דאָס ביכל פֿון שלום־עליכמס נאָוועלעס אויף אַזערבײַדזשאַניש |
סוף יולי איז מיר אויסגעקומען צו באַזוכן אַזערבײַדזשאַן, וווּ איך בין געקומען אין באַשטאַנד פֿון אַ ישׂראלדיקער דעלעגאַציע פֿון פֿינף מענטשן, צווישן וועלכע עס האָבן זיך געפֿונען: דער כּנסת־דעפּוטאַט ראָבערט אילאַטאָוו; פּרעזידענט פֿון דער צווישן־פֿעלקישער אַסאָציאַציע "אַזערבײַדזשאַן־ישׂראל", יוסף שאַגאַל; דער שטעל־פֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "וועסטי", סערגיי פּאָדראַזשאַנסקי, און דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "קאַווקאַזסקאַיאַ גאַזעטאַ", יונתן מישיעוו. מיר האָבן אָנטייל גענומען אין אַ ריי אונטערנעמונגען, וועלכע זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אין שטעטל קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ, צפֿון־אַזערבײַדזשאַן, וווּ עס וווינען בלויז באַרג־ייִדן, און אין דער הויפּטשטאָט, באַקו. דער אָרגאַניזאַטאָר און ספּאָנסאָר פֿון די אונטערנעמונגען איז געווען דער צווישן־פֿעלקישער וווילטעטיקער פֿאָנד פֿון באַרג־ייִדן "סטמעגי". דער פּרעזידענט פֿונעם פֿאָנד איז אַ באַוווּסטער רוסלענדישער ביזנעסמאַן, גערמאַן זאַכאַריאַיעוו, וועלכער שטאַמט פֿון קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ, וווּ עס וווינען ביז איצט זײַנע ברידער, אויך ביזנעסמענער. די ערשטע אותיות פֿון די נעמען פֿון אַלע זעקס ברידער האָבן געשאַפֿן דאָס וואָרט "סטמעגי": סאָלאָמאָן, טעלמאַן, מאַקסים, עדואַרד, גערמאַן, איסײַ.
די געשיכטע פֿון קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ הייבט זיך אָן אין יאָר 1772. אין דעם שטעטל זײַנען אַמאָל געווען 13 סינאַגאָגעס. ביז די 90ער יאָרן פֿון דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט האָבן דאָ געוווינט אַרום 18 טויזנט באַרג־ייִדן. איצט לעבן דאָ בערך 4 טויזנט ייִדן. ס׳איז דאָ אַ שול, אַ רבֿ, פֿאַרשטייט זיך, אַ חב"ד־ליובאַוויטשער.
משה לעמסטער טרעט אַרויס אויף דער פֿאָטאָ־אויסשטעלונג:150 יאָר שלום־עליכם אין "חסד־גרשון" |
אין קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ זענען דורכגעפֿירט געוואָרן צוויי אונטערנעמונגען. איינע געווידמעט דעם זשורנאַליסט ראַשביל זאַכאַריאַיעוו (גערמאַן זאַכאַריאַיעווס טאַטע), וועלכער איז געשטאָרבן אין יאָר 1978. אין אָנדענק פֿונעם זשורנאַליסט האָט מען פּראָקלאַמירט אַ גאַס אויף זײַן נאָמען. אין זכות פֿון דעם איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ פֿײַערלעכע אַסיפֿה אין וועלכער ס׳האָבן אָנטייל גענומען פֿאָרשטייער פֿון מלוכישע אינסטיטוציעס, פּאַרלאַמענט, געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס און געסט פֿון רוסלאַנד, פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, דײַטשלאַנד און גרוזיע.
די צווייטע אונטערנעמונג איז געווען געווידמעט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. אין דער געבײַדע פֿון "חסד־גרשון" איז געוואָרן אָרגאַניזירט אַ פֿאָטאָ־אויסשטעלונג "150 יאָר שלום־עליכם". די עקספּאָזיציע אויף וועלכער ס׳זענען געווען אַרויסגעשטעלט בערך 50 פֿאָטאָגראַפֿיעס, איז באַשטאַנען פֿון דרײַ טיילן: "שלום־עליכמס משפּחה", "שלום־עליכמס שעפֿערישער וועג", "שלום־עליכם און טעאַטער". חוץ דעם, האָבן די געסט געקאָנט זיך דאָ באַקענען, בײַ אַ ביכער־אויסשטעלונג, מיט שלום־עליכמס ווערק. צווישן די ווערק איז אויך געווען אַ ביכל נאָוועלעס אויף אַזערבײַדזשאַניש, איבערגעזעצט פֿון כאַטשי כאַטשעוו, אַרויסגעגעבן אין באַקו, 2007. די אויסשטעלונג האָט צוגעגרייט דער דאָקטאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע, סערגיי ווײַנשטיין, דער ראַטגעבער פֿון גערמאַן זאַכאַריאַיעוו. די פֿײַערלעכע עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג האָט געפֿירט דער פֿאָלקס־אַרטיסט פֿון אַזערבײַדזשאַן, הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם רוסישן דראַם־טעאַטער אין באַקו, אַלעקסאַנדר שאַראָווסקי. ער האָט דערמאָנט די צוהערער, אַז נאָך די מלחמה־יאָרן האָט אין באַקו פֿונקציאָנירט אַ ייִדישער טעאַטער, וועלכער האָט, אין 1947, געשטעלט שלום־עליכמס פּיעסע "דער בלוטיקער שפּאַס". איך האָב דערציילט וועגן שלום־עליכמס לעבן און שאַפֿן און וועגן דער שפּראַך — ייִדיש — אין וועלכער ער האָט געשאַפֿן. כ׳האָב געפּרוּווט דערווײַזן דעם עולם, אַז שלום־עליכמס שאַפֿונג געהערט צו אַלע ייִדן, ס׳איז אַן אוצר פֿון דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק; אַז דער יום־טובֿ פֿון אונדזער קלאַסיקער, דאָ, בײַ די באַרג־ייִדן, איז געגליכן צו אַ קדיש נאָך דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער. וועגן שלום־עליכמס הומאָר און זײַן זשורנאַליסטישער אַרבעט האָט דערציילט סערגיי פּאָדראַזשאַנסקי. סערגיי ווײַנשטיין האָט גערעדט וועגן שלום־עליכמס אָרט אין דער וועלט־ליטעראַטור.
אין באַקו איז געוואָרן דורכגעפֿירט אַ סימפּאָזיום אויף דער טעמע: "די אינטעלעקטועלע עליטעס און זייער ראָל בײַם פֿאָרמירן די נאַציאָנאַל־קולטורעלע אידענטיטעט". אויפֿן סימפּאָזיום האָבן אַרויסגעטראָטן געלערנטע, שרײַבער און זשורנאַליסטן פֿון אַזערבײַדזשאַן, רוסלאַנד, ישׂראל, פֿאַראייניקטע שטאַטן, א.אַ.
אויף פֿאַרשיידענע טרעפֿונגען מיט מיניסטאָרן פֿון דער אַזערבײַדזשאַנער רעגירונג, מיט פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטן, מיט געזעלשאַפֿטלעכע טוער האָבן מיר ניט איין מאָל געהערט, אַז דער איצטיקער פּרעזידענט פֿון אַזערבײַדזשאַן, וואָס איז אַ מוסולמענישע רעפּובליק, אילכאַם אַליעוו, האָט געזאָגט: "די ייִדן זײַנען מײַנע ברידער".