Isaiah Berlin. Enlightening: Letters 1946-1960, edited by Henry Hardy and Jennifer Holmes (London: Chatto & Windus, 2009) |
דער הונדערט־יעריקער יובֿל פֿון ישעיהו בערלין (1909—1998) איז אָפּגעמערקט געוואָרן דורך צוויי וואָגיקע פּובליקאַציעס. איין באַנד נעמט אַרײַן זכרונות וועגן דעם באַרימטן ענגליש־רוסיש־ייִדישן דענקער און שרײַבער, דאָס אַנדערע בוך איז ממשיך די פּובליקאַציע פֿון בערלינס בריוו און איז כּולל זײַן אַרומנעמיקער קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר די יאָרן 1946 ביז 1960. אין דער אמתן, ווי עס דערקלערט דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד און דער גרעסטער מומחה אויף בערלינס ירושה, הענרי האַרדי, איז דאָס בלויז אַ פֿערטל פֿון אַלע בריוו, וואָס בערלין האָט אָנגעשריבן אין משך פֿון יענע פֿופֿצן יאָר.
בערלין האָט מן־הסתּם ליב געהאַט צו שרײַבן בריוו. צומאָל האָט ער פֿאַרברענגט זעקס שעה אַ טאָג איבער דער קאָרעספּאָנדענץ מיט זײַנע קרובֿים, באַקאַנטע, קאָלעגן און פֿרײַנד אין פֿאַרשידענע עקן וועלט. אַ היפּשן טייל פֿון יעדן בריוו האָט ער געווידמעט זיך אַליין. ער באַקלאָגט זיך כּסדר אויף כּלערליי קראַנקייטן, אויף זײַן אומפֿעיִקייט צו טאָן דאָס, וואָס ער וויל און דאַרף; אויף דעם, אַז מען פֿאַרשטייט אַלע מאָל פֿאַרקערט דאָס, וואָס ער האָט געזאָגט אין זײַנע אַרטיקלען. צומאָל איז ער מודה, אַז ער ווייסט אַליין ניט גענוי, וואָס ער האָט צו זאָגן וועגן דעם אָדער יענעם ענין, אָבער ניט געקוקט אויף דעם האַלט ער אין איין רעדן און רעדן. זײַן באַרעדעוודיקייט ווערט נאָך שטאַרקער, ווען ער הייבט אָן צו דיקטירן זײַנע בריוו אויף דער רעקראָדיר־מאַשין.
אייניקע בריוו לייענען זיך ווי אינטערעסאַנטע היסטאָרישע גבֿית־עדות, בפֿרט ווען עס גייט די רייד וועגן באַרימטע פּערזענלעכקייטן, מיט וועמען בערלין איז געווען נאָענט באַקאַנט, ווי למשל, חיים ווײַצמאַן אָדער ווינסטאָן טשערטשיל. אין זײַנע בריוו איז בערלין געווען אַ סך מער איראָניש און סקעפּטיש, איידער אין זײַנע געדרוקטע טעקסטן. ער איז געווען אַ ציוניסט און האָט אַ סך געהאָלפֿן דער יונגער מדינת־ישׂראל, צוליב זײַנע קאָנטאַקטן אין די בריטישע הויכע פֿענצטער. אָבער פּריוואַט האָט ער באַמערקט, אַז ישׂראל פֿירט זיך "ניט־דזשענטלמעניש" אין דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק, "אַ ביסל ווי אונגאַרן אין 1919, אָדער פּוילן".
אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון חיים ווײַצמאַן און זײַן פֿרוי וועראַ, איז בערלין געווען גוט באַהאַוונט אין די פּערזענלעכע ענינים פֿונעם ערשטן פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל. ווײַצמאַן, וועלכער איז צוגעוווינט געוואָרן צו זײַן חשובֿער פּאָליטישער ראָלע, ווי דער ראָש פֿון דער ציוניסטישער וועלט־אָרגאַניזאַציע, איז גלײַך באַזײַטיקט געוואָרן פֿון כּלערליי פּאָליטישע טעטיקייטן אין דער נײַער מלוכה. ער און זײַן פֿרוי האָבן זיך ניט געפֿילט היימיש אין זייער רעזידענץ אין רחובֿות און האָבן פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין דער שווײַץ, וווּ בערלין איז בײַ זיי אָפֿטמאָל געווען צו גאַסט. בערלין האָט אונטערגעהאַלטן באַציִונגען ניט נאָר מיט די ווײַצמאַנס, אָבער אויך מיט דוד בן־גוריונען — דעם ריכטיקן פּאָליטישן פֿירער פֿון ישׂראל. ווען בן־גוריון האָט באַזוכט ענגלאַנד אין 1951, איז ער געקומען קיין אָקספֿאָרד צו כאַפּן אַ שמועס מיט בערלינען אַנשטאָט צו טרעפֿן זיך מיט די פּני פֿון ענגלישן ייִדנטום. זיי האָבן געטרונקען פּאָרטווײַן און גערעדט וועגן דער ראָלע פֿון העלפֿאַנדן אין אינדישע משלים.
בערלינס באַרעדעוודיקייט איז צומאָל געווען אַ שירעם, וואָס האָט פֿאַרדעקט זײַן געפֿיל פֿון אומזיכערקייט. ווי אַ רוסישער ייִד, איז ער תּמיד פֿאַרבליבן אַ פֿרעמדער אין די אַריסטאָקראַטישע און פּאָליטישע קרײַזן. ער האָט אויסגענומען בײַ זיי מיט זײַן שאַרפֿזיניקייט און חריפֿות, און בפֿרט, מיט זײַנע קענטענישן אין דער רוסישער קולטור. ער איז געווען אַ ניצלעכער אויסטײַטשער פֿון רוסלאַנד נאָך דער מלחמה, ווען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז פּלוצעם געוואָרן דער הויפּט־שׂונא פֿון די מערבֿדיקע דעמאָקראַטיעס.
בערלין האָט געהאַטלן די רוסישע קולטור פֿונעם 19טן יאָרהונדערט פֿאַר זײַן פּריוואַטן מקום־מיקלט. ער האָט געשריבן׃ "רוסיש איז פֿאַר מיר מער בילדעריש, אינטים און פּאָעטיש, איידער וואָסער ניט איז אַנדער לשון. איך פֿיל אַ מערקווירדיקע טראַנספֿאָרמאַציע פֿון מײַן פּערזענלעכקייט, ווען איך רעד רוסיש; אַזוי ווי אַלץ ווערט גרינגער אויסצודריקן, די וועלט ווערט ליכטיקער און חנעוודיקער אין יעדן זין." הגם ער האָט געקאָנט רעדן רוסיש פֿרײַ, איז ער ניט געווען ביכולת צו שרײַבן גוט אויף רוסיש. צומאָל האָט ער זיך באַקלאָגט, אין זײַן רײַכן און עקספּרעסיוון ענגליש, אַז אין דער אמתן וואָלט ער געדאַרפֿט שרײַבן רוסיש. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן אַסימילירטן רוסישן ייִד פֿונעם בירגערלעכן אָפּשטאַם, האָט בערלין ניט געהאַלטן פֿון ייִדיש און פֿון ייִדיש־רעדנדיקן עמך. ווען ער שרײַבט צו זײַנע עלטערן וועגן דער ים־רײַזע צוריק פֿון ישׂראל, מאַכט ער חוזק פֿון דעם שלום־עליכמישן עולם אויף דער שיף, נאָכמאַכנדיק זייערע ייִדישע רייד אויף אַ דײַטשמערישן אופֿן.
אין משך פֿון זײַן לאַנגן און אַקטיוון לעבן האָט בערלין געהאַט אַ סך פֿרײַנד, אָבער אויך אַ היפּש ביסל שׂונאים. מען האָט אים קריטיקירט פֿאַר אינטעלעקטועלער אויבערפֿלעכלעכקייט און סנאָביזם און אַפֿילו באַשולדיקט אין מאָראַלישער און פּאָליטישער צבֿועקישקייט. אין אַ געוויסן זין זײַנען די דאָזיקע באַשולדיקונגען באַרעכטיקט, און די בריוו באַזאָרגן בערלינס קריטיקער מיט נײַע פֿאַקטן און אַרגומענטן. אָבער די בריוו באַווײַזן אויך, אַז בערלין אַליין איז געווען דער שאַרפֿסטער קריטיקער פֿון זײַנע אייגענע שוואַכקייטן און חסרונות. ער איז קיין מאָל ניט געווען צופֿרידן מיט זײַן אַרבעט און אויפֿפֿירונג, האָט תּמיד געפֿילט זיך שולדיק און אומזיכער. צומאָל זעט ער אויס ווי אַן עגאָצענטרישער נעווראָטיקער, וואָס קאָן זיך ניט אָפּשטעלן, ווען ער רעדט וועגן זיך.
וואָס פֿאַר אַ בײַטראָג האָט ישעיהו בערלין געמאַכט אין דער גײַסטיקער און פּאָליטישער געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט? וואָס וועט בלײַבן פֿון זײַנע ווערק? צי האָט ער געשאַפֿן עפּעס ממשותדיקס, וואָס וועט איבערלעבן זײַן צײַט, אָדער ער איז געווען סתּם אַ טשיקאַווע פּערזענלעכקייט, אַ שטיקל מנחם־מענדל, וואָס האָט געהאַט מזל צו ווערן אַן אַרײַנגייער אין די ענגלישע און אַמעריקאַנישע הויכע פֿענצטער? כּדי צו געבן אַ באַגרינדעטן ענטפֿער, דאַרף מען צוּוואַרטן ביז עס וועלן פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אַלע ווערק זײַנע. דערווײַל זעט מען, קודם־כּל, זייער אַן אינטערעסאַנטע, לעבעדיקע און באַוועגלעכע פּערזענלעכקייט, וואָס זוכט אַ פֿעסטן גרונט אונטער די פֿיס, אָבער האַלט אין איין זיך גליטשטן.