|
שפּינאַט מיט ראָזשינקעס |
|
אינעם פֿריִערדיקן נומער "נײַעס פֿאַר בני־בית" האָב איך דערקלערט ווי צו מאַכן פֿינעף גרינגע סאַלאַטן, וואָס כ׳האָב געפֿונען אין אַ רשימה פֿון 101 סאַלאַטן אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" מיט צוויי וואָכן צוריק. זינט דעמאָלט האָב איך כּמעט יעדן אויפֿדערנאַכט צוגעגרייט עטלעכע פֿון די סאַלאַטן, און מײַן מאַן, לייבל, זאָגט, ס׳איז אַזוי געשמאַק, אַז מער ווי דאָס דאַרף ער נישט. (ס׳העלפֿט אויך, אַז איך באַגלייט יעדן מאָלצײַט מיט צוגעברוינט ראַזעווע ברויט אָנגעריבן מיט קנאָבל!)
אָט זענען נאָך דרײַ סאַלאַטן פֿון דער זעלבער רשימה. ווידער גיב איך נישט אָן קיין מאָסן ווײַל מיט אַ סאַלאַט קאָן מען זײַן בייגעוודיק.
געבראָטענע בוריקעס מיט ניס: וויקלט קליינע בוריקעס אײַן מיט זילבער־פּאַפּיר און בראָט זיי אין אויוון ביז זיי ווערן ווייך. שנײַדט זיי אויף דינע רעפֿטלעך און מישט זיי אויס מיט אַ ביסל צעהאַקטן קנאָבל, צוגעברוינטע וועלשענע ניס, מאַראַנצן־זאַפֿט און איילבערט־בוימל.
שפּינאַט מיט ראָזשינקעס: וואַרפֿט אַרײַן שפּינאַט־בלעטער אין זודיק וואַסער אַ האַלבע מינוט, זיפּט אָפּ דאָס וואַסער און גיט די בלעטער אַרײַן אין אַ שיסל אײַז־וואַסער אויף 5 סעקונדעס. קוועטשט אויס דאָס וואַסער פֿון די בלעטער, צעשנײַדט זיי און מישט זיי צונויף מיט צוגעברוינטע סאָסנע־קערעלעך (pine nuts), ראָזשינקעס, קאַפּערן, איילבערט־בוימל און עטלעכע טראָפּנס באַלזאַמישן עסיק.
צוגעברוינטע שוועמלעך: באַשפּריצט צעשניטענע שוועמלעך און דין־גערעפֿטלטער רויטער ציבעלע מיט איילבערט־בוימל; בראָט זיי אונטערן פֿײַער ביז זיי ווערן ווייך און צוגעברוינט. מישט צונויף מיט צעשניטענער פּעטרישקע אָדער באַזיל־בלעטער און עטלעכע טראָפּנס עסיק.