|
סאָוועטיש־ייִדישע אימיגראַטן בײַם אָנקומען אינעם "בן־גוריון־פֿליפֿעלד" אין ישׂראל, 1990 |
Getty Images |
די צײַטן פֿון דער גרויסער עליה, בפֿרט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז שוין אַן ענין פֿאַר היסטאָריקער און סאָציאָלאָגן. הײַנט קומען אויך טויזנטער לײַט פֿון יענע מקומות, בערך 7.5 טויזנט זײַנען אָנגעקומען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער פֿון דער צוטריטלעכער אינפֿאָרמאַציע איז גאָר ניט קלאָר, אויף וויפֿל זיי קענען בכלל זײַן באַשריבן מיטן טערמין "עולים". איינער אַזאַ "עולה" האָט דעם זומער פֿאַרבראַכט אַ וואָך בײַ אונדז אין ענגלאַנד. זייער אַ וווילער יאַט, אַ קינד פֿון אַן אַלטן חבֿר מײַנעם. ער איז אַוועק פֿון אוקראַיִנע מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, נאָכן פֿאַרענדיקן אַן אוניווערסיטעט, און האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל.
אַ פֿעיִקער פּראָגראַמיסט, האָט ער זיך זייער גוט אײַנגעאָרדנט. אָבער מיט ישׂראל האָט דער יונגערמאַן, אין תּוך אַרײַן, זייער ווייניק קאָנטאַקטן. ער איז, פֿאַקטיש, ניט קיין ייִד — נאָר איין זיידע זײַנער, מײַן חבֿרס פֿאָטער, איז געווען אַ ייִדישער. קיין העברעיִש קען ער נאָך אַלץ כּמעט ניט, ווײַל די אַרבעט ווערט געפֿירט אין גאַנצן אויף ענגליש, בשותּפֿות מיט אַן אַמעריקאַנער פֿירמע, און נאָך דער אַרבעט דרייט ער זיך צווישן רוסיש-רעדנדיקע פֿרײַנד.
זײַן חלום איז — אַוועקצופֿאָרן אין אַן ענגליש-רעדנדיקער מדינה. נאָך מער: אים געפֿעלן ניט די ישׂראלדיקע מיידלעך, און דאָס איז שוין גאָר דראַמאַטיש.
אַזעלכע און אַנדערע אימיגראַנטן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד שטעלן מיט זיך פֿאָר זייער אַן אינטערעסאַנטע סחורה פֿאַר סאָציאָלאָגן. אַ צאָל פֿאָרשונגען שפּיגלט אָפּ דער פֿרישער נומער פֿון דעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Israel Affairs. דאָס איז אַ ספּעציעלער נומער, וואָס הייסט (מיט אַ רמז אויף דעם באַקאַנטן בוך פֿון סאָלזשעניצין) "צוואַנציק יאָר צוזאַמען: די גרויסע 'עליה’ און רוסישע ישׂראלים אין דעם שפּיגל פֿון סאָציאַלע פֿאָרשונגען". איך וועל דאָ דערמאָנען נאָר אַ פּאָר זאַכן פֿון דעם רײַכן מאַטעריאַל.
אַן אינטערסאַנטע פֿאָרשונג האָבן געמאַכט די סאָציאָלאָגן ינון כּהן, יצחק האַבערפֿעלד און אירענאַ קאָגאַן, פּרוּוונדיק זיך פֿאַנאַנדערצוקלײַבן אין פֿאַרשיידענע סטאַטיסטישע דאַטן פֿאַר די 1990ער און 2000ער יאָרן, וואָס כאַראַקטעריזירן די ייִדישע אימיגראַציע פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין דרײַ לענדער — ישׂראל, דײַטשלאַנד און אַמעריקע. דער סך-הכּל זעט אויס אַזוי: די לײַט, וועלכע האָבן אויסגעקליבן ישׂראל, זײַנען געווען דורכשניטלעך עלטער און נידעריקער געבילדעט. בעת העכער פֿון 60 פּראָצענט דערוואַקסענע (20 און מער יאָר אַלט) אימיגראַנטן, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, האָבן געהאַט, לכל-הפּחות, אַ באַקאַלאַווער, טאָ צווישן די עולים האָבן דעם זעלבן ניוואָ פֿון בילדונג געהאַט ווייניקער פֿון אַ העלפֿט, און קיין דײַטשלאַנד זײַנען געפֿאָרן נאָך ווייניקער אויסגעשולטע לײַט.
בכלל, זינט די שפּעטע 1990ער יאָרן, איז אין דער ייִדישער עמיגראַציע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געפֿאַלן די צאָל גוט-אויסגעשולטע מענטשן. די פֿאָרשער דערקלערן עס מיט דעם וואָס די בעסער אויסגעשולטע זײַנען צו יענער צײַט שוין אַרויסגעפֿאָרן. איך בין גאָר ניט זיכער, אַז אַזאַ השערה שפּיגלט אָפּ די גאַנצע רעאַלקייט, ווײַל אַ סך ייִדן (צי כּמעט ייִדן) מיט אַ גוטער בילדונג האָבן גוט צי אַפֿילו זייער גוט זיך אײַנגעאָרדנט אין די נאָך-סאָוועטישע לענדער. נאָך מער: אייניקע פֿון די, וואָס האָבן געהאַט עמיגרירט, זײַנען שפּעטער צוריק געקומען קיין מאָסקווע, קיִעוו צי אַפֿילו ביראָבידזשאַן.
מיט וואָס האָט די "גאָלדענע מדינה" אַזוי געצויגן צו זיך די ייִנגערע און בעסער קוואַליפֿיצירטע סאָוועטישע ייִדן? עס זײַנען געווען, בלי-ספֿק, אַ צאָל פֿאַקטאָרן. צווישן זיי האָט די פֿאָרשונג אָנגעטאַפּט זייער אַ וויכטיקע דערשײַנונג, דהײַנו: אין 10—15 יאָר נאָך דער עמיגראַציע קיין אַמעריקע (און אויך קיין דײַטשלאַנד) דערגרייכט מען, בדרך-כּלל, די הכנסה, וועלכע עס האָט די זעלבע דעמאָגראַפֿישע גרופּע בײַ דער היגער באַפֿעלקערונג. אין ישׂראל איז עס אַנדערש: מע קומט, מע געפֿינט אַן אַרבעט, און — געוויינטלעך — בלײַבט מען מער אָדער ווייניקער אויף דעם זעלבן ניוואָ. קיין חידוש ניט, אַז די יונגע און אַקטיווע פֿלעגן אָפֿט מאָל אויסקלײַבן דווקא די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אַ וויכטיקע פֿאָרשונג פֿון דעם אידעאָלאָגישן פּרצוף פֿון סאָוועטישע עולים האָבן געמאַכט מיכאל פֿיליפּאָוו און אַנאַ קנאַפֿעלמאַן. זיי ווײַזן דעם גרויסן אונטערשייד צווישן די אָנגעקומענע און אַלטגעזעסענע. כאַראַקטעריש זײַנען די ענטפֿערס, וואָס די אויסגעפֿרעגטע האָבן געגעבן אויף די זעלבע פֿראַגעס. איך ברענג דאָ נאָר עטלעכע פֿון זיי:
"עטלעכע שטאַרקע פֿירער זײַנען בעסער פֿאַר ישׂראל איידער אַלע דיסקוסיעס און געזעצן" — מיט דעם זײַנען מסכּים 74 פּראָצענט עולים פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און 58 פּראָצענט אַלטגעזעסענע אַשכּנזישע ישׂראלים, צברות און ותּיקים.
"אַראַבער און ייִדן דאַרפֿן ניט האָבן די זעלבע רעכט" — 47 פּראָצענט "סאָוועטישע" און 38 "אַלטגעזעסענע".
"מאַנצבילען זײַנען ווי פּאָליטישע טוער בעסער ווי פֿרויען" — 50 פּראָצענט "סאָוועטישע" און 22 "אַלטגעזעסענע".
"איך באַצי זיך נעגאַטיוו צו סעקסועלע מינאָריטעטן" — 63 פּראָצענט "סאָוועטישע" און 36 "אַלטגעזעסענע".
"איך וויל בלײַבן לעבן אין ישׂראל" — 48 פּראָצענט "סאָוועטישע" און 78 "אַלטגעזעסענע".
"איך וויל זאָלן מײַנע קינדער און אייניקלעך וווינען אין ישׂראל" — 41 פּראָצענט "סאָוועטישע" און 80 "אַלטגעזעסענע".
ס׳איז ניט קיין נײַעס, אַז יעדע גרופּע אימיגראַנטן האָט געוויסע אייגנאַרטיקייטן. אָבער אין ישׂראל פֿילט זיך עס באַזונדערס שטאַרק, ווײַל די "סאָוועטישע" (אָדער "רוסישע", ווי מע רופֿט זיי) שאַפֿן, און וועלן נאָך לאַנג שאַפֿן, אַ גרויסן חלק אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.