פּובליציסטיק

דאָס יאָר וועט זײַן דאָס צענטע, זינט דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט אָנגעהויבן שיקן סאָלדאַטן קיין אַפֿגאַניסטאַן; דעם 20סטן מאַרץ וועט מען אָפּמערקן אַכט יאָר נאָך דער אַמעריקאַנער אינוואַזיע אין איראַק. לויט דער סטאַטיסטיק זענען 37 ייִדישע סאָלדאַטן, מענער און פֿרויען, אומגעקומען אין די שלאַכטן. עס קען זײַן, אַז די צאָל איז העכער, ווײַל אַ טייל סאָלדאַטן, ייִדן, רופֿן נישט אָן זייער רעליגיע ווען זיי דינען אין די מוסולמענישע לענדער. מיר דרוקן ווײַטער אָפּ געציילטע פּראָפֿילן פֿון די ייִדישע קרבנות. די באַשרײַבונגען פֿון אַלע ייִדישע געפֿאַלענע מיליטער־לײַט קען מען לייענען אינעם ענגלישן "פֿאָרווערד" פֿונעם 18טן פֿעברואַר 2011.

ספּעציאַליסט מאַרק סײַדען

מאַרק סײַדען איז געקומען פֿון אַ רעפֿאָרם־ייִדישער משפּחה אין בריגנטין, ניו־דזשערזי. ער האָט געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה, געגאַנגען אין אַ ייִדישער זונטיק־שול און האָט דערקלאַרירט זײַן רעליגיע אינעם מיליטער. ווען אַ פֿרײַנד פֿון דער משפּחה איז אומגעקומען אין די טעראָר־אַטאַקעס פֿון 2001, האָט סײַדען עס זייער שווער איבערגעלעבט, און באַשלאָסן צו ווערן אַ סאָלדאַט. "ווען ער האָט עס באַשלאָסן — האָט זײַן מאַמע געזאָגט — איז ער כּמעט געווען 25 יאָר אַלט, און ס׳איז געווען אַ גרויסער שאָק. מיר האָבן בײַ אים געבעטן, ער זאָל דאָס נישט טאָן, ווײַל מיר האָבן פֿאַרשטאַנען די סכּנה".

אין נאָוועמבער 2003 איז פּרעזידענט בוש געקומען צו סײַדענס באַטאַליאָן לכּבֿוד "דאַנקטאָג". "מיר האָבן עס געזען אויף טעלעוויזיע און בשעת בוש האָט גערעדט, האָבן מיר אים געזען שטיין אין אַ ריי" — האָט גייל סײַדען געזאָגט — "דאָס איז געווען דאָס לעצטע מאָל, וואָס איך האָב געזען מײַן זון אַ לעבעדיקן". זײַן ברודערס ערשטלינג איז געבוירן געוואָרן אינעם זעלבן טאָג וואָס סײַדען האָט געדאַרפֿט אַהיימקומען.

מאַרק סײַדען איז אומגעקומען דעם 2טן יאַנואַר 2004, בעת אַן איבערפֿאַל אין באַגדאַד, דרײַ וואָכן איידער ער האָט געדאַרפֿט אַהיימקומען. ער איז געווען 26 יאָר אַלט.

סערזשאַנט סטיווען בודייסקי

סטיווען בודייסקי איז געבוירן געוואָרן אין מאָלדאָווע, אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ווי אַן אָנטיילנעמער פֿון אַ געזאַנג־גרופּע, איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט און זיך אויסגעלערנט ענגליש. ווען ער איז געווען 12 יאָר אַלט האָט ער עמיגרירט קיין אַמעריקע מיט זײַן משפּחה און זיך באַזעצט אין שיקאַגע, וווּ ער האָט זיך געלערנט אין דער "קראַון דזשויִש אַקאַדעמי". זײַנע חבֿרים האָבן אים גערופֿן ברוך אָדער באָריס. אין 2001 האָט ער גראַדויִרט פֿונעם "נאָרדוועסטערן־אוניווערסיטעט" און זיך פֿאַרשריבן אינעם מיליטער אין 2002.

ווי אַן אָנטיילנעמער פֿון דעם 105טן מיליטער־אויסשפּיר־באַטאַליאָן האָט זײַן קענטעניש פֿון רוסיש זייער געהאָלפֿן. ער האָט וואָלונטירט צו פֿאָרן קיין איראַק אויף זעקס חדשים און איז אומגעקומען אַ חודש שפּעטער, דעם 19טן מײַ 2005. די אומשטאַנדן פֿון זײַן טויט האָט מען נאָך נישט פֿאַרעפֿנטלעכט. ער איז געווען 27 יאָר אַלט.

פּילאָט עליזאַבעט דזשייקאָבסאָן

אַ פּאָעטעסע מיט אַ שטענדיקן שמייכל, האָט עליזאַבעט דזשייקאָבסאָן בדעה געהאַט צו שטודירן יוריספּרודענץ, ווען זי וועט אַהיימקומען פֿון איראַק. נאָך דעם ווי איר טאַטע־מאַמע האָבן זיך געגט האָט זי געוווינט מיט אירע זיידע־באָבע אין ריוויערע־ביטש, פֿלאָרידע. דזשייקאָבסאָן האָט באַשלאָסן צו פֿאַרשרײַבן זיך אינעם מיליטער, ווי איר טאַטע און זיידע האָבן אַמאָל געטאָן. "איך האָב זי אָפּגעפֿירט צו דער פֿאַרשרײַב־סטאַנציע", האָט די באָבע סאַנדרע מילמאַן דערציילט. איר טאַטע, דוד דזשייקאָבסאָן, איז אַ פֿרומער ייִד און זײַן טאָכטער, ווען זי האָט זיך פֿאַרשריבן, האָט אָנגעגעבן איר רעליגיע ווי ייִדישקייט.

נאָך צוויי יאָר אין דער אַרמיי האָט מען זי געשיקט קיין איראַק, וווּ זי האָט געדינט בלויז דרײַ חדשים. זי איז געווען איינע פֿון די ערשטע פֿרויען אינעם לופֿטפֿלאָט אומגעבראַכט צו ווערן. זי האָט איבערגעלאָזט אַ פּאָר ווערטער אויף איר וועבזײַטל: "מיר זענען אויף דער ערד נאָר אַ געציילטע צײַט, דאַרף מען זיך אויסלעבן די יאָרן און שמייכלען".

עליזאַבעט דזשייקאָבסאָן איז געשטאָרבן דעם 28סטן סעפּטעמבער 2005, נאָך דעם ווי איר אויטאָ איז אויפֿגעריסן געוואָרן לעבן סאַפֿוואַן, בײַ דער גרענעץ פֿון איראַק און קוּווייט. זי איז געווען 21 יאָר אַלט.

סאָלדאַט דניאל אַגאַמי

דניאל אַגאַמי איז געבוירן געוואָרן אין קליוולאַנד, אָבער אויפֿגעוואַקסן אין קאָראַל־ספּרינגס, פֿלאָרידע. זײַנע טאַטע־מאַמע, בעט און יצחק אַגאַמי, האָבן געאַרבעט בײַ פֿיר שטעלעס, כּדי זייערע צוויי זין זאָלן באַקומען אַ ייִדישע דערציִונג אין דער "היברו־אַקאַדעמיקאָמיוניט־סקול".

פֿיר יאָר נאָך דעם 11טן סעפּטעמבער האָט אַגאַמי באַשלאָסן צו דינען אין מיליטער. זײַן זיידע איז געווען אַ וועטעראַן פֿון דער קאָרעיִשער מלחמה, און זײַן טאַטע — אַ וועטעראַן פֿון דער ישׂראל־אַרמיי. זײַן משפּחה האָט געשטיצט זײַן באַשלוס אין סעפּטעמבער 2005. ער האָט אויפֿגעהאָנגען אַ ישׂראל־פֿאָן איבער זײַן בעט אין שווײַנפֿורט, דײַטשלאַנד, און דערנאָך אין איראַק. אויף זײַן ביקס האָט ער אָנגעשריבן "דער העברעיִשער האַמער".

אַגאַמיס ייִנגערער ברודער האָט חתונה געהאַט 11 טעג איידער זײַן ברודער איז אומגעקומען. זײַן זון האָט ער אַ נאָמען געגעבן דניאל נאָך זײַן ברודער. דניאל אַגאַמי איז אומגעקומען דעם 21סטן יוני 2007 בעת אַ באָמבע־אויפֿרײַס אין אַדהאַמיאַ, איראַק. ער איז געווען 25 יאָר אַלט.

קאַפּראַל מאַרק עוונין

מאַרק עוונין האָט תּמיד ליב געהאַט צו טראָגן אַן אוניפֿאָרם. נאָך איידער ער האָט זיך פֿאַרשריבן צו ווערן אַ מאַרין־סאָלדאַט בעת זײַן לעצטן יאָר אין גימנאַזיום, פֿלעגט ער אָפֿט אָנטאָן די אוניפֿאָרמען פֿון אַ פֿײַערלעשער און סופּערמאַן. זײַן מאַמע מינדי עוונין האָט אים באַשריבן ווי אַ פֿרײַנדלעכער, ליבלעכער מענטש; אַלע מאָל גרייט צו העלפֿן. נאָך דער מיליטערישער דינסט, האָט ער געהאַט פּלענער צו אַרבעטן אין דער קאָמפּיוטער־אימאַזשן־אינדוסטריע.

אין זײַן הספּד האָט עוונינס זיידע, הרבֿ מאַקס וואָל פֿון דער "אוהבֿ־צדק"־סינאַגאָגע אין בורלינגטאָן, ווערמאָנט, וווּ די משפּחה וווינט, געזאָגט, אַז "מאַרק איז געווען אַ הויכער און שטאָלצער מענטש. ווען ער האָט סוף־כּל־סוף געקענט אָנטאָן דעם מונדיר פֿונעם מאַרין־סאָלדאַט, איז עס געווען די בעסטע זאַך אין זײַן לעבן". מאַרק עוונין איז אומגעקומען דעם 3טן אַפּריל 2003, פֿון צוויי וווּנדן פֿון אַ קוילן־וואַרפֿער אין איראַק. ער איז אַלט געווען 21 יאָר.

מאַיאָר סטואַרט וואָלפֿער

סטואַרט וואָלפֿער האָט ערנסט גענומען דעם געדאַנק פֿון "תּיקון־עולם", און געגלייבט, אַז ער איז אויף דער וועלט נאָר איין מאָל און טראָגט אַן אַחריות אַלץ אויסצופּרוּוון — און ער האָט אַזוי געטאָן.

ער איז אויפֿגעוואַקסן אין לאָנג־אײַלאַנד און געווען אַ תּלמיד אין דער "סאָלאָמאָן שעכטער־טאָגשול", און אין דער "לאָנג אײַלאַנד שול פֿאַר טאַלאַנטירטע קינדער". ער האָט באַקומען אַ דיפּלאָם אין יוריספּרודענץ פֿון דער לאַיאָלע־יוריספּרודענץ־שול. ער האָט חתונה געהאַט, און געהאַט דרײַ קינדער. ער האָט געוווינט אויף אַ פֿאַרם אין אײַדעהאָ.

זײַן שוועסטער בעווערלי וואָלפֿער־נערענבערג האָט דערציילט, אַז איר ברודער האָט אַלע מאָל זיך געהאַלטן באַזונדער פֿון אַנדערע. ער האָט געדאַוונט אין אַ סינאַגאָגע, וווּ ער האָט זיך געפֿונען און האָט געדאַרפֿט ווערן דער הויפּט־אָנפֿירער פֿונעם מנין אין באַגדאַד, וואָס מע האָט אַ נאָמען געגעבן "בני־באַגדאַד". ער האָט פֿאַרבעטן נישט־ייִדן אויף שבת, כּדי די דרויסנדיקע זאָלן פֿאַרשטיין עפּעס וועגן ייִדישקייט.

סטואַרט וואָלפֿער איז אומגעקומען דעם 6טן אַפּריל 2008, ווען זײַן גרופּע איז אַטאַקירט געוואָרן אין באַגדאַד. ער איז געווען 36 יאָר אַלט.

סערזשאַנט אליהו טײַ וואַ וואָנג

אליהו טײַ וואַ וואָנג שטאַמט פֿון אַן אָרעמער משפּחה אויף דער ניו־יאָרקער איסט־סײַד. זײַן טאַטע איז אַ כינעזער, אָבער וואָנג און זײַנע שוועסטער און ברידער זענען אויפֿגעוואַקסן ווי מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע ייִדן צוליב דער מאַמען. הרבֿ יעקבֿ קאָנוויץ געדענקט, אַז וואָנג איז געפֿאָרן קיין ישׂראל צו פֿאַרענדיקן זײַנע שטודיעס אין אַ קיבוצישער גימנאַזיע. נאָך דער גראַדויִרונג האָט ער געדינט אין דער ישׂראל־אַרמיי, אין דער "גולני"־גרופּע. ווען ער איז צוריקגעקומען פֿון ישׂראל, האָט ער זיך פֿאַרשריבן אינעם לופֿטפֿלאָט און האָט חתונה געהאַט מיט ליזעט, מיט וועלכער ער האָט געהאַט דרײַ קינדער. "ער האָט תּמיד געזען די גוטע זײַט פֿון אַלץ און געוואָלט, אַז מע זאָל לאַכן", האָט זײַן פֿרוי דערציילט.

אליהו טײַ וואַ וואָנג איז אומגעקומען דעם 9טן פֿעברואַר 2004 אין איראַק, בעתן מאַכן אומשעדלעך אַ באָמבע. ער איז געווען 42 יאָר אַלט.

מאַיאַ עפֿרען איז אַ מיטאַרבעטערין אין Forward