ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"די גאָלדענע קייט", איז געווען אַמאָל אַ צײַטשריפֿט אַזאַ. זי איז דערשינען אין ישׂראל, געהאַט אַן אָנזען אויף דער גאַנצער וועלט, אין אַ געוויסן טאָג האָט זי אויפֿגעהערט צו דערשײַנען. געבליבן איז דער אָנדענק. דאָ נישט לאַנג האָט מען זי דערמאָנט; נאָך מער, מ’האָט אַפֿילו דורכגעפֿירט אַ קליינעם סעמינאַר אויף אָט דער טעמע. געווען אינטערעסאַנט, בפֿרט פֿאַר אַן עולם וואָס איידער די לעקציע איז פֿאָרגעקומען האָט כּמעט קיינער נישט געהאַט קיין אַנונג, וואָס איז דאָס אַזעלכעס "די גאָלדענע קייט"; און דער עיקר, ס’האָט דאָרט אויפֿגעטראָטן, דערציילט און געלייענט וועגן דער היסטאָרישער צײַטשריפֿט, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וואָס איז געשטאַנען בײַם וויגעלע פֿון "דער גאָלדענער קייט", דעמאָלט — אַ יונגע דיכטערין. שוין אין ערשטן נומער זײַנען געווען אָפּגעדרוקט צוויי לידער אירע.

וואָס עפּעס אין מיטן דערינען "די גאָלדענע קייט"? דעם ענטפֿער זוכן מיר בײַ סאָניע ראָזענבערג, די אינטעלעקטועל־אומרויִקע ייִדיש־לערערין, וועלכע נישט נאָר איז באַהאַוונט מיט אַלץ, וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדישער קולטור; זי באַזיצט אַן אומגעצוימטן דראַנג דאָס איבערצוגעבן די אַנדערע. איר באַשטימטער אַדרעסאַט זײַנען די קאָלעגן און שילער פֿונעם ייִדיש־קלאַס אין בית־לייוויק. האָט סאָניע, אין איינעם מיט רבֿקה באַסמאַן, צונויפֿגעקליבן דעם נייטיקן מאַטעריאַל און געווידמעט די לעצטע באַגעגעניש פֿון לערן־יאָר מיט די פֿאָרגעשריטענע שילער פֿון ייִדיש־קלאַס "דער גאָלדענער קייט" — דעם אויפֿשטײַג און דעם אונטערגאַנג פֿון דעם הויכווערטיקן זשורנאַל.

אין די ראַמען פֿון די צוגרייטונגען צו דעם קליינעם סעמינאַר האָט סאָניע, ווי איר שטייגער איז, זיך דערשלאָגן אַזש צום מקור, צו אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט אַליין, וועלכער איז איבער פֿינף און צוואַנציק יאָר געווען רעדאַקציע־סעקרעטאַר פֿון דער צײַטשריפֿט. שפּיגלבלאַט האָט נישט געזשאַלעוועט די געהעריקע אינפֿאָרמאַציע, אין וועלכער סאָניע האָט זיך גענייטיקט פֿאַר איר אַרבעט און איר אויך געשאָנקען זײַן בוך "דורך פֿאַררייכערטע שײַבלעך", וווּ דאָס לעצטע קאַפּיטל איז דורכויס געווידמעט דעם זשורנאַל.

עסיייִסט, שרײַבער און דיכטער איז שפּיגלבלאַט זיכער איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדיש שרײַבער אין ישׂראל. ווען מ׳האָט שוין כּמעט פֿאַרגעסן די הנאה וואָס פֿאַרשאַפֿט בײַם לייענען אַ ייִדיש בוך, אָנגעשריבן הײַנט אין אַ ריינעם קולטיווירטן ייִדיש און דערצו נאָך אײַנפֿאַלעריש און פֿאַרכאַפּנדיק, קאָנט איר זײַן זיכער, אַז איר האָט זיך אָנגעטראָפֿן אין שפּיגלבלאַטס אַ שאַפֿונג. זײַן מײַסטערווערק "בלאָע ווינקלען", זײַן עסיי וועגן לעבן און שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער, איז אַן אומפֿאַרמײַדלעכער לייען־ און לערן־מאַטעריאַל פֿאַר די פֿאַרערערס פֿונעם גרויסן פֿאָלקס־פּאָעט. איצט איז דאָס בוך אויך דערשינען אין אַ העברעיִשער איבערזעצונג.

ווי באַקאַנט, איז "די גאָלדענע קייט" אייגנטלעך דער אויפֿטו פֿון אַבֿרהם סוצקעווער. דער אויפֿקום פֿון זשורנאַל אין 1949 און דער אויפֿשריפֿט אויפֿן שער־בלאַט, אַז דער זשורנאַל ווערט אַרויסגעגעבן דורך "דער הסתּדרות הכּללית של העובֿדים בארץ־ישׂראל", איז אויך בפֿירוש סוצקעווערס פֿאַרדינסט. אין דער צײַט ווען די שפּראַך־ראַנגלענישן אין לאַנד צווישן העברעיִש און ייִדיש האָבן נאָך אָנגעהאַלטן אין פֿולן ברען, "האָט קיין אַנדערער ווי אַבֿרהם סוצקעווער נישט געקאָנט פּועלן בײַ אַזאַ מעכטיקער אינסטיטוציע ווי ס’איז נאָך דעמאָלט געווען די הסתּדרות, אַרויסצולאָזן מיט איר הסכּמה און אויף איר חשבון, אַזאַ אָנזעעוודיקן ייִדישן זשורנאַל" (אַ. שפּיגלבלאַט).

מ’טאָר נישט פֿאַרגעסן וואָס פֿאַר אַ חשיבֿות ס’האָט באַגלייט אין יענער צײַט בלויז דער נאָמען פֿון אַבֿרהם סוצקעווער. "אַ דאַנק דעם אָרעאָל, מיט וועלכן ער איז אין 1947 געקומען אין לאַנד, ווי אַ פּאַרטיזאַנער, וואָס די סאָוועטישע מאַכט האָט ספּעציעל אײַנגעשטעלט אַן עראָפּלאַן אים אַרויסצוראַטעווען אין איינעם מיט זײַן פֿרוי פֿון די נאַראָטשער וועלדער, הינטערן פֿראָנט, און אים ברענגען קיין מאָסקווע. מיט דעם דאָזיקן אָרעאָל איז סוצקעווער באַלד פֿון אָנהייב דערגאַנגען צו די מנהיגי־הדור, צו גאָלדע מאיר, יוסף שפּרינצאַק, אַבֿרהם לעווינסאָן, זלמן שז״ר — מענטשן, וועלכע האָבן אין תּוך ליב געהאַט ייִדיש און זיך געלאָזט פֿון סוצקעווערן איבעררעדן" (אַ. שפּיגלבלאַט "דורך פֿאַררייכערטע שײַבלעך").

פֿון ערשטן נומער אָן, וואָס איז געווען אַ קלוגער צוזאַמענשטעל פֿון ערשטראַנגיקע שרײַבער, דיכטער און פּאָליטיקער פֿון דער אָקאָרשט אויפֿגעקומענער מדינה, צוזאַמען מיט אָנערקענטע אינטעלעקטואַלע כּוחות פֿון דער ייִדישער צעשפּרייטונג, און נאָך דעם אין משך פֿון די קומענדיקע נומערן, האָט דער זשורנאַל אויפֿגעהאַלטן דעם זעלבן הויכן ניוואָ. נישט אומזיסט האָבן מיטגעאַרבעט מיטן זשורנאַל די אָנגעזעענסטע שרײַבער און דיכטער פֿון לאַנד און פֿון אויסלאַנד.

לייענענדיק דאָס קאַפּיטל "גאָלדענע קייט" אין אַלכּסנדר שפּיגלבלאַטס דערמאָנטן בוך "דורך פֿאַררייכערטע שײַבלעך", באַקומט זיך באַשײַמפּערלעך דער אײַנדרוק, אַז נישט קיין אותיות שטייען דאָ אין קאָן, נישט זיי פֿורעמען אויס דעם אינהאַלט פֿון דער צײַטשריפֿט; נאָר אַז מיר שטייען דאָ פֿאַר אַ לעבעדיק, צאַפּלדיק באַשעפֿעניש, וואָס איז באַפֿרוכפּערט געוואָרן אויס ליבע, ווי אַ קינד וואָס מען קוקט אויס אַ לאַנגע צײַט און מ’רינגלט עס אַרום נאָכן געבורט מיט אַ וועלט פֿון ליבשאַפֿט און צערטלעכקייט. און ווי אַ לעבעדיק באַשעפֿעניש קומט אויך די צײַט וואָס מע מוז זיך מיט דעם צעשיידן אויף אייביק.

46 יאָר איז דערשינען "די גאָלדענע קייט", פֿון 1949 אָן, אַרויסגעגעבן 141 נומערן בסך־הכּל. אין 1995 האָבן די רעדאַקטאָרן אויסגעלאָשן דאָס ליכט אין דער רעדאַקציע און אָפּגעגעבן די שליסלען. במשך די יאָרן פֿון דאָ זײַן האָט "די גאָלדענע קייט" געשטאַלטיקט איינעם פֿון די וויכטיקסטע ייִדיש־זשורנאַלן וואָס האָט ווען עס איז עקזיסטירט.