געשיכטע, קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שאַרל עפֿרוסי (1849—1903)
שאַרל עפֿרוסי (1849—1903)

ווי באַקאַנט, האָבן די גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע בירגער, וואָס די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 האָט די ייִדן דערלאַנגט, דערהויבן די אַחינו־בני־ישׂראל עקאָנאָמיש און סאָציאַל. דאָס ייִדישע יונגוואַרג האָט גענומען שטודירן אין די אוניווערסיטעטן; גענומען אַרבעטן אין דער אַדמיניסטראַציע, זאָגן אַ וואָרט אין האַנדל, אינדוסטריע און פֿינאַנצן; די ייִדישע נעמען האָבן אָנגעהויבן קלינגען אין דער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע פֿון פֿראַנקרײַך. די צאָל ייִדישע עשירים, מחוץ די רײַכע שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע ייִדן, האָט זיך באַטײַטיק פֿאַרגרעסערט.

ווי דער שטייגער איז, אַן אויפֿגעקומענער, ווען ער קריגט אַרײַן אַ מטבע אין דער האַנט אַרײַן, וויל ער שוין די וועלט זאָל דאָס באַמערקן. טוט מען קאָפּירן דעם אײַנגעזעסענעם עושר. מען בויט אַ רײַכע היים מיט לוקסוס־מעבל, מען באַהענגט די ווענט מיט בילדער, וואָס נישט שטענדיק טוט מען זיי פֿאַרשטיין; מען שטעלט אײַן אַ ביבליאָטעק מיט ביכער, וועלכע מען וועט זעלטן זיי לייענען; מען פֿירט אײַן בײַ זיך אַ סאַלאָן און מען נעמט אויף מענטשן מיט אַ "קלינגענדיקן" נאָמען; קורץ — מען פֿירט אַ לעבן ווי די אַלע אַלטע עשירים, די אַריסטאָקראַטן. די מעשׂה איז נאָר, וואָס, בדרך־כּלל, פֿעלט דעם אויפֿגעקומענעם אַ ביסל קולטור, אַ קאַפּיטשקע עסטעטישן געשמאַק.

פֿאַראַן אין 19טן יאָרהונדערט אויך ייִדן אין פֿראַנקרײַך, געקומענע פֿון דרויסן; מענטשן, מיט אַ טיפֿער קולטור און שאַרפֿן עסטעטישן געשמאַק. די וועלט פֿון קונסט פֿלעגט זײַן פֿאַר זיי וואַרעם און קלאָר. די ייִדן האָבן געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען די קונסט אין פֿראַנקרײַך. איינער פֿון זיי איז געווען שאַרל עפֿרוסי. וועגן אים ווילט זיך זאָגן אַ פּאָר ווערטער, ווײַל קונסט איז געווען זײַן לעבן. ער האָט אַ לעבן־לאַנג געזאַמלט קונסט, די קונסט האָט געשאַרפֿט זײַן פֿעדער, ער האָט קונסט געפֿאָרשט.

שאַרל עפֿרוסי, אַ געבוירענער אין יאָר 1849 אין אָדעס, איז געווען אַ זון פֿון אַ רײַכן אָדעסער באַנקיר און אַן אייניקל פֿון אַ רײַכן תּבֿואה־סוחר, וואָס איז אַריבער קיין אָדעס. עפֿרוסי האָט באַקומען אַ דערציִונג ווי ס׳פּאַסט פֿאַר אַ קינד פֿון עשירים. אָנגעהויבן האָט ער זײַנע שטודיעס אין אָדעס און פֿאַרענדיקט זיי אין ווין. אין 1871 האָט זיך די עפֿרוסי־משפּחה באַזעצט אין פּאַריז, אויפֿגעשטעלט אַ באַנק פֿון ס׳רובֿ פֿאַמיליע־מיטגלידער (מיט פֿיליאַלן אין ווין און לאָנדאָן). דאָ האָט דער אויסשטודירטער 22־יאָריקער שאַרל גענומען אַרבעטן אין דער באַנק.

ליב באַקומען קונסט, האָט עפֿרוסי נאָך אין אָדעס; אין ווין, בײַם באַזוכן גאַלעריעס און מוזייען, האָט זיך זײַן אינטערעס צו קונסט נאָך מער פֿאַרטיפֿט. אין פּאַריז האָט צו אים אַ רעד געטאָן די נײַע קינסטלערישע שפּראַך. ער האָט זיך דערנענטערט צו די אימפּרעסיאָניסטישע מײַסטער, באַזוכט זייערע סטודיאָס — קורץ, ער איז געוואָרן אַ חסיד פֿון אימפּרעסיאָניזם. און היות געלט האָט דעם יונגן ייִד נישט געפֿעלט, האָט ער געקויפֿט אימפּרעסיאָניסטישע בילדער פֿאַר זײַן היים.

די נאָענטקייט מיט קונסט האָט, ווי שוין דערמאָנט, נישט בלויז געשאַרפֿט זײַן געשמאַק, זי האָט געשטויסן זײַן פֿעדער צו פֿאָרש־אַרבעטן. אין עלטער פֿון 27 יאָר האָט ער פּובליקירט אין דער וויכטיקער קונסט־אויסגאַבע "גאַזעט דע באָזאַר" (גאַזעט פֿון קונסט) זײַן ערשטע אַרבעט וועגן אַ מאָלער פֿון איטאַליענישן רענעסאַנס. די אַרבעט פֿון יונגן עפֿרוסי האָט געמאַכט אַ רושם אויף די שרײַבער און קריטיקער. זײַנע געדאַנקען, דערלאַנגט מיט אַ שאַרפֿער פֿעדער, האָבן דערפֿירט, אַז עפֿרוסי איז געוואָרן אײַנגעלאַדן מיטצואַרבעטן אין דער פּרעסטיזשפֿולער "גאַזעט דע באָזאַר".

די געהויבענע אָפּשאַצונג פֿון זײַן ערשטער פֿאָרשונג האָט אים אַ ריר געטאָן צו שרײַבן וועגן דײַטשן מײַסטער אַלברעכט דירער (1471—1528) עטלעכע זייער פּאָזיטיוו־אָפּגעשאַצטע שריפֿטן. דער יונגער שאַרל עפֿרוסי ווערט אַ געקרוינטער קונסטפֿאָרשער. ער ווערט דער רעדאַקטאָר פֿון דער "גאַזעט": מיט דער צײַט קויפֿט ער אָפּ די קונסט־אויסגאַבע, נעמט אַרײַן ווי מיטאַרבעטער וויכטיקע קונסטפֿאָרשער. עפֿרוסי ווערט אַ נאָמען אין גײַסטיקן לעבן פֿון פּאַריז; מע פֿאַרבעט אים אין די וויכטיקסטע סאַלאָנען פֿון פּאַריז, וווּ ס׳פֿאַרברענגט די סמעטענע פֿון פֿראַנקרײַך.

עפֿרוסי איז אויך אַן אײַנגייער אין די רײַכע ייִדישע סאַלאָנען פֿון ראָטשילד, פֿולד א״אַ און דאָרט גייט ער פּאָפּולאַריזירן די נײַע קונסטשטרעמונג — דעם אימפּרעסיאָניזם.

אַ חסיד פֿון אימפּרעסיאָניזם פֿלעגט עפֿרוסי באַזוכן די סטודיאָס פֿון זייערע מאָלערס, און שרײַבן וועגן זיי אין דער "גאַזעט". מילא, די אָפֿיציעלע קונסט־קריטיקער, זיי האָבן די אימפּרעסיאָניסטן אַרונטערגעריסן: עפֿרוסי, זעט איר, האָט זיי געלויבט און געמוטיקט. ער האָט זיי אַפֿילו מיט געלט געהאָלפֿן, געקויפֿט זייערע בילדער, פּאָפּולאַריזירט זייערע שאַפֿונגען צווישן רײַכע ייִדן אין בעלגיע, ענגלאַנד, און דײַטשלאַנד. אין 1882 קומט עפֿרוסי אין קאָנטאַקט מיט זײַנע קרובֿים פֿון בערלין — אַלע קאָלעקציאָנערן; ער קלערט זיי אויף דעם טעם פֿון אימפּרעסיאָניזם און באַוועגט זיי צו קויפֿן די בילדער פֿון מאַנע, פֿון פּיסאַראָ, סיסלעי א״אַ. דאָס זײַנען געווען די ערשטע אימפּרעסיאָניסטשע ווערק, וועלכע דײַטשלאַנד האָט אָנגעקוקט. דער רושם איז געווען קאָלאָסאַל, און די ווערק האָבן משפּיע געווען אויף דײַטשישע קינסטלער און קאָלעקציאָנערן. אונדזער מאַקס ליבערמאַן איז געוואָרן אַ פֿרײַנד פֿון עפֿרוסי און, אין זײַן שאַפֿונג געוואָרן אַן אימפּרעסיאָניסט.

דעם שעדעווער פֿון מאַנע, "אַ פּאָרטרעט פֿון אַ קליין קינד", האָט די קונסט צו פֿאַרדאַנקען עפֿרוסי. דאָס האָט ער צוגערעדט זײַן קוזין ער זאָל בײַ מאַנע באַשטעלן אַ פּאָרטרעט פֿון זײַן פֿינף־יאָריק ייִנגעלע, דעם קונפֿטיקן דראַמע־שרײַבער אַנרי בערנשטיין. עפֿרוסי האָט געהאַלטן שטאַרק פֿון מאַנע, וואָס די אָפֿיציעלע קונסט־קריטיק, די באַדינער פֿון אַקאַדעמישן געשמאַק פֿון בירגערטום, האָט אויסגעלאַכט. עפֿרוסי, אַ חסיד פֿון אַ נײַ קינסטלעריש "וואָרט", האָט דווקא דעם קינסטלער מאַנע פֿאַרטיידיקט.

די געמיינע העצע קעגן קינסטלער מאַנע האָט עפֿרוסין אויפֿגערעגט:

נו, האָט ער שוין רעאַגירט מיט אַ פּשוטן זשעסט קעגן די אויסלאַכער פֿונעם קינסטלער מאַנע. ער האָט געקויפֿט זײַן בילד "ספּאַרזשעס" און באַצאָלט אַ פֿיל העכערן פּרײַז ווי מאַנע האָט פֿאַרלאַנגט!

די קניה האָט געמאַכט אַ רושם אין די קינסטלערישע קרײַזן פֿון פּאַריז. מאַנע איז געווען איבערראַשט: "הער נאָר דעם אויפֿטו פֿון אַ פֿרײַנד!" אַ שפּײַ אין פּנים האָט ער געגעבן די אויסלאַכער און פֿאַרטיידיקט דעם כּבֿוד פֿון קינסטלער. נו, — האָט שוין מאַנע אָפּגעדאַנקט עפֿרוסין אויך מיט אַ זשעסט.

אין אַ טאָג, האָט מאַנע, מיט אַ בילד אונטערן אָרעם, זיך באַוויזן בײַ עפֿרוסי מיט אַ פּיזמון: "הערט! טײַערער פֿרײַנד עפֿרוסי, ס׳איז געשען אַ פֿאַרדריסלעכער טעות — כ׳בעט אײַך, זײַט מיר מוחל! אין בינטל 'ספּאַרזשעס’ וואָס איר האָט געקויפֿט, פֿעלט דאָך נאָך אַ ספּאַרזשע — ווײַל פֿאַרטראַכט צו מאָלן האָב איך אַ בינטל פֿון צען שטיקלעך. אַזאַ טעות!.. זײַט מיר מוחל! כּדי צו פֿאַרריכטן מײַן טעות, ברענג איך אײַך איצט אַ בילד פֿון איין ספּאַרזשע און זײַט מוחל מײַן פֿאַרזען..."

וועגן דער מעשׂה פֿון דעם "טעות" און וועגן "אויסגלײַך" רעדט מען נאָך עד־היום.

אַ גאַנץ באַזונדערע פֿרײַנדשאַפֿט האָט געבונדן עפֿרוסי מיטן מאָלער רענואַר. ער האָט עפֿרוסי פֿאַראייביקט אין זײַנעם אַ שעדעווער "דער מאָלצײַט פֿון די רודערער". עלעגאַנט, מיט אַ צילינדער אויפֿן קאָפּ, שטייט עפֿרוסי און באַטראַכט די מאָלצײַט.

די פֿרײַנדשאַפֿט פֿון מאָלער מיט זײַן מעצענאַט עפֿרוסי האָט זיך ליידער אָפּגעהאַקט אין די צײַטן פֿון דרייפֿוס־פּראָצעס. רענואַר האָט בשעתּו אַרויסגעוויזן זײַן אַנטיסעמיטישן פּרצוף, ווײַל אויך צווישן די קינסטלער טרעפֿט מען אנטיסעמיטן...