- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יענע וואָך נאָך די דראָונגען פֿון דער הסתּדרותּ דורכצופֿירן אַן אַלגעמיינעם שטרײַק פֿון אַלע מלוכה־מיטאַרבעטער, האָט דער פּרעמיער נתניהו און זײַן פֿינאַנץ־מיניסטער שטײַניץ רעאַגירט אויף דעם, אָננעמענדיק אייניקע "עקסטרע מיטלען": אַראָפּגעלאָזט דעם פּרײַז אויף בענזין (23 אַגורות אויף אַ ליטער), וואַסער, אויטאָבוס־נסיעות אויף דער פּערעפֿעריע; עס ווערט אויך פּלאַנירט צו העכערן דעם מינימאַלן געהאַלט אויף 450 ש״ח (אַן ערך $128 אַ חודש). מע ווייסט דאָך אָבער גוט, אַז בחינם קריגט דאָס מײַזל קעז נאָר אין דער מײַזן־פּאַסטקע. דאָ געוואָרפֿן אַ ביינדל, און דאָרטן שוין צוגענומען אַ גאַנצע פּאָלקע. צו דעקן די אויסגאַבן פֿאַר די "עקסטרע מיטלען", וויל איצט די רעגירונג קירצן דעם בודזשעט אויף 2% בײַ אַלע מיניסטעריומס און אָפּציִען די ווײַטערדיקע פֿאַרקלענערונג פֿון די הכנסה־שטײַערן. ווי באַקאַנט, האָבן די גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע בירגער, וואָס די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 האָט די ייִדן דערלאַנגט, דערהויבן די אַחינו־בני־ישׂראל עקאָנאָמיש און סאָציאַל. דאָס ייִדישע יונגוואַרג האָט גענומען שטודירן אין די אוניווערסיטעטן; גענומען אַרבעטן אין דער אַדמיניסטראַציע, זאָגן אַ וואָרט אין האַנדל, אינדוסטריע און פֿינאַנצן; די ייִדישע נעמען האָבן אָנגעהויבן קלינגען אין דער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע פֿון פֿראַנקרײַך. די צאָל ייִדישע עשירים, מחוץ די רײַכע שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע ייִדן, האָט זיך באַטײַטיק פֿאַרגרעסערט. ווי דער שטייגער איז, אַן אויפֿגעקומענער, ווען ער קריגט אַרײַן אַ מטבע אין דער האַנט אַרײַן, וויל ער שוין די וועלט זאָל דאָס באַמערקן. טוט מען קאָפּירן דעם אײַנגעזעסענעם עושר. מען בויט אַ רײַכע היים מיט לוקסוס־מעבל, מען באַהענגט די ווענט מיט בילדער, וואָס נישט שטענדיק טוט מען זיי פֿאַרשטיין; מען שטעלט אײַן אַ ביבליאָטעק מיט ביכער, וועלכע מען וועט זעלטן זיי לייענען; מען פֿירט אײַן בײַ זיך אַ סאַלאָן און מען נעמט אויף מענטשן מיט אַ "קלינגענדיקן" נאָמען; קורץ — מען פֿירט אַ לעבן ווי די אַלע אַלטע עשירים, די אַריסטאָקראַטן. די מעשׂה איז נאָר, וואָס, בדרך־כּלל, פֿעלט דעם אויפֿגעקומענעם אַ ביסל קולטור, אַ קאַפּיטשקע עסטעטישן געשמאַק. אין "פֿאָרווערטס" האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט מענדל אָשעראָוויטש, איינער פֿון די בעסטע מחברים אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. האָט ער אין יולי 1938 געשריבן וועגן מאַקס פּײַן, אַ וויכטיקן טוער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג, און אויך אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" אין פֿאַרשיידענע יאָרן. פּײַן איז אין יאָר 1920 געפֿאָרן קיין רוסלאַנד מיט אַ שליחות פֿון "דזשוינט" און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער הילף-אַרבעט אין יענע מקומות. ווען ער איז צוריק געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען בײַ אים געפֿרעגט וועגן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד און זײַן מיינונג וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. פּײַן איז געווען אַ מענטש מיט הומאָר און האָט זײַנע אײַנדרוקן באַשריבן דורך אַזאַ מעשׂה: אַ ייִדענע, וואָס איז געווען מיאוס ווי דער טויט, איז אַ מאָל געקומען צום רבין ער זאָל איר צוּווינטשען, אַז איר מאַן, וואָס איז פֿון איר אַנטלאָפֿן, זאָל קומען צוריק. דאָס יאָר וועט זײַן דאָס צענטע, זינט דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט אָנגעהויבן שיקן סאָלדאַטן קיין אַפֿגאַניסטאַן; דעם 20סטן מאַרץ וועט מען אָפּמערקן אַכט יאָר נאָך דער אַמעריקאַנער אינוואַזיע אין איראַק. לויט דער סטאַטיסטיק זענען 37 ייִדישע סאָלדאַטן, מענער און פֿרויען, אומגעקומען אין די שלאַכטן. עס קען זײַן, אַז די צאָל איז העכער, ווײַל אַ טייל סאָלדאַטן, ייִדן, רופֿן נישט אָן זייער רעליגיע ווען זיי דינען אין די מוסולמענישע לענדער. מיר דרוקן ווײַטער אָפּ געציילטע פּראָפֿילן פֿון די ייִדישע קרבנות. די באַשרײַבונגען פֿון אַלע ייִדישע געפֿאַלענע מיליטער־לײַט קען מען לייענען אינעם ענגלישן "פֿאָרווערד" פֿונעם 18טן פֿעברואַר 2011. די צוויי חיפֿהער מוזיקער איתּי אַלתּר און אורית פּערלמאַן האָבן אַרויסגעלאָזט אַ נײַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן נאָמען "אָט אַזוי!". די רעקאָרדירונג שפּיגלט אָפּ די מוזיקאַלישע אינטערעסן פֿון די צוויי מוזיקער — דזשעז, חזנות און פאָלקסליד. די זינגערין פּערלמאַן דערציילט: "ווען איתּי אַלתּר און איך האָבן אַנטדעקט אונדזער בשותּפֿותדיקע ליבשאַפֿט צו ייִדיש, האָט זיך אונדזער נסיעה אָנגעהויבן. נאָך דעם ווי מיר האָבן איבערגעקוקט אַ סך לידער, האָבן מיר אויסגעקליבן נאָר די, וואָס האָבן אונדז צוגעצויגן מיט זייער אוראַלטן ייִחוס. זיי האָבן עפּעס טיפֿס אָנגערירט בײַ אונדז". אורית פּערלמאַן האָט גראַדויִרט פֿון דער חזנות־פּראָגראַם אינעם "העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש" פֿאַר ישׂראלדיקע סאָליסטן. זי איז געווען אַ חזנטע אין פֿאַרשיידענע שילן און סינאַגאָגעס אין ישׂראל און אַמעריקע. דרײַ מאָל האָט זי געוווּנען אַ "שלשלת"־פּריז פֿאַר נײַער חזנישער מוזיק. זי האָט אויך געלערנט וואַרשטאַטן אויף אַזוינע טעמעס ווי "שלום־עליכם און מײַן מלאך", וועגן דעם שאַפֿן פּערזענלעכע תּפֿילות אינספּירירט פֿון עלטערע ייִדישע טראַדיציעס און דער מאָדערנער העברעיִשער פּאָעזיע. במשך פֿון עטלעכע פֿאָריקע וואָכן האָבן מיר באַהאַנדלט דעם סאָציאַלן תּוכן פֿון די פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם יציאת־מצרים, מתּן־תּורה און בנין־המישכּן. דער ערשטער טייל פֿונעם חומש "שמות", פֿון אָנהייב ביז "מישפּטים", ווערן באַטראַכט ווי אַ ספּעציעלער בלאָק פֿונעם חומש, וואָס ווערט אָנגערופֿן "שובֿבֿים"; דאָס איז ראָשי־תּיבֿות פֿון די ערשטע אותיות אין די נעמען פֿון די פּרשיות. אין אַן עיבור־יאָר, אַזוי ווי הײַיאָר, ווערן די סדרות, וועלכע מיר האָבן געלייענט במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן, "תּרומה" און "תּצוה", אויך אַרײַנגערעכנט ווי אַ טייל פֿונעם דאָזיקן בלאָק. די צײַטן פֿון דער גרויסער עליה, בפֿרט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז שוין אַן ענין פֿאַר היסטאָריקער און סאָציאָלאָגן. הײַנט קומען אויך טויזנטער לײַט פֿון יענע מקומות, בערך 7.5 טויזנט זײַנען אָנגעקומען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער פֿון דער צוטריטלעכער אינפֿאָרמאַציע איז גאָר ניט קלאָר, אויף וויפֿל זיי קענען בכלל זײַן באַשריבן מיטן טערמין "עולים". איינער אַזאַ "עולה" האָט דעם זומער פֿאַרבראַכט אַ וואָך בײַ אונדז אין ענגלאַנד. זייער אַ וווילער יאַט, אַ קינד פֿון אַן אַלטן חבֿר מײַנעם. ער איז אַוועק פֿון אוקראַיִנע מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, נאָכן פֿאַרענדיקן אַן אוניווערסיטעט, און האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל. אַ פֿעיִקער פּראָגראַמיסט, האָט ער זיך זייער גוט אײַנגעאָרדנט. אָבער מיט ישׂראל האָט דער יונגערמאַן, אין תּוך אַרײַן, זייער ווייניק קאָנטאַקטן. ער איז, פֿאַקטיש, ניט קיין ייִד — נאָר איין זיידע זײַנער, מײַן חבֿרס פֿאָטער, איז געווען אַ ייִדישער. קיין העברעיִש קען ער נאָך אַלץ כּמעט ניט, ווײַל די אַרבעט ווערט געפֿירט אין גאַנצן אויף ענגליש, בשותּפֿות מיט אַן אַמעריקאַנער פֿירמע, און נאָך דער אַרבעט דרייט ער זיך צווישן רוסיש-רעדנדיקע פֿרײַנד. ראובֿן לודוויג איז געבוירן געוואָרן אין ליפּאָוועץ, קיִעווער געגנט, אוקראַיִנע, אין1895 , און איז געשטאָרבן אין , 1926 ווען ער איז אַלט געווען קוים 13 יאָר. ער האָט זיך געלערנט אין חדר, האָט אַ צײַט געלערנט אין אַ רוסישער מיטלשול אין קיִעוו. אין 1907 האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע. אין 1914 האָט ער דעביוטירט מיט אַ ייִדיש ליד. ער האָט אַרומגעוואַנדערט פֿון אַריזאָנע און לאָס־אַנדזשעלעס, זוכנדיק אַ היילאָרט פֿאַר זײַנע קראַנקע לונגען. ער איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער גרופּע אינטראָספּעקטיוויסטישע דיכטערס אויפֿן נאָמען "אין זיך", און ער האָט געדרוקט זײַנע לידער און דערציילונגען אין זייער זשורנאַל. ער איז געשטאָרבן פֿון שווינדזוכט אין בענינג, קאַליפֿאָרניע. מיר ברענגען הײַנט עטלעכע מוסטערן פֿון לודוויגס פּאָעזיע, וואָס נעמט אַרײַן מאָטיוון פֿון אַמעריקע, ספּעציעל ניו־יאָרק, אַריזאָנע, די אַמעריקאַנער אינדיאַנער און מעקסיקע צוו״אַנד. דער אויטאָביאָגראַפֿישער זשאַנער פֿאַרנעמט דאָס צענטראַלע אָרט אין דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור (אויב האַלטן, אַז אַזאַ מין ליטעראַטור עקזיסטירט בכלל). דערבײַ דאַרף מען דעם דאָזיקן באַגריף פֿאַרשטיין אין אַ ברייטן זין, אַרײַננעמענדיק סײַ די ריינע אויטאָביאָגראַפֿיעס און זכרונות, אַזעלכע ווי "די נאָטיצן פֿון אַ ייִדן" פֿון גריגאָרי באָגראָוו אָדער "דאָס לעבנס־בוך" פֿון שמעון דובנאָוו, סײַ בעלעטריזירטע ווערק, וואָס באַזירן זיך אויף דער פּערזענלעכער דערפֿאַרונג — אַזעלכע ווי איסאַק באַבעלס "רײַט־אַרמיי" אָדער אַלעקסאַנדראַ ברושטיינס "דער שליאַך גייט ווײַטער". עס איז אַ פּנים ניט קיין צופֿאַל, אַז דווקא די קריטיקער און ליטעראַרישע היסטאָריקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם — פֿון שמעון ווענגעראָוו ביז יורי לאָטמאַן — זײַנען געווען אַזוי אויפֿמערקזאַם און סענסיטיוו צו די פּערזענלעכע, דהײַנו — היסטאָריש־ביאָגראַפֿישע און פּסיכאָלאָגישע — אַספּעקטן פֿון דער רוסישער ליטעראַרישער שאַפֿונג. וואָס שייך דער צאָל פֿון אירע רעדנערס, איז אַראַביש איינע פֿון די שטאַרקסטע און פֿאַרזיכערטסטע לשונות אויף דער וועלט. אַפֿילו ווען מען זאָל רעכענען בלויז די פֿאַר וועמען אַראַביש איז זייער מוטערשפּראַך, באַטרעפֿן זיי הונדערטער מיליאָנען מענטשן און ווען מען גיט נאָך צו אויך די אַלע פֿאַר וועמען אַראַביש איז "בלויז" אַ לשון פֿון רעליגיעזע הצטרכותן, ווערט די צאָל אַראַביש־"באַנוצערס" אַן ערך צוויי מאָל אַזוי פֿיל, אויב ניט נאָך מער! הכּלל, מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ גרויס און שטאַרק לשון. ווען אַ צווייטע פֿידל וויל דווקא שפּילן די ראָלע פֿון אַ קאָנצערט־מײַסטער, דעמאָלט זעט איר ווי עס דונערט און עס בליצט אין דער כאַטע. און אַזוי ווי אַמעריקע צוזאַמען מיט דער וועלט, ריכטן אָפּ דעם זיבעציקסטן געבוירן־יאָר פֿון איין "ביטל" — אַן אָנגעזעענער מיטגליד פֿון אַ קאַפּעליע־זינגער, וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אַהער צו אונדזערע ברעגעס פֿון ענגלאַנד, ווי די היישעריקן, און פֿאַרכאַפּט אַמעריקע מיט זייער געזאַנג, מיט זייערע באַגאַבטע לידער־טעקסטן, מוזיק און העוויות, פּונקט צוגעפּאַסט צו דער שטימונג פֿון די זעכציקער יאָרן. האָט מען זיך אָנגעכאַפּט אין דער "ביטלעמאַניע," ווי צו הייסע לאָקשן, און מ׳לאָזט זיי נישט רוען ביזן הײַנטיקן טאָג. מיר ווייסן אויך, אַז ס׳האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען אַ חבֿרה "באַבי־סאַקטערס." דערמיט קען מען באַצייכענען יונגע מיידלעך און ייִנגלעך, אָנגעזאַפּט מיטן עקסטאַז פֿון זייערע פֿלאַמיקע האָרמאָנען און ענערגיע, האָבן זיי באַלאַגערט די "ביטלס" ווי פֿליגן אויף פֿליגן־פּאַפּיר, וואָס הענגט אַראָפּ פֿון דער סטעליע, מיט געוואַלדן און געשרייען, מיט פֿאַלן אין חלשות און אויסרײַסן זיך די גאָרגלען; דער עיקר — צוצוקומען וואָס נעענטער צו די אימפּאָרטירטע זינגער. דער אמת איז, אַז זיי קומען פֿון קליינינקע שטעטלעך אין ענגלאַנד און האָבן נישט געוווּסט לגמרי מיט וואָס מ׳עסט עס. דאָס וואָרט "פּודינג" איז שווער איבערצוזעצן, אָבער טאָמער האָט איר עס נאָך קיין מאָל נישט פֿאַרזוכט (איך רעד דאָ וועגן דעם אַליין־געמאַכטן פּודינג; נישט די קינסטלעכע וואָס מע קויפֿט אין סופּערמאַרק), האָט איר פֿאַרפֿעלט אַ געשמאַקן דעסערט. אַ שאָקאָלאַד־פּודינג האָט געוויינטלעך אַ הויכן פּראָצענט פֿעטס, ווײַל מע מאַכט עס מיט שמאַנט, אָבער דער רעצעפּט אונטן ניצט מילעך, האָט עס דערפֿאַר בלויז 3 גראַם פֿעטס. מאַכט עס צוזאַמען מיט אײַער קינד אָדער אייניקל, וועט איר ביידע הנאה האָבן, סײַ פֿונעם קאָכן, סײַ פֿונעם עסן. |