייט מיט אייראָפּעיִשקייט און סאָוועטישקייט. אין דעם בוך ווערן אַנאַליזירט סײַ פֿאַרעפֿנטלעכטע ווערק פֿון ווינערן סײַ אַרכיוון-מאַטעריאַלן, וועלכע ווערן צום ערשטן מאָל אַרײַנגעפֿירט אין אַקאַדעמישן באַנוץ. פֿאַר אַ מענטשן פֿון אונדזער תּקופֿה איז, אין תּוך אַרײַן, אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין אַזאַ מענטשן ווי ווינער. די רייד קען גיין נאָר וועגן אַפּראָקסימאַציעס, און מיכאל קרוטיקאָווס אַפּראָקסימאַציע איז, בלי-ספֿק, זייער אַ פּינקטלעכע און פֿיל-זײַטיקע.

ווען מע לייענט איבער אַזאַ בוך, ווי די נײַע מאָנאָגראַפֿיע פֿון מיכאל קרוטיקאָוון, פֿאַרשטייט מען אַ סך בעסער, פֿאַר וואָס מיר האָבן נאָר געציילטע אַקאַדעמישע ווערק געווידמעט אַ יחיד — אַ שרײַבער, אַ קינסטלער וכ׳. דאָס איז דאָך אַ גוואַלדיק שווערע און פֿאַראַנטוואָרטלעכע אַרבעט, וואָס שטעלט זייער שטרענגע פֿאָדערונגען פֿאַר אַ פֿאָרשער. אָבער ווען דער רעזולטאַט איז אַ געראָטענער (ווי אין דעם פֿאַל), ווערן מיר טאַקע באַרײַכערט.