כ׳ווייס נישט צי איך האָב אײַך אַמאָל דערציילט, נאָר מײַן שוועגערין איז געווען אַ שווערער פּאַסאַזשיר; און מיט שווער, מיין איך נישט בלויז איר שווערע וואָג, נאָר איר טראַגיש לעבן, פֿון וועלכן זי איז קיין מאָל נישט אַרויסגעקומען מיט גאַנצע ביינער. נאָך דער מלחמה, וווּ זי האָט זיך געראַטעוועט על־פּי נס, איז זי פֿון איר שטעטעלע קאַשאָו אין די קאַרפּאַטן, אַוועק קיין בערעקסאַס, וווּ עס האָט זיך אויך אָפּגעזוכט איר פֿרומער, אָדער בעסער געזאָגט, קרומער, טאַטע. נישט ווײַל ער איז געווען קרום, חלילה, נאָר זײַן פֿרומקייט איז געווען אַ קרומע. זי האָט אויך געפֿונען איר ברודער.
ביידע, איבי און איר ברודער, האָבן זיך געראַטעוועט פֿון פֿינף קינדער. דאָרט, אין שטעטעלע בערעקסאַס, האָט זי זיך באַקענט מיט מײַן מענדלס ברודער יאָסלען, וועלכער האָט געחלשט נאָך אירע טריט. זי איז נאָך געווען יונג און סימפּאַטיש און אים נישט געוואָלט. זי האָט אים נישט געוואָלט ווײַל ער האָט שוין געהאַט אַ שטיקעלע פּליך, כאָטש ער איז נאָך געווען אין די צוואַנציקער און לויט איר שילדערונג, איז ער אין אירע אויגן נישט געווען קיין שיינער. זי האָט אים געזאָגט, אַז זי האָט שוין אַ חתן און ער געפֿינט זיך ערגעץ אין בודאַפּעשט. איז אויב ער וויל זי פֿאַר אַ ווײַב, דאַרף ער קודם שיקן זײַן יונגיקן ברודער מענדלען קיין בודאַפּעשט ער זאָל אויסזוכן איר חתן און אים שטעלן די דאָזיקע פֿראַגע: "אויב ער וויל זי, זאָל ער שוין קומען און מיט איר חתונה האָבן, און אויב נישט, האָט זי אים טיף טײַער". מײַן מענדל איז אַוועק קיין בודאַפּעשט זוכן איביס פֿאַרלוירענעם חתן. ער האָט אים געפֿונען און יענער איז שוין געווען אַ באַווײַבטער. איז מענדל צויקגעקומען קיין בערעקסאַס מיט דער טרויעריקער ידיעה און איבי האָט דעמאָלט באַוויליקט חתונה צו האָבן מיט יאָסלען.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַלע פּיטשעווקעס האָב איך זיך ערשט דערוווּסט ווען איך האָב חתונה געהאַט מיט מענדלען. מיר האָבן זיי געשיקט קיין ראַטשעסטער אונדזער חתונה־געלט און זיי אַריבערגעברענגט פֿון דאָרטן קיין ניו־יאָרק, מיט זייערע דרײַ ייִנגעלעך. איך האָב פֿאַר זיי געפֿונען אַ דירה אין זעלבן בנין, גלײַך אַנטקעגן מיר, און ס׳איז אַוועק אַ מאָדנע באַציִונג צווישן מיר און מײַן שוועגערין. זי האָט שוין גערעדט ענגליש און איך האָב צו מײַן קינד גערעדט ייִדיש. זי האָט געהאַלטן פֿון כּשרות און מיקווה און איך האָב נישט געוווּסט דערפֿון. זי האָט נישט דערלויבט אירע קינדער אַרײַנצוקומען צו אונדז אין שטוב, ווײַל זי האָט מיך קוואַליפֿיצירט ווי אַ קאָמוניסטקע. האָב איך זי געפֿרעגט וואָס מיינט דאָס? האָט זי מיר געענטפֿערט אַז אַלע קאָמוניסטן רעדן ייִדיש און זײַנען נישט פֿרום, און זי האָט מורא אַז איך וועל זיי, חלילה, מטמא זײַן און קאַליע מאַכן. פֿרעגט זיך די פֿראַגע, אין וואָס איז באַשטאַנען איר פֿרומקייט? און אָט וואָס זי האָט מיר דערציילט:
"איך בין אויסגעוואַקסן אין אַ היים וווּ דער טאַטע איז געווען פֿרום. צוליב פּרנסה האָט ער געמוזט אַרומרײַזן איבערן לאַנד און צוריק געקומען אַהיים בלויז אויף שבת. מיר זײַנען געווען פֿינף קינדער און איך בין געווען די ייִנגסטע. מײַן מאַמע איז געווען יונג און שיין, מיט אַ טעמפּעראַמענט. זעט אויס, אַז זי האָט מײַן טאַטן פֿײַנט געהאַט ווי אַ שפּין. זיי האָבן זיך אָפֿט געקריגט און יעדעס מאָל נאָכן איבערבעטן זיך, איז זי ווידער אַ מאָל פֿאַרגאַנגען אין טראָגן. האָט זי זיך איין פֿרימאָרגן אויפֿגעהויבן און אַנטלאָפֿן מיט אַ יונגן מאַן קיין אַרגענטינע און איבערגעלאָזט מײַן טאַטן מיט די פֿינף קינדער אויף 'באָלגע־פּיעס’ (מײַן מאַמעס אַן אויסדרוק וואָס האָט געמיינט אויף הפֿקר)".
און ווײַטער האָט איבי מיר דערציילט, אַז די מאַמע איז ווי אין וואַסער אַרײַן.
"האָט מײַן טאַטע חתונה געהאַט דרײַ מאָל, און יעדע שטיף־מאַמע איז געווען ערגער ווי די ערשטע. איך בין בײַ יעדער איינער פֿון זיי געווען דאָס משרת. ווען דער טאַטע פֿלעגט אַהיים קומען פֿון זײַנע רײַזעס, פֿלעגט ער אונדז אויסשטעלן אין אַ ריי און די שטיף־מוטער האָט אויסגערעכנט אַ גאַנצע רשימה ווי מיר האָבן זיך פֿאַרזינדיקט קעגן איר, ווי מיר דערגייען איר די יאָרן. פֿלעגט ער אַראָפּנעמען זײַן לעדערנעם באַטיק (פּאַסיק) און אונדז אַלעמען דערלאַנגט אַ שבתדיקן מי־שברך, אַז מיר האָבן זיך נישט געקענט אַוועקזעצן אַ פּאָר טעג צײַט."
מײַן שוועגערין פֿלעגט אַ סך רייכערן, און אָפֿט אַרײַנגעמישט געמיינע ווערטער.
"וועסט עס נישט גלייבן," האָט זי זיך אויסגעגליכן, "ווײַל איך האָב זיך אויך נישט געוואָלט צוגלייבן ווען מיר האָבן באַקומען אַ בריוו פֿון מײַן מאַמען פֿון אַרגענטינע. אין בריוו איז געשטאַנען, אַז זי קומט מיך זען קיין ראַטשעסטער. איך בין אַרײַן אין אַ פּאַניק, אַ שאָק. די וועלט האָט זיך ממש איבערגעדרייט פֿאַר מײַנע אויגן. איך בין אָבער גלײַך צו זיך געקומען און גענומען זיך גרייטן צו איר אָנקום. ווען זי איז אַראָפּ פֿונעם עראָפּלאַן, האָב איך זי גוט באַטראַכט. זי איז געווען הויך, עלעגאַנט געקליידט. איר פּנים האָט שוין געטראָגן אויף זיך אַ וועלט מיט קנייטשן. זי איז געווען שטאַרק פּודרירט, פֿון די ליפּן האָט אַראָפּגעגלאַנצט די שמינקע, די אויגן האָבן קיל געשמייכלט ווען זי האָט מיך אַרומגענומען. איך האָב דערפֿילט ווי אַ גליטשיקע יאַשטשערקע פּאָלזעט אַרום מײַן לײַב. זי האָט גערעדט צו מיר מיט עפּעס אַ נאַקעט קול. 'אַזוי גאָר, דאָס ביסטו איבאָיאַ.’ איך האָב אויפֿגעשוידערט. איך בין געשטאַנען ווי פּאַראַליזירט און איין געדאַנק האָט געהאַמערט אין מײַן מוח. עס האָט זיך געענדיקט מײַן פּײַן. זי איז צוריקגעקומען.
"אין דער היים האָט זי מיר דערלאַנגט אַן עקזאָטישן קוקו־וואַנטזייגער ווי אַ מתּנה, וואָס זי האָט אַליין, זייער פֿאָרזיכטיק אויפֿגעהאָנגען אויף דער וואַנט. דער אומרו (פּאָמפּעדיקל) האָט גענומען רירן זיך פֿון אָרט אין אַ ריטמישן טיק־טאַק, טיק־טאַק... און ווען עס האָט געשלאָגן אַ שעה, איז אַרויסגעפֿלויגן אַ קליין, קאָלירט קאַנאַריקל און אונטער איר אַ כאָפּטע קליינינקע קאַנאַריקלעך, באַהאַלטנדיק זייערע קעפּלעך אונטער די פֿליגל פֿון זייער מוטער. מײַן מאַמעס האַרץ איז זיך ממש צעגאַנגען פֿאַר פֿרייד, קוקנדיק אויף די האָלצערנע פֿיגורקעלעך. איך האָב געוואַרט זי זאָל מיך אַוועקזעצן און נעמען אויספֿרעגן וואָס ס׳האָט פּאַסירט מיט דער רעשט פֿון אירע קינדער וואָס זײַנען אומגעקומען בײַם דײַטש. אָבער זי האָט געשוויגן. סוף־כּל־סוף האָט זי זיך אָפּגערופֿן. זי האָט דערציילט, אַז איר לעבן איז נישט מער איר אייגנס, עס געהערט צו די פּויערים און דאָרפֿסלײַט אין זיד־אַמעריקע, וווּ זיי רופֿן זי אַ הייליקע. זי האָט דערציילט ווי זי האָט געבראַכט דעם רעוואָלוציאָנערן גײַסט צווישן די שוואַכע און אָרעמע. מען האָט זי אַרעסטירט, ווײַל זי האָט אַגיטירט די אַרבעטער אין די רעוואָלוציאָנערע קרײַזן. מען האָט זי געפּײַניקט. 'אָבער איצט בין איך אויף דער פֿרײַ,’ האָט זי געלאַכט, 'איך האָב ליב. דאָס לעבן איז אינטערעסאַנט.’
איך האָב זיך אײַנגעהאַלטן פֿון האַלטן אַ שמועס מיט אַ פֿרוי וואָס איז אַזוי צעפֿלאַמט. מײַן ייִאוש האָט גענומען מיך אײַנשלינגען. נאַכער האָט זי זיך געוואָנדן צו מיר און געזאָגט: 'אָבער איבאָיאַ, איך האָב דיך איבערגעלאָזט, ביסטו געווען אַזאַ שיין מיידעלע. וואָס האָט פּאַסירט? ווי אַזוי האָסטו זיך געקענט אַזוי שנעל בײַטן,’ און שטילערהייט האָט זי מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער: 'פֿאַרוואָס האָסטו אַזוי שנעל חתונה געהאַט? דײַן מאַן געפֿעלט מיר גאָרנישט. עס וואַקסט בײַ אים אַ פּליך. ווייסטו וואָס איבאָיאַ, מײַן קינד, איך לייג דיר פֿאָר, קום מיט מיר קיין זיד־אַמעריקע, דאָרט איז דאָס לעבן פֿול מיט איבערלעבענישן...’
"מײַנע געדאַנקען זײַנען דערווײַל געשוווּמען אין מײַן מוח ווי כוואַליעס פֿאַר אַ שטורעם. אין דער פֿרי האָט די קוקאַווקע מיך אויפֿגעוועקט פֿון מײַן קאָשמאַר. איך האָב זיך קוים געהאַלטן אויף די פֿיס. מײַן הערשעלע האָט געוויינט און איך האָב אים נישט געקענט אײַנשטילן ביז ער האָט דערזען די קוקאַווקע. ער האָט אויסגעשטרעקט זײַנע קליינע הענטעלעך און אָנגעכאַפּט דאָס קאַנאַריקל. איך האָב געקוקט ווי ער האָט צעריסן די קליינע קאַנאַריקלעך איינס נאָכן אַנדערן און איך בין דאָרט געזעסן אָנגעזאַפּט מיט אַ דיאַבאָלישן פֿאַרגעניגן און געקוקט ווי ער רײַסט אַלץ אַרויס פֿון דער קוקאַווקע. דער וואַנטזייגער איז געפֿאַלן אויף דער פּאָדלאָגע און זיך גענומען קרישלען, און ווען דער קוקו־זייגער האָט אויפֿגעהערט צו טיק־טאַקעווען, האָט זיך באַוויזן מײַן מאַמע. אירע ליפּן האָבן געציטערט, איר פּנים האָט זיך אויסגעקרימט. איך האָב דערפֿילט אַ מאָדנעם פּערפֿום וואָס האָט געשלאָגן פֿון איר לײַב. זי האָט עפּעס פּרובירט זאָגן, אָבער איך בין איר פֿאַרלאָפֿן דעם וועג. איך האָב זיך פּלוצעם דערפֿילט שטאַרק אַנטקעגן איר און געוווּסט וואָס איך דאַרף טאָן, און מיט אַ ווילדער שטימע, וואָס איך האָב אַליין נישט דערקענט, האָב איך אַרויסגעברומט ווי אַ ווילדער לייב: 'אַרויס פֿון דאַנען. איך קען דיך נישט, איך ווייס נישט ווער דו ביסט, איך האָב נישט קיין מאַמע, איך האָב קיין מאָל נישט געהאַט קיין מאַמע.’ זי האָט אויף שנעל צונויפֿגענומען אירע מאַנאַטקעס און פֿאַרשוווּנדן און איך האָב מער נישט געהערט פֿון איר."
אָבער דאָס איז נאָך נישט געווען דער סוף. ווען מיר האָבן זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, האָט יאָסל און איבי מיט די קינדער אונדז נאָכגעטאָן, און זיך אויך באַזעצט אין דער מדינה. יאָרן זײַנען אַוועק, און וואָס מיינט איר איז געשען? מיט אַ מאָל קלינגט איבי מיט אַן אָנזאָג, אַז איר מאַמע געפֿינט זיך אין אַ מושבֿ־זקנים ערגעץ לעבן נתּניה, און זי וויל זען איר טאָכטער. אָבער איבי האָט נישט באַוויליקט. אַנשטאָט דעם, האָט זי געשיקט מײַן צווייטע שוועגערין שׂרה, מענדלס און יאָסלס שוועסטער, אין יענעם מושבֿ־זקנים מיט געקעכטס, און ווען שׂרה איז צוריקגעקומען האָט זי דערציילט ווי איר מאַמע וויל זען איר טאָכטער איבי, און ווי זי דאַנקט זי פֿאַרן געקעכטס, ווײַל דאָ טויג נישט דאָס עסן וואָס מען דערלאַנגט די עלטערע מענטשן. אַ יאָר צײַט איז מײַן שוועגערין שׂרה געפֿאָרן באַזוכן איביס מאַמע מיט געקעכטס, ביז די מאַמע איז געשטאָרבן. ערשט דעמאָלט האָט זיך איבי באַפֿרײַט פֿונעם מאַמע־קאָשמאַר.
פֿאַרוואָס דערציילט איך אײַך די מעשׂה, ווײַל אין לעבן קומען פֿאָר אַזעלכע מאָדנע געשעענישן. הײַנט פֿאַרהייליקט מען די ייִדן פֿון די שטעט און שטעטלעך, כאָטש אַ סך פֿון זיי זיינען געווען קנאַפּע צדיקים. געווען צווישן זיי אויך גוטע און פֿרומע לײַט. אָבער אַ סך פֿון זיי האָבן געליטן פֿון גרויס אָרעמקייט, אויסגעלאָזט זייערע צרות צו די ווײַבער און די קינדער, און נישט איין קינד איז פֿאַרקריפּלט געוואָרן פֿון אַ מלמדס שטעקן. און אַלע וואָס זײַנען אומגעקומען אויף קידוש־השם, ווער זיי זאָלן נישט האָבן געווען, זאָלן זיי האָבן דעם ליכטיקן גן־עדן.