פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות ווערט געבראַכט די וויכטיקסטע ייִדישע תּפֿילה, "שמע ישׂראל"; די צען געבאָט, וועגן וועלכע די ייִדן האָבן דערהערט בײַם באַרג סיני, די מיצווה צו לערנען די תּורה מיט די קינדער און אַ צאָל אַנדערע זאַכן, וואָס האָבן צו טאָן מיטן ענין פֿון חוש־השמיעה — די פֿעיִקייט צו הערן.

"שמע ישׂראל" — דער אייבערשטער הייסט די ייִדן זיך אײַנצוהערן, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז ער איז דער איינציקער ג־ט, דער איינציקער, אמתער עצם און קוואַל פֿון אַלץ. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט מיט צוויי יאָר צוריק, זענען אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דער מענטשלעכער מין, מיט אַלע זײַנע מחשבֿות און געפֿילן, אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון ג־טלעכקייט. אָבער כּדי דאָס צו באַנעמען, מוז מען, קודם־כּל, זיך גוט צוהערן. ווען מע הייבט אָן לייענען פֿון קריאת־שמע, מאַכט מען צו די אויגן מיט דער האַנט, כּדי זיך בעסער צו קאָנצענטרירן און זיך צוהערן צו די ווערטער. "שמע ישׂראל ה׳ אַלוקינו ה׳ אחד" — "הערט זיך אײַן, ייִדן, אונדזער ג־ט איז דער איינציקער ג-ט". דער אייבערשטער איז "אונדזער ג־ט", וואָס אַנטפּעלקט זיך אין אונדזער נשמה און איבעראַל.

דאָס וואָרט "אחד" — "דער איינציקער" — באַשטייט פֿון די אותיות אַלף, חית און דלת. אַלף איז בגימטריא איינס, חית — אַכט, און דלת — פֿיר; ס׳איז אַ רמז אויף דעם, וואָס די ערד מיט די זיבן הימלען און אַלע פֿיר זײַטן פֿון דער וועלט, זענען פֿול מיט ג־טלעכקייט — הגם די ג־טלעכקייט אַליין איז העכער פֿון אַלע מענטשלעכע ווערטער און השׂגות. ווי דער גרויסער חסידישער צדיק, רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער, האָט געזונגען אין זײַן באַקאַנטן ניגון: "וווּ קען איך דיך יאָ געפֿינען, און וווּ קען איך דיך ניט געפֿונען?". ג־ט איז איבעראַל, אָבער מע קאָן ניט אָנטײַטלען מיטן פֿינגער אויף אַ קאָנקרעט אָרט, און זאָגן, אַז ער איז דווקא דאָרטן.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן פּסוק: "ראה, אָנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה" — "זעט, איך שטעל פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברכה און אַ קללה". אויב איר וועט זיך צוהערן צו דעם אייבערשטנס מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן, און אויב איר וועט זיך נישט צוהערן, און וועט גיין נאָך די פֿרעמדע געטער, וועלכע איר האָט נישט געקענט, וועט איר פֿאַרשאָלטן ווערן.

דער ערשטער פּסוק, וואָס הייבט זין אָן מיטן נאָמען פֿון דער סדרה, קלינגט ענלעך צו "שמע ישׂראל". אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָט דער אייבערשטער געהייסן: "הערט זיך אײַן, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז איך בין דער איינציקער ג־ט איבעראַל — אויפֿן הימל און אויף דער ערד, אויפֿן צפֿון און אויפֿן דרום". איצט זאָגט דער באַשעפֿער: "זעט, אַז איך בין איבעראַל — מײַן כּוח שטעקט סײַ אין די ברכות, סײַ אין די קללות".

אויב מע מאַכט צו די אויגן, און מע קאָנצענטרירט זיך ווי געהעריק אויף די ווערטער פֿון קריאת־שמע, איז טאַקע נישט שווער צו דערפֿילן, ווי ג־טלעכקייט איז פֿאַרשפּרייט אין אַלע זײַטן. די רביים פֿון חב״ד־חסידות האָבן באַטאָנט, אַז ווען אַ פּשוטער ייִד, אַפֿילו דער, וואָס איז נישט קיין מומחה אין טיפֿע מעדיטאַציעס, זאָגט קריאת־שמע אין דער פֿרי מיט מסירת־נפֿש, ברענגט עס אַ רוחניותדיקע השׂגה אויף אַ גאַנצן טאָג.

ס׳איז אָבער נישט תּמיד אַזוי גרינג צו זען מיט די אייגענע אויגן, אַז ג־ט איז בנימצא אין אַלע זײַטן פֿון דער וועלט. אַדרבה, מע זאָגט "שמע ישׂראל" דווקא מיט פֿאַרמאַכטע אויגן, כּדי דאָס אַרומיקע גראָבע גשמיות זאָל נישט שאַטן דער איידעלער כּוונה. אָבער די צרות און אומיושר אַרום אונדז ווערט אָפֿט אַ סיבה פֿון טענות קעגן דעם באַשעפֿער.

דער ספֿר "קו הישר" ברענגט אַן עצה, וואָס העלפֿט צו אַנטוויקלען ריינע מחשבֿות און יראת־שמים — צו לערנען די תּורה אין אַ צימער מיט גרויסע פֿענצטער, כּדי צו קענען זען דעם הימל. אַ צאָל חסידישע צדיקים פֿלעגן ספּעציעל זיצן אין דרויסן, קוקנדיק אויף די שטערן און דעם זון־פֿאַרגאַנג. אַ צאָל רביים פֿלעגן כּסדר דאַוונען אין אַ וואַלד אָדער אין אַ פֿעלד. אין די קבלה־ספֿרים שטייט, אַז די נבֿיאים פֿלעגן גיין צו די ימען און טײַכן, ווײַל דאָס וואַסער איז מסוגל פֿאַר גײַסטיקע השׂגות. רבי נחמן בראַצלעווער האָט געזאָגט, אַז די ביימער און גראָזן פֿאַרשטאַרקן די כּוונה בײַם דאַוונען.

מע זעט טאַקע, אַז דער חוש־הראיה, בפֿרט ווען מע קוקט אויף אַ פּרעכטיקער נאַטור־לאַנדשאַפֿט, קאָן העלפֿן צו דערפֿילן ג־טלעכקייט אַרום זיך און אין דער אייגענער נשמה. אָבער, אין דער הײַנטיקער פּרשה זאָגט די תּורה אָן צו זען דעם אייבערשטן נישט בלויז אין די "ברכות", נאָר אויך אין די קללות. אין פֿאַרגלײַך מיט די רחבֿותן און פּראַכטן פֿון דער וועלט, וואָס זענען מסוגל צו ברענגען דעם מענטש נעענטער צו רוחניות, ווערן די צרות און שלעכטס אָפֿט אַ סיבה פֿון טענות און ספֿקות.

די חז״ל זאָגן, אַז אין דער וועלט באַקומט מען ווייניק שׂכר פֿאַר די מיצוות. אין עולם־הזה קאָן אַ שלעכטער מענטש מאַכן אַ גוט לעבן דווקא צוליב דעם אומיושר, וואָס ער טוט די אַנדערע מענטשן, און די ערלעכע מענטשן לײַדן צומאָל, נישט פֿאַר אונדז געדאַכט, פֿון כּלערליי צרות. מע קאָן פֿאַרשטיין און אָננעמען, אַז אויף יענער וועלט וועט מען באַקומען דעם עיקר־שׂכר. די תּורה הייסט עס, אָבער, צו דערזען ווי אַזוי מען קען עס מקיים זײַן?

די תּורה זאָגט, אַז אַ מענטש האָט דעם פֿרײַען ווילן. אין יעדן מאָמענט קאָן ער אויסקלײַבן זײַן אייגענעם וועג. "זעט, איך שטעל פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברכה און אַ קללה". פֿון דעם פֿאַקט גופֿא, וואָס געוויסע מענטשן פֿאַרשפּרייטן די קללה אין דער וועלט, ברעכנדיק אַלע אָנגענומענע מאָראַלישע נאָרמען, זעט מען, אַז אַ מענטש קאָן אויך אויסקלײַבן אַ "ברכה" — גובֿר צו זײַן די סטאַנדאַרטן פֿון דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט, און צו דערגרייכן אַ העכערע, מער אידעאַליסטישע מדרגה — אַפֿילו אויב די גאַנצע וועלט וועט אים אויסלאַכן. מע קאָן דערזען גאַנץ קלאָר, אַז אונדזער כּוח פֿונעם פֿרײַען ווילן, אונדזער אומאָפּהענגיקייט, איז אַ גרויסע מתּנה פֿון הימל, אויב מע באַנוצט זיך מיט איר לשם־שמים, שטרעבנדיק צו ווערן אַ בעסערער מענטש און צו שאַפֿן אַ בעסערע וועלט.