יענע וואָך נאָך די דראָונגען פֿון דער הסתּדרותּ דורכצופֿירן אַן אַלגעמיינעם שטרײַק פֿון אַלע מלוכה־מיטאַרבעטער, האָט דער פּרעמיער נתניהו און זײַן פֿינאַנץ־מיניסטער שטײַניץ רעאַגירט אויף דעם, אָננעמענדיק אייניקע "עקסטרע מיטלען": אַראָפּגעלאָזט דעם פּרײַז אויף בענזין (23 אַגורות אויף אַ ליטער), וואַסער, אויטאָבוס־נסיעות אויף דער פּערעפֿעריע; עס ווערט אויך פּלאַנירט צו העכערן דעם מינימאַלן געהאַלט אויף 450 ש״ח (אַן ערך $128 אַ חודש). מע ווייסט דאָך אָבער גוט, אַז בחינם קריגט דאָס מײַזל קעז נאָר אין דער מײַזן־פּאַסטקע. דאָ געוואָרפֿן אַ ביינדל, און דאָרטן שוין צוגענומען אַ גאַנצע פּאָלקע. צו דעקן די אויסגאַבן פֿאַר די "עקסטרע מיטלען", וויל איצט די רעגירונג קירצן דעם בודזשעט אויף 2% בײַ אַלע מיניסטעריומס און אָפּציִען די ווײַטערדיקע פֿאַרקלענערונג פֿון די הכנסה־שטײַערן.
די הסתּדרותּ איז אַוודאי נישט מסכּים און סטראַשעט ווײַטער מיט שטרײַקן.
כּל־זמן די גדולים פֿון ביידע "קאַנטאָרעס" פֿעכטן אויף "שפּילקעס", האָט זיך אין דער ישׂראל־פּרעסע באַוויזן אַ ליסטע פֿון די פּריווילעגיעס, וועלכע ווערן, נעבעך, צוגעטיילט די כּנסת־דעפּוטאַטן. מיר וועלן דאָ נישט אַרײַנלאָזן זיך איבערצורעכענען אַלע פּריווילעגיעס — צו קליין איז דער שטח פֿון דעם לייט־אַרטיקל; לאָמיר אָנרופֿן בלויז אייניקע, די לעבנס־וויכטיקע, וואָס ווערן טאַקע צוגעטיילט די דעפּוטאַטן אויפֿן גאַנצן לעבן. דהײַנו: די מלוכה דעקט דאָס אַבאָנירן זיך אויף די צײַטונגען, דעם אויטאָמאָביל און שאָפֿער, אַלע טעלעפֿאָן־שמועסן, אַרײַנגערעכנט יענע, וואָס ווערן געפֿירט פֿונעם היים־טעלעפֿאָן, ווי אויך דאָס אַדאַפּטירן זיך אין אַן אַנדער וווין־אָרט... און נאָך איין פּריווילעגיע — אַלע כּנסת־דעפּוטאַטן באַקומען פֿון דער מלוכה, אויפֿן חשבון פֿון די שטײַער־צאָלער, די אַלמעכטיקע "וויאַגראַ"! זעט אויס, אַז די אַרבעט אין כּנסת, צוליב די ריזיקע סטרעסן, וואָס יעדער דעפּוטאַט האַלט אויס, ווירקט אויף זייער סעקסועלער פּאָטענץ און פֿאָדערט אַ קאָמפּענסאַציע.
דווקא אָט דער פּונקט אין דער פּריווילעגיע־ליסטע האָט באַזונדערס אויפֿגעבראַכט אידאַ נודעלמאַן, די באַקאַנטע אַסיר־ציון, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געשמאַכט אין די סאָוועטישע לאַגערן פֿאַר איר קאַמף אַרויסגעלאָזט צו ווערן קיין ישׂראל. אָט זײַנען אירע קאָמענטאַרן: "שוין זשע איז עס אַזאַ מין דעמאָקראַטיע? איך האָב געבעטן אַ סך ישׂראל־זשורנאַליסטן צו דערקלערן מיר, וואָס מיינט עס, ישׂראל־דעמאָקראַטיע? אָבער קיינער האָט מיר נאָך ביז אַהער נישט געענטפֿערט. דער מצבֿ אַרום אונדז און בײַ אונדז דעגראַדירט כּסדר: די אַרמיי האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין אירע אינטריגעס, דאָס העכסטע געריכט קאָן ביז הײַנט נישט קומען צום אויספֿיר, וואָס זשע מיינט עס גערעכטיקייט. און ווי אַזוי צו דערקלערן דעם גאַנצן טאַראַראַם אינעם סאָציאַלן לעבן. אפֿשר זײַנען דאָס באַווײַזן פֿון ערנסטע פּראָבלעמען, ווי מיר זעען לעצטנס בײַ אונדזערע שכנים.
"ליגנערײַ — שרײַבט נודעלמאַן ווײַטער — איז אונדזער גרעסטע פּראָבלעם, וואָס כאַפּט אַרום כּמעט אַלע דעמאָקראַטישע אינסטיטוטן! מיט ביטערקייט מוז איך אָנערקענען, אַז כ'האָב אַנטדעקט דעם סוד פֿון אונדזער נאַציאָנאַלער בילדונג־סיסטעם — וואָס ווייניקער עס וועלן וויסן די ווײַטערדיקע דורות, אַלץ געהאָרכזאַמער וועלן זיי שטימען אויף די וואַלן... צום באַדויערן, געפֿינט זיך די דעמאָקראַטיע אין ישׂראל אין די הענט פֿון ניט־פֿאַרלאָזלעכע, געלטגיריקע פּאַרטיי־ביוראָקראַטן... שוין זשע האָב איך פֿאַרגאָסן בלוט, כּדי צו באַזאָרגן די מאַכט אין ישׂראל מיט 'וויאַגראַ׳ אויפֿן גאַנצן לעבן?! קיין בושה, קיין בזיון!"
צוריק גערעדט, אפֿשר פֿאַרשטייט עפּעס נישט די געליטענע נאַציאָנאַלע העלדין און דער עמך? אפֿשר שטעקט בפֿירוש אין דעם באַקומען בחינם "וויאַגראַ", דער ממשותדיקער כּוח פֿון דער ישׂראלדיקער מאַכט?!