רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דאָס וואָרט "פּודינג" איז שווער איבערצוזעצן, אָבער טאָמער האָט איר עס נאָך קיין מאָל נישט פֿאַרזוכט (איך רעד דאָ וועגן דעם אַליין־געמאַכטן פּודינג; נישט די קינסטלעכע וואָס מע קויפֿט אין סופּערמאַרק), האָט איר פֿאַרפֿעלט אַ געשמאַקן דעסערט.

אַ שאָקאָלאַד־פּודינג האָט געוויינטלעך אַ הויכן פּראָצענט פֿעטס, ווײַל מע מאַכט עס מיט שמאַנט, אָבער דער רעצעפּט אונטן ניצט מילעך, האָט עס דערפֿאַר בלויז 3 גראַם פֿעטס. מאַכט עס צוזאַמען מיט אײַער קינד אָדער אייניקל, וועט איר ביידע הנאה האָבן, סײַ פֿונעם קאָכן, סײַ פֿונעם עסן.

2/3 טעפּל צוקער

1/3 טעפּל נישט־באַצוקערטער קאַקאַו

1/4 טעפּל קראָכמאַל

1 לעפֿל מעל

1/8 לעפֿעלע זאַלץ

3 טעפּלעך ווייניק־פֿעטיקע מילעך

1 לעפֿל פּוטער אָדער מאַרגאַרין

1 לעפֿעלע וואַניל

מישט אין אַ טאָפּ צונויף דעם צוקער, קאַקאַו, קראָכמאַל, מעל און זאַלץ. גיט צו די מילעך, צו־ביסלעך, מישנדיק מיט אַ שוימשלאָגער.

הייצט אָן דאָס געמיש איבער אַ מיטעלן פֿײַער, און קאָכט עס כּסדר, 1 מינוט. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער און מישט אַרײַן די פּוטער און וואַניל.

גיסט 1/2 טעפּל פּודינג אין 6 באַזונדערע שיסעלעך. דעקט צו מיט פּלאַסטיק און שטעלט אַרײַן אין פֿרידזשידער, צום ווייניקסטן דרײַ שעה.