ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לידיאַ גינזבורג. פֿאַרבײַגייענדיקע כאַראַקטערן. פּראָזע פֿון די מלחמה־יאָרן. נאָטיצן פֿון אַ בלאָקאַדע־מענטש. מאָסקווע׃ "נײַער פֿאַרלאַג", 2010
לידיאַ גינזבורג.
פֿאַרבײַגייענדיקע כאַראַקטערן. פּראָזע פֿון די מלחמה־יאָרן. נאָטיצן פֿון אַ בלאָקאַדע־מענטש. מאָסקווע׃ "נײַער פֿאַרלאַג", 2010

דער אויטאָביאָגראַפֿישער זשאַנער פֿאַרנעמט דאָס צענטראַלע אָרט אין דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור (אויב האַלטן, אַז אַזאַ מין ליטעראַטור עקזיסטירט בכלל). דערבײַ דאַרף מען דעם דאָזיקן באַגריף פֿאַרשטיין אין אַ ברייטן זין, אַרײַננעמענדיק סײַ די ריינע אויטאָביאָגראַפֿיעס און זכרונות, אַזעלכע ווי "די נאָטיצן פֿון אַ ייִדן" פֿון גריגאָרי באָגראָוו אָדער "דאָס לעבנס־בוך" פֿון שמעון דובנאָוו, סײַ בעלעטריזירטע ווערק, וואָס באַזירן זיך אויף דער פּערזענלעכער דערפֿאַרונג — אַזעלכע ווי איסאַק באַבעלס "רײַט־אַרמיי" אָדער אַלעקסאַנדראַ ברושטיינס "דער שליאַך גייט ווײַטער".

עס איז אַ פּנים ניט קיין צופֿאַל, אַז דווקא די קריטיקער און ליטעראַרישע היסטאָריקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם — פֿון שמעון ווענגעראָוו ביז יורי לאָטמאַן — זײַנען געווען אַזוי אויפֿמערקזאַם און סענסיטיוו צו די פּערזענלעכע, דהײַנו — היסטאָריש־ביאָגראַפֿישע און פּסיכאָלאָגישע — אַספּעקטן פֿון דער רוסישער ליטעראַרישער שאַפֿונג.

לידיאַ גינזבורג (1902—1990) שטייט אין אָט דער קריטישער טראַדיציע אין דעם סאַמע מיטן, סײַ כראָנאָלאָגיש און סײַ מעטאָדאָלאָגיש. אַ תּלמידה פֿון די פֿאָרמאַליסטן פֿון די 1920ער יאָרן, האָט זי זיך בײַ זיי אויסגעלערנט די וויסנשאַפֿטלעכע מעטאָדיק פֿון ליטעראַרישער פֿאָרשונג. און שפּעטער האָט זי באַרײַכערט דעם פֿאָרמאַלן מעטאָד מיט פּסיכאָלאָגישע חידושים, וואָס זי האָט איבערגענומען פֿון פֿאַרשידענע שיטות פֿון פּסיכאָ־אַנאַליזע.

אָבער גינזבורג איז געווען ניט נאָר אַ פֿאָרשערין, נאָר אויך אַ שרײַבערין פֿונעם העכסטן קאַליבער. זי האָט אַליין פּראַקטיצירט יענעם מין פּסיכאָלאָגישן שרײַבן, וואָס איז געלעגן אין די ראַמען פֿון איר פֿאָרשערישן אינטערעס. זי האָט עס גערופֿן "די צווישנדיקע ליטעראַטור"; אַ מין ליטעראַטור, וואָס געפֿינט זיך צווישן דעם דאָקומענט און בעלעטריסטיק. דאָס וויכטיקסטע ווערק אירס אינעם דאָזיקן זשאַנער הייסט "נאָטיצן פֿון אַ בלאָקאַדע־מענטש". אָנגעהויבן צו שרײַבן די דאָזיקע נאָטיצן האָט זי אין 1942, אין לענינגראַד, בעת דער בלאָקאַדע, און פֿאַרענדיקט זיי מיט יאָרן שפּעטער.

די נײַע אויפֿלאַגע נעמט אַרײַן אַ גרויסע צאָל מאַטעריאַלן, וואָס זײַנען ניט אַרײַן אינעם "קאַנאָנישן" טעקסט, וועלכער איז גוט באַקאַנט סײַ דעם רוסישן, און סײַ דעם אויסלענדישן לייענער. דאָס בוך עפֿנט פֿאַר אונדז אַן אַנדערע געשטאַלט פֿון לידיאַ גינזבורג. אַ דאַנק דער שווערער האָרעוואַניע פֿון די רעדאַקטאָרן, עמילי וואַן באַסקירק און אַנדריי זאָרין, וועלכע האָבן זייער זאָרגעוודיק צונויפֿגעשטוקעוועט הונדערטער פֿראַגמענטן פֿון כּתבֿ־ידן פֿון גינזבורגס אַרכיוו, האָבן מיר איצט אַ זעלטענע מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אינעם שעפֿערישן קודש־הקדושים פֿון דער שרײַבערין.

דאָס רובֿ פֿון איר לעבן איז גינזבורג געווען אַ ראַנד־פֿיגור אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור. זי האָט ניט געהאַט קיין פֿעסטע אָפֿיציעלע שטעלע, אָבער זי האָט געקענט פֿאַרעפֿנטלעכן אירע קריטישע און פֿאָרשערישע ווערק אין די סאָוועטישע פֿאַרלאַגן. זינט די 1960ער יאָרן איז זי געוואָרן פּאָפּולער אין אויסלאַנד, און האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער פֿאָרשונג פֿון דער רוסישער ליטעראַטור.

לידיאַ גינזבורג איז אויפֿגעוואַקסן אין אָדעס אין אַ רוסיש־רעדנדיקער משפּחה, און האָט קיין מאָל ניט געהאַט קיין ספּעציעלן אינטערעס צו ייִדישע טעמעס. אָבער די "ייִדישע פֿראַגע", בפֿרט דער ענין פֿון ייִדן אין דער רוסישער קולטור, איז געווען פֿאַר איר יאָ וויכטיק. אַ פּנים, האָט זי איבער דעם אַ סך געטראַכט, הגם ניט קיין סך געשריבן.

דאָס בוך נעמט אַרײַן דעם עסיי "די ייִדישע פֿראַגע", וואָס גינזבורג האָט אָנגעשריבן מסתּמא אין 1944 און האָט קיין מאָל ניט פֿאַרעפֿנטלעכט. זי באַטראַכט און אַנאַליזירט פֿאַרשידענע מינים רעאַקציעס פֿון רוסיש־ייִדישע אינטעליגענטן אויף דעם וווּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. זייערע "ספּעציפֿישע לאַמענטאַציעס" זײַנען איר געווען "פּריקרע פֿרעמד", אָבער איינצײַטיק "פּײַנלעך־נאָענט".

גינזבורג באַהאַנדלט זייער אויפֿמערקזאַם און ניכטער איר אייגענע רעאַקציע אויף דער וואַקסנדיקער אָפּפֿרעמדונג צווישן ייִדן און ניט־ייִדן, וואָס זי באַמערקט אַרום זיך. פֿאַר אייניקע באַקאַנטע ווערט די דאָזיקע פּראָבלעם ביז גאָר וויכטיק, און זיי פֿאַרוואַנדלען זיך — די אַנטיסעמיטן אויף צו להכעיס — אין הייסע ייִדישע נאַציאָנאַליסטן. די אַנדערע, להיפּוך, ווילן אָפּלייקענען זייער אייגענע ייִדישקייט לגמרי און ווערן אַליין אַ מין "ייִדישע אַנטיסעמיטן". אָבער דאָס העלפֿט זיי סײַ ווי ניט.

אָבער ביידע צוגאַנגען, האַלט גינזבורג, לייזן ניט די אינעווייניקסטע פּראָבלעם, ווײַל אין ביידע פֿאַלן ווערט דער ייִדישער אינטעליגענט געצוווּנגען זיך צוצופּאַסן צו די פֿרעמדע השׂגות און פֿאַרלירט זײַן אינערלעכע פֿרײַהייט. גינזבורג קלײַבט אויס אַ דריטן וועג. זי נעמט אָן, אַז דער סאַמע פֿאַקט, וואָס זי איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער משפּחה איז אַן "אומגליקלעכע צופֿעליקייט", אָבער זי האַלט, אַז מען מוז דאָס אָננעמען און טראָגן "מיט דער פֿולער יושרדיקייט און ערלעכקייט". נאָר אַזוי קאָן מען זיך באַפֿרײַען פֿון אַ "טאָפּלטער דערנידעריקונג" און אָפּהיטן די אייגענע ווירדע.

ווי עס דערקלערט אין זײַן נאָכוואָרט אַנדריי זאָרין, האָט די דאָזיקע פּאָזיציע לגבי ייִדישקייט באַשטימט גינזבורגס אייגנאַרטיקן מאַרגינאַלן סטאַטוס אין דער סאָוועטישער קולטור. זי האָט בכּיוון אויסגעקליבן צו פֿאַרבלײַבן אויף די ראַנדן פֿונעם רוסישן קולטורעלן הויפּטשטראָם, אָבער דערבײַ האָט זי זיך אויך ניט אידענטיפֿיצירט מיטן ייִדישן כּלל. איר ייִדישע "אידענטיטעט" איז געווען אַ ריין פּריוואַטער ענין (באַגלײַך מיט דער האָמאָ־סעקסועלקייט, ווי עס באַמערקט זאָרין).

גינזבורג איז ניט געווען די ערשטע צווישן די רוסיש־ייִדישע אינטעליגענטן, וואָס האָט זיך אַוועקגעשטעלט אויפֿן ראַנד פֿון דער רוסישער קולטור. איר פֿאָרגייער איז געווען דער באַרימטער פֿאָרשער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור מיכאל גערשענזאָן, וועלכער האָט זיך מודה געווען׃ "איך בין ניט ביכולת צו פֿאַרשטיין די רוסן גײַסטלעך" — און דערבײַ איז ער געווען איינער פֿון די גרעסטע מומחים און טיפֿסטע קענער פֿון דער רוסישער קולטור־געשיכטע.

וואָס איז באַזונדערס אינטערעסאַנט אין גינזבורגס נאָטיץ איז די דאַטע. זי איז געווען אַזוי פֿילעוודיק און שאַרפֿזיניק, אַז זי האָט געקאָנט דערקענען און אַנאַליזירן די נײַע טענדענץ פֿון סאָוועטיש־רוסישן "קולטורעלן אַנטיסעמיטיזם" גאָר פֿרי, נאָך אין 1944. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער וואָלט אַזאַ מין אָבסערוואַציע שוין ניט געווען קיין חידוש. אָבער גינזבורגס קורצער עסיי בלײַבט עד־היום דער שאַרפֿסטער און טיפֿסטער אַנאַליז פֿון דער "ייִדישער פֿראַגע" אין דער רוסישער קולטור.