וואָס שייך דער צאָל פֿון אירע רעדנערס, איז אַראַביש איינע פֿון די שטאַרקסטע און פֿאַרזיכערטסטע לשונות אויף דער וועלט. אַפֿילו ווען מען זאָל רעכענען בלויז די פֿאַר וועמען אַראַביש איז זייער מוטערשפּראַך, באַטרעפֿן זיי הונדערטער מיליאָנען מענטשן און ווען מען גיט נאָך צו אויך די אַלע פֿאַר וועמען אַראַביש איז "בלויז" אַ לשון פֿון רעליגיעזע הצטרכותן, ווערט די צאָל אַראַביש־"באַנוצערס" אַן ערך צוויי מאָל אַזוי פֿיל, אויב ניט נאָך מער! הכּלל, מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ גרויס און שטאַרק לשון.
פֿרעגט זיך: אויב אַזוי, הלמאַי האַלטן אייניקע לײַט אַז אַראַביש איז קרובֿ־למיתה? פֿאַרשטייט זיך, אַז די צאָל רעדנערס און באַנוצערס איז נישט דער וויכטיקסטער סימן פֿון אַ "געזונטער שפּראַך". אַנדערע סימנים זענען, די מאָס צעטיילטקייט אויף פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן וואָס זענען ניט פֿאַרשטענדלעך בעל־פּה איינער פֿאַרן אַנדערן. דאָס איז גראָד אַ גרויסער חסרון פֿון אַראַביש. די גערעדטע דיאַלעקטן וואָס ציִען זיך פֿון מאַראָקאָ ביז קיין אינדאָנעזיע, זענען אי ניט פֿאַרשטענדלעך בעל־פּה איינער לגבי דעם אַנדערן, אי יעדערער פֿון זיי גייט זיך פֿונאַנדער פֿונעם קלאַסישן און הייליק־געשריבענעם אַראַביש פֿונעם קאָראַן אויך אויף מײַלן די ווײַט.
נייטיק: איין מין אַראַביש וואָס זאָל פֿאַראייניקן אַלע באַנוצערס פֿון אַראַביש, אי בכּתבֿ, אי בעל־פּה.
דאַכט זיך, אַ פּשוטער ציל וואָס איז שוין דערגרייכט געוואָרן מצד ענגליש, פֿראַנצויזיש, שפּאַניש און כּמעט אַלע אַנדערע מאָדערנע לשונות אויף דער וועלט. אָבער, לעת־עתּה איז דאָס לגבי אַראַביש ניט דערגרייכט געוואָרן. די פּאָפּולערע פֿאָלקסלידער פֿון קאַיִר קען מען אין באַגדאַד אויף דער ראַדיאָ און טעלעוויזיע ניט פֿאַרשטיין און בלויז לומדיש־פֿאָרמולירטע ראַדיאָ־דרשות פֿון דמשׂק (סיריע) קען מען אין קאַראַטשי (פּאַקיסטאַן) יאָ פֿאַרשטיין. אָבער נאָר אויב דער רעדנער און דער הערער האָבן ביידע באַקומען מער־ווייניקער אַן ענלעכן סכום קאָראַנישע דערציִונג. וואָס מיינט דאָס? שפּראַכיק איז דאָס אַראַבערטום צעטיילט אַפֿילו מער ווי עס זענען צעטיילט די כינעזער, וואָס האָבן אויך געליטן פֿון אַן ענלעכער פֿאַרקנעכטקייט צו אַ קלאַסישער שפּראַך־פֿאָרעם, מאַנדערין, וואָס האָט "ביז דער רעוואָלוציע" זייער געפּענטעט און אָפּגעשוואַכט די מאָדערניזירונג פֿונעם ריזיק־גרויסן און שטאַרקן לאַנד. אָבער אין דער אַראַבישער וועלט איז נאָך עד־היום קיין "אַלץ־און־אַלעמען צעטרייסלענדיקע רעוואָלוציע" ניט פֿאָרגעקומען. רעשטלעך פֿון דער אַלטער עליטע דאָמינירן דאָרטן נאָך אַלץ אין דער רעגירונג, אין די אוניווערסיטעטן, אין דער "הויכער קולטור" און, מיט זיי, אַלץ וואָס געוועלטיקט ווײַטער אין "די הויכע פֿענצטער".
פֿאַרוואָס האָבן ייִדן און לשון־קודש אויסגעמיטן די זעלבע "קלאַסישע דילעמע?"
לשון־קודש איז דאָך אויך אַ קלאַסישע שפּראַך מיט אַ פֿיל־טויזנט־יאָריקער קולטור אויף אַ לשון וואָס קיינער האָט אין משך פֿון יאָרהונדערטער שוין מער ניט גערעדט. פֿאַרוואָס זשע זענען פּשוטע ייִדן ניט געבליבן געפּענטעט דערפֿון, פּונקט ווי ס׳איז געשען בײַ די אַראַבישע און די כינעזישע פֿאָלקסמאַסן?
די סיבה דערפֿון איז, וואָס דערציִונג איז בײַ ייִדן זייער פֿרי געוואָרן אַ פֿאָלק־ענין און ניט געבליבן בלויז אַן עליטאַרישע פּריווילעגיע. אַלע מאַנצבילן און ניט ווייניק פֿרויען זענען געוואָרן לייענעוודיק, און אַפֿילו זייער לשון־קודש האָט זיך געהאַלטן אין איין באַנײַען און דערפֿרישן; דערפֿאַר איז עס געבליבן צוגענגלעך פֿאַר גאָר אַ גרויסן חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג אין משך פֿון דער גאַנצער ייִדישער געשיכטע. לינגוויסטן האַלטן, אַז דער אמתער "אויפֿלעבער" פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש איז געווען ניט אליעזר בן־יהודה, נאָר גאָר מענדעלע מוכר־ספֿרים. אונדזער מענדעלע האָט מחדש געווען יענע געלונגענע קאָמבינאַציע פֿון אַלט־העברעיִש, רבנישן העברעיִש און נײַ־העברעיִש וואָס זענען זיך צונויפֿגעקומען מיטן ייִדיש־ייִדישן ווערטער־סדר און פֿון אָט דעם אַלעמען געשאַפֿן דאָס איצטיקע "ישׂראלישע" לשון. אונדזער אָנהאַלט אינעם עבֿר און אינעם לשון שׂפֿת־עבֿרי האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען די רבנים און חכמים אונדזערע, נאָר אונדזער אָנהאַלט אינעם הווה און אינעם עתיד האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען דעם אייביקן ייִדישן קולטור־שטריך פֿון אייביקער באַנײַונג און איבערבויונג פֿון ייִדישקייט גופֿא (שוין אַרײַנגערעכנט לשון־קודש). קיין פֿאַרשטיינערטקייט פֿונעם קלאַסישן לשון, ווי בײַ די אַראַבער און די כינעזער, האָט בײַ ייִדן ניט געקענט געמאָלט זײַן! אָדער בעסער געזאָגט: האָט געקענט זײַן בלויז בײַ געוויסע שבֿטי־ישׂראל, נאָר ניט בײַ ר׳ ישׂראל בכלל.
אַ קלאַסישע טראַדיציע
די קלאַסישע טראַדיציע איז אומעטום אַ פּראָבלעם, מיט וועלכער מען דאַרף זיך ספּראַווען. כּל־זמן מען ספּראַוועט זיך ניט מיט יענער פּראָבלעם וועט די קלאַסישע טראַדיציע בלײַבן דאָמינאַנט און די קולטור וואָס איז איר טרעגער וועט פֿאַרגליווערט ווערן און וועט זיך ניט קענען צופּאַסן צו די נײַע צײַטן, באַדינגונגען און געדאַנקען וואָס קורסירן כּסדר אין דער רעאַלער, טאָג־טעגלעכער וועלט. דעמאָלט קענען זיך אָנהייבן פֿאַרשפּרייטן מיטאָסן, אַז דאָס לשון איז שוין נוטה־למוות אָדער, אַז עס איז שוין טאַקע חלילה ניט פֿאַראַן מער צווישן די לעבעדיקע. אַראַביש האַלט צו ביסעלעך אין אַנטוויקלען אַ מאָדערנע שפּראַך און ליטעראַטור וואָס איז בכּתבֿ ווייניק קלאַסיש אין איר געבוי, און וואָס בעל־פּה איז זי באַזירט אויף אַ פּשרה צווישן דעם גערעדטן "אַראַביש" פֿון גוט־דערצויגענע מענטשן אין די הויפּט־שטעט פֿון זייערע מדינות. אָט די מינים מאָדערנע אַראַבישע שפּראַכן רעדן צווישן זיך די אַראַבישע דיפּלאָמאַטן פֿון פֿאַרשיידענע וועלטטיילן בײַ די זיצונגען פֿון "פֿאַראייניקטע פֿעלקער". עס טרעפֿט נאָך אַלץ אַ מאָל, אַז קינדער פֿון איזאָלירטע דערפֿער קומען אָן אין די אָנהייבער־קלאַסן פֿון די פֿאָלקשולן און קענען ניט פֿאַרשטיין קיין וואָרט וואָס דער לערער רעדט צו זיי. נאָר פּונקט אַזוינס קומט איצט אַפֿילו פֿאָר (זייער זעלטן) אין פֿראַנקרײַך, אין אַמעריקע און אין אַנדערע מקומות וואָס זענען נישקשהדיק מאָדערניזירט. אין די אַראַבישע מלוכות וועט דאָס אויך מיט דער צײַט ווערן אַ זעלטנקייט. ווי שפּעט די מאָדערנקייט זאָל זיך ניט פֿאַרזאַמען, קומט זי פֿאָרט אָן. דער מענטש ווערט דערפֿון ניט בעסער און ניט ערגער. סוף־כּל־סוף, איז סוף גנבֿ לתּליה.
בעת געלע און איך מיט אונדזערע דרײַ זין האָבן געלעבט אין ישׂראל (1970—1973), פֿלעגן מײַנע תּלמידים זיך וויצלען, אַז היות ווי בײַ די אַראַבער קען מען אַפֿילו אויף קיין וועלאָסיפּעדן ניט פֿאָרן, ווי אַזוי זשע וועלן זיי קענען פֿאַרפֿירן אַן ערנסטע מלחמה קעגן אונדז? האָב איך זיי פֿאַרזיכערט, אַז פֿעלקער זענען מסוגל זיך צו מאָדערניזירן, "ווײַל ווען גאָט וויל שיסט אַ בעזעם אויך". איך מיין, אַז איך האָב קיינעם ניט איבערצײַגט, נאָר מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער, שוין נאָך אונדזער צוריקפֿאָרן קיין אַמעריקע, איז פֿאָרגעקומען די יום־כּיפּור־מלחמה. האָבן זיך ערשט דעמאָלט אייניקע פֿון די תּלמידים אפֿשר איבערצײַגט, אַז איך האָב ניט איבערגעטריבן.
* * *
היוצא לנו מדבֿרינו? מיר לעבן אין אַ צײַט ווען גרויסע לשונות ווערן גרעסער און קליינע ווערן קלענער. מיט אַראַביש האַלט גאָר ניט שלעכט, ווײַט־ווײַט ניט שלעכט, ניט געקוקט אויף אַלע אירע סאָציאָ־לינגוויסטישע פּראָבלעמען. הלוואַי אויף אונדז געזאָגט געוואָרן!