מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דאָס קאָמפּאַקטל אין וועלכן מאיר באָגדאַנסקי זינגט פֿאָלקסלידער
דאָס קאָמפּאַקטל אין וועלכן מאיר באָגדאַנסקי זינגט פֿאָלקסלידער

זונטיק, דעם 2טן אויגוסט, האָט מען בײַם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם פֿאָלק־זינגער און קאָמפּאָזיטאָר מאיר באָגדאַנסקי (1912—2005). דאָס איז אַ יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר דעם ערשטן נאָכמיטאָג פֿון "אָט אַזוי!" — אַן אינטענסיווער ייִדיש־קורס, וואָס הייבט איצט אָן דעם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אין זײַן אַכטן יאָר.

אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטן פֿון לאָנדאָן: חיהלע ביר, ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין, באַרי דייוויס, ייִדיש־לערער און אַקטיאָר, העטהער וואַלענסיע, ייִדיש־לערער. די יונגע ייִדישיסטן וויווי לאַקס און יהודית זילביער, און די פּאָעטעסע חייקע ברוריה וויגאַנד האָבן פֿאָרגעלייענט פֿון זייער אייגענער פּאָעזיע, אָדער געזונגען מאירס שאַפֿונגען.

במשך פֿון אַ סך יאָרן, בעת די שבתדיקע צוזאַמענקומען פֿון דער גרופּע "פֿרײַנד פֿון ייִדיש", וואָס פֿלעג זיך טרעפֿן אין דער ייִדישער געגנט פֿון ווײַטטשאַפּעל, האָט מאיר געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע. די אָנטיילנעמער האָבן גערעדט וועגן מאירס וואַרעמער באַציִונג צו מענטשן, און זײַן פּאָזיטיוון צוגאַנג צום לעבן; ווי אויך וועגן זײַן גרויסער השפּעה אויף זייער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור־וועלט.

די לאָנדאָנער אָרגאַניזאַציע "ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט" מיט דער דירעקטאָרין דזשעראָלדין אַוערבאַך בראָש, פֿירט דורך דעם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" און "אָט אַזוי". דער אינסטיטוט אָרגאַניזירט קלאַסן און קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק; נישט נאָר פֿון קלעזמער־מוזיק, נאָר אויך פֿון ייִדישער קלאַסישער מוזיק, און אַנדערע סטילן. אין דער סעריע וואָס הייסט "ייִדישע מוזיק־ירושה־רעקאָרדירונגען: דאָקומענטן פֿון אַ טראַדיציע", האָט מען אַרויסגעלאָזט וויכטיקע קאָמפּאַקטלעך: ערנסט בלאָכס ווערק (געשפּילט פֿון בלאָך!), ווינער סינאַגאָגישע מוזיק פֿון סאַלאָמאָן סולצער, מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די דײַטשע ייִדן פֿון די ימים־נוראָרים, גרעגאָרי שעכטערס קאַפּעליע, און אין 2000, "ייִדישע לידער: זעלטענע און באַקאַנטע מעלאָדיעס", געזונגען פֿון מאיר באָגדאַנסקי.

דער פֿאָלקלאָריסט און סתּם ליבהאָבער פֿון פֿאָלקס־געזאַנג קען געפֿינען אין דעם קאָמפּאַקטל אַן אוצר פֿון דער ייִדישער טראַדיציע. דאָס אַרויסגעבן אַ רעקאָרדירונג פֿון אַ פֿאָלק־זינגער אָן קיין שום מוזיקאַלישער באַגלייטונג איז וויכטיק פֿאַרן פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר, אָבער ס׳איז אַ ריזיקע, וואָס שײַך די קאָמערציעלע מעגלעכקייטן פֿון אַזאַ רעקאָרדירונג. דעריבער איז צו לויבן דעם "ייִדישן מוזיק־אינסטיטוט", וואָס האָט אַרויסגעגעבן באָגדאַנסקיס קאָמפּאַקטל, בפֿרט, אַזוי שיין אַרויסגעגעבן מיט אַ ביכל פֿון לידער־טעקסטן און אַ לענגערן אינטערוויו מיטן קאָמפּאָזיטאָר און זינגער.

קיין סך אַזוינע רעקאָרדירונגען פֿון פֿאָלק־זינגער, וועלכע זינגען אָן באַגלייטונג — דער טראַדיציאָנעלער אופֿן פֿון פֿאָלק־געזאַנג בײַ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן — איז נישטאָ; מען קען זיי ציילן אויף די פֿינגער. די ערשטע איז געווען רות רובינס "די אַלטע היים", דערנאָך די רעקאָרדירונגען פֿון ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן און מרים נירענבערג. דער דאָקטאָר שעלדאָן בנימין האָט אַרויסגעגעבן צוויי קאַסעטן פֿון זײַן באָבען, שׂרה בענדזשאַמין, אַ פֿרוי אין טיפֿער עלטער, אָבער מיט אַ זכּרון פֿול מיט זעלטענע אַלטע לידער. די "ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק" אין קיִעוו האָט שוין אַרויסגעבן עטלעכע קאָמפּאַקטלעך פֿון אַלטע היסטאָרישע רעקאָרדירונגען נאָך פֿון אַנ־סקיס עקספּעדיציעס, און פֿון אַנדערע זאַמלערס ווי משה בערעגאָווסקי פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן. אויף דער רעקאָרדירונג "בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע", געזונגען פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, קען מען הערן איר געזאַנג־רעפּערטואַר פֿון טשערנאָוויץ (אַ העלפֿט פֿון די לידער געזונגען מיט מוזיקער, אַ העלפֿט אָן באַגלייטונג בײַ אַ קאָנצערט אין טעקסאַס). פֿאַר אַ יאָרן האָט דער פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד אַרויסגעגעבן אַ וויכטיקע רעקאָרדירונג פֿון דער זאַמלונג פֿון דער עטנאָמוזיקאָלאָגין סאָניע מגיד — פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון די 1930ער יאָרן.

פֿרײַנד פֿון מאיר באָגדאַנסקי האָבן אָנטיילגענומען אין דער לאָנדאָנער אונטערנעמונג לכּבֿוד אים — פֿון רעכטס: די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין חיהלע ביר; די פּאָעטעסע חייקע ברוריה־וויגאַנד מיט צוויי ביכער אין וועלכע איר פּאָעזיע איז לעצטנס געדרוקט געוואָרן; יהודית זילבער האַלט זײַן קאָמפּאַקטל
פֿרײַנד פֿון מאיר באָגדאַנסקי האָבן אָנטיילגענומען אין דער לאָנדאָנער אונטערנעמונג לכּבֿוד אים — פֿון רעכטס: די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין חיהלע ביר; די פּאָעטעסע חייקע ברוריה־וויגאַנד מיט צוויי ביכער אין וועלכע איר פּאָעזיע איז לעצטנס געדרוקט געוואָרן; יהודית זילבער האַלט זײַן קאָמפּאַקטל

מסתּמא פֿעלן געוויסע איינסן צווישן די אויסגערעכנטע. אָבער, דער עיקר, איז די קשיא. וואָס וועט דער מאָרגן אונדז ברענגען? צי וועלן די קלאַנג־אַרכיוון אין ניו־יאָרק, ירושלים, אוקראַיִנע, רומעניע און רוסלאַנד, צווישן אַנדערע, געפֿינען פֿאַר וויכטיק אַרויסצולאָזן נאָך זאַמלונגען פֿון ייִדישע פֿאָלק־זינגערס? מיט יעדן קאָמפּאַטל פֿון דעם מין האָט מען מער אינפֿאָרמאַציע צו דערגאַנצן דאָס בילד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק־זינגער. אַפֿילו מיט די עטלעכע רעקאָרדירונגען וואָס זענען שוין יאָ פֿאַראַן, קען מען בפֿירוש הערן עטלעכע פֿאָלק־סטילן בײַם זינגען.

פֿרויען האָבן בדרך־כּלל געזונגען פּאַמעלעכער און מיט מער עמאָציע, מער געפֿילן. ס׳רובֿ ליבע־לידער האָבן זיי געשאַפֿן און פֿאָרגעשטעלט. שטייגער־לידער, באַלאַדעס, און לידער וועגן יתומים און אַלמנות האָבן געזונגען, דער עיקר, פֿרויען. מענער האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט זייערע אייגענע זשאַנערס — משׂכּילישע חוזק־לידער, טרינק־לידער, חסידישע ניגונים און אַנדערע רעליגיעזע לידער. ווי אויך פּאָליטישע און נאַציאָנאַלע לידער. דאָס קאָמפּאַקטל פֿון מאיר באָגדאַנסקי איז די ערשטע פֿולע רעקאָרדירונג פֿון אַ פֿאָלק־זינגער, אַ מאַן, אָן באַגלייטונג. זײַן אופֿן פֿון זינגען און צוגאַנג צו די לידער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן צושטײַער צו דער שטודיע פֿון ייִדישן פֿאָלק־געזאַנג.

אינעם אינטערוויו פֿון רות ראָזענפֿעלדער מיטן זינגער, וואָס מע לייענט אינעם באַגלייט־ביכל, דערציילט באָגדאַנסקי וועגן זײַן משפּחה אין פּיאָטראָקאָוו, אין קאָנגרעס פּוילן. אַן אינטערעסאַנטער רעפּערטואַר פֿון געזאַנג ער האָט גענאַשט פֿון זײַן פֿרומער משפּחה אין דער היים און האָט געזונגען ווי אַ משורר אין שיל. פֿון זײַנע בונדישע חבֿרים אין לאָדזש, וווּ ער האָט זיך באַזעצט אין די 1930ער יאָרן, האָט ער, ווײַזט אויס, זיך אויסגעלערנט די אַרבעטער־ און סאָלדאַטן־לידער.

ערשט אין לאָנדאָן, וווּ ער איז אָנגעקומען נאָך דער מלחמה, האָט ער אָנגעהויבן זײַן פֿאָרמעלע מוזיקאַלישע אויסשולונג. אַ דאַנק דעם, האָט ער געשאַפֿן מעלאָדיעס צו צענדליקער ייִדישע מחברים און פֿאַרשריבן 54 חסידישע ניגונים, וואָס ער האָט געדענקט פֿון פּוילן און זיי אַוועקגעשיקט אין ייִוואָ.

דאָס קאָמפּאַקטל הייבט זיך אָן מיטן ליד "געוואַלד זשע ייִדן". באָגדאַנסקי זינגט עס מיט אימפּעט און מיט אַ גיכן ריטעם. מע פֿילט שוין בײַ דעם ערשטן ליד, אַז פֿאַרן זינגער איז דער ריטעם מער וויכטיק ווי די עמאָציע פֿונעם ליד. אָבער דאָס הייסט נישט, אַז ער קען נישט אויסטײַטשן אַ ליד מיט דער פּאַסיקער דראַמאַטישקייט. און דאָס טוט ער אין נחום שטערנהיימס "פֿרײַטיק אויף דער נאַכט", וואָס ווערט דאָ אָנגערופֿן "שבת". משה מילנערס ליד "אין חדר" ברענגט אַרויס נאָך אַ מאָל באָגדאַנסקיס פֿעיִקייט זיך אײַנצולעבן אין אַ ליד.

באָגדאַנסקי זינגט עטלעכע לידער וועגן מיליטער און די צאַרישע צײַטן, וואָס מענער האָבן געוויינטלעך געזונגען. "מיליטער דינסט" ("וועמען וועלן מיר דינען ברידער") זינגט ער גאָר גיך, ווי אַ מיליטערישן מאַרש, און ס׳איז טשיקאַווע דאָס צו פֿאַרגלײַכן מיט מיישקע אַלפּערטס פּאַמעלעכן, כּמעט דבֿקותדיקן נוסח, אין זײַן אַנסקי־קאָמפּאַקטל. "דאָס פֿערצנטע יאָר" איז אויך אַ גוטער מוסטער צו פֿאַרגלײַכן מיט אַנדערע זינגערס. באָגדאַנסקי, ווי סידאָר בעלאַרסקי, האָבן דאָס געזונגען מיט אַ גיכערן ריטעם; פֿרויען, ווי ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן, זינגען דאָס פּאַוואָליע, ווי אַ קלאָגליד.

דאָס אינטערעסאַנטע און אומבאַקאַנטע ליד "ראש־חודש אייר" דערציילט וועגן אַ פּאָגראָם אין לאָדזש און הייבט זיך אָן מיט דער מעלאָדיע פֿון גאָלדפֿאַדענס "דאָס ביימעלע". אַפֿילו די באַקאַנטע לידער, ווי "אַז עס געפֿעלט איז אַ חופּה" ("די מאַמע קאָכט וואַרעניקעס") זינגט באָגדאַנסקי מיט אומבאַקאַנטע סטראָפֿעס. ווען ער זינגט י. ל. פּרצס "שטייט אין פֿעלד אַ ביימעלע", ווערט דער ריטעם, מיט אַ מאָל, אַ סך פּאַמעלעכער, ווי דאָס ליד וואָלט געווען אַ הימען פֿון דער ייִדישער יוגנט אין פּוילן. אונדז האָט ספּעציעל געפֿרייט צו הערן דאָס ליד "די רוסישע מדינה" ("יעדער איינער ווייסט, ווי מעכטיק און ווי גרויס...) וועגן דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה, וואָס געפֿינט זיך נאָר אין שמואל לעהמאַנס זאַמלונג "אַרבעט און פֿרײַהייט".

אַ שמייכל האָט אַרויסגעבראַכט באָגדאַנסקיס פּאַראָדיע — "עס דרימלען די לאָדנס", וואָס מאַכט נאָך "עס דרימלט דאָס שטעטל". מע קען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן, אַז די יונגע חבֿרה אין פּוילן איז אַזוי נימאס געוואָרן דאָס פּאָפּולערע, סענטימענטאַלע ליד, אַז מ׳האָט געמוזט שאַפֿן אַ חוזק־נוסח.

דאָס וואָס מע געדענקט מאיר באָגדאַנסקי און זײַן צושטײַער צו דער לאָנדאָנער ייִדיש־וועלט, פֿרייט אונדז, אָבער זײַן צושטײַער האָט דערגרייכט נאָך ווײַטער, צום ייִדישן פֿאָלקלאָר בכלל.