‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

...צוזאַמען מיט נאָך אַן אָפֿיציר, אויך אַ לייטענאַנט, האָבן מיר בײַנאַכט בשלום דורכגעפּויזנט אונטער שטעכלדראָט און זיך דערקליבן צו עפּעס אַ נידעריקן מויער. פּלוצעם איז מײַן שותּף אין דער אויסשפּיר-אָפּעראַציע אויפֿגעשטאַנען, האָט אַ פֿאָכע געטאָן מיט די הענט און איז אַוועק אין דער ריכטונג, וווּ עס האָט זיך פֿאַרגראָבן דער שׂונא. איך האָב באַשלאָסן, אַז מע דאַרף זיך וואָס גיכער אָפּטראָגן. בין איך אַוועק צוריק, צו אונדזערע. קום איך און זע, אַז מײַן שותּף איז שוין דאָרטן און ווײַזט אויף מיר, אַז איך בין, הייסט עס, דער פֿאַררעטער. איך באַווײַז ניט זיך אַרומצוקוקן, ווי מע נעמט שוין פֿון מיר אַראָפּ דעם רימען, צוזאַמען מיטן רעוואָלווער-שיידל. און מע פֿירט מיך אין טריבונאַל...

דאָ האָב איך זיך, גאָט צו דאַנקען, אויפֿגעכאַפּט. אין אַ רגע אַרום האָב איך שוין זיך דערמאָנט, אַז די נאַכט בין איך געשלאָפֿן ניט בײַ זיך אין דער היים, אין אָקספֿאָרד, נאָר אין אַ האָטעל, וווּהין מיר זײַנען געפֿאָרן אַ שעה דרײַ. די טעמפּעראַטור, וואָס איז אין אָקספֿאָרד אויך געווען ניט פֿון די סאַמע זומערדיקע, איז פֿאַר אָט דער קורצער צײַט געפֿאַלן ביז אַ גאָר האַרבסטיקן ניוואָ. דעם האָטעל האָבן מיר געפֿונען אין אַן אָרט, וואָס די ענגליש-רעדנדיקע באַשרײַבן ווי "אין דער מיט פֿון גאָרנישט". דער פֿענצטער פֿון אונדזער צימער האָט געקוקט אויף אַ פֿעלד, אָפּגעגרענעצט פֿונעם האָטעל מיט שטעכלדראָט — ניט צו פֿאַרטיידיקן דעם האָטעל פֿון גזלנים, נאָר אַרומצוגרענעצן דעם שטח, וווּ עס האָבן זיך געפּאַשעט צענדליקער שאָף.

די גאַנצע נאַכט האָט זיך געטאָן חושך — אַ משוגענער ווינט מיט אַ שטאַרקן רעגן, און די שאָף פֿלעגן פֿון צײַט צו צײַט מאַכן קלאָר זייער באַציִונג צו אַזאַ וועטער. האָט זיך עס אַלץ בײַ מיר איבערגעמישט אין דעם חלום מיט די פֿילמען, וועלכע איך האָב זיך אָנגעקוקט אין מײַן לעבן, און מיט מײַן לייטענאַנטישקייט, צו וועלכער מע האָט מיך אַ מאָל, אין מײַנע סטודענטישע יאָרן, געגרייט. צוריק גערעדט, דער ענגלישער זומערדיקער, מישטיינס געזאָגט, וועטער קען אַרויסרופֿן נאָך ערגערע קאָשמאַרן.

דעם האָטעל האָבן מיר אויף צוויי סוף-וואָכיקע טעג באַשטעלט נאָך אין יוני, ווען דער זומער האָט זיך געשניטן צו זײַן אויסערגעוויינטלעך וואַרעם. דעמאָלט איז אין משך פֿון אַ פּאָר וואָכן געווען אַזוי הייס, אַז אייניקע לײַט האָבן ניט אויסגעהאַלטן און אַרײַנגעשפּרונגען אין דער טעמזע. דאָ מיינט עס אַ סך, מחמת אַ דורכשניטלעכער ענגלענדער האַלט זיך וואָס ווײַטער פֿון ימען און טײַכן. ניין, אַז זיי האָבן דווקא ליב צו זיצן בײַם וואַסער, אָבער שווימען אין אַ נאַטירלעכן וואַסער-רעזערוווּאַר — דאָס האָבן זיי, בדרך-כּלל, פֿײַנט. ענגלאַנד איז אַ לאַנד, באַפֿעלקערט דורך ליבהאָבער פֿון באַסיינען. מע ווייסט עס אויך אין אויסלאַנד — אַז אַן ענגלישער טוריסט קומט צום ים (ערגעץ אין שפּאַניע צי פֿראַנקרײַך, אַ שטייגער), אָבער שווימען שווימט ער אין אַ באַסיין.

האָבן מיר אויפֿגענומען פֿאַר ריין געלט דעם דאָזיקן סימן. איין קלייניקייט! די ענגלענדער שווימען אין דער טעמזע! אמת, די צײַטונגען האָבן געשריבן, אַז מע דאַרף זיך צוקוקן צו עפּעס אַ טאָג, וואָס איז געווידמעט אַ קריסטלעכן הייליקן, פֿאַרשטייט זיך. די ענגלענדער גלייבן, אַז דער דאָזיקער טאָג ווײַזט, וואָס פֿאַר אַ פּנים וועט האָבן דער גאַנצער זומער. טאָמער עס רעגנט אין דעם טאָג, איז פֿאַרפֿאַלן — אַזוי וועט שוין זײַן ביזן אָסיען. האָט עס טאַקע גערעגנט פֿון אין דער פֿרי ביז אין דער נאַכט אַרײַן. אָבער איך האָב זיך ניט איבערגענומען. ערשטנס, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָב איך צו קריסטלעכע זאַבאָבאָנעס? צווייטנס, האָבן אַלע צײַטונגען געשריִען, אַז די מעשׂה איז שוין אין גאַנצן פֿאַרעלטערט געוואָרן. דאָס איז געווען, אפֿשר, מער אָדער ווייניקער ריכטיק אין די אַמאָליקע צײַטן, נאָך איידער אַל גאָר האָט באַקומען זײַן נאָבל-פּרעמיע פֿאַר עפֿענען אַלעמען די אויגן, אַז עס ווערט וואַרעם אויף דער ערד.

הקיצור, האָבן מיר באַשלאָסן זיך אַרײַנצוכאַפּן אין דער "שפּיץ-געגנט", Peak District, ניט ווײַט פֿון מאַנטשעסטער, וווּ מיר זײַנען נאָך קיין מאָל ניט געווען. און מע דאַרף זאָגן, אַז מיר האָבן נאָך ניט שלעכט אָפּגעשניטן. עס האָט גערעגנט, אָבער זייער לײַטיש — ווען מיר האָבן געהאַט אַ דאַך איבערן קאָפּ, בפֿרט אין דעם ריזיקן און באמת פּרעכטיקן פּאַלאַץ פֿונעם הערצאָג פֿון דערבישיר (די וואָס האָבן געזען דעם פֿילם "די הערצאָגין", The Duchess, ווייסן, וואָס איך מיין). עס האָט גערעגט צו מאָל אויך, ווען מיר זײַנען געווען אין דרויסן, אָבער אויך גאַנץ איידל, עס האָט שוין מער ניט געשטורעמט ווי בײַנאַכט, ווען מע האָט מיך, מיט נאָך אַ לייטענאַנט, געשיקט אין דעם געפֿערלעכן שליחות.

אַ באַזונדערע דערפֿאַרונג פֿון אָט דער נסיעה איז געווען פֿאַרבונדן מיט נוצן "דזשי-פּי-עס", גלאָבאַלע פּאָזיציאָנירונג-סיסטעם. נאָענט צו דעם אָרט, וואָס איז "אין דער מיט פֿון גאָרנישט", האָט עס אונדז געשיקט אויף אַזעלכע וועגן, וועלכע זײַנען, אפֿשר, געווען גוט פֿאַר ציגן צי שאָף, אָבער זיכער ניט פֿאַר קיין אויטאָס. ס׳איז דאָך אַ לאַנד, וווּ די וועגן האָט מען דורכגעלייגט אָפֿט מאָל נאָך אין מלך סאָביעצקיס צײַטן, ווען די לאָקאָמאָציעס האָבן אויסגעזען גאָר אַנדערש. איך שרײַב עס ווי אַן עצה פֿאַר די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס": טאָמער פֿאָרט איר אין אַזעלכע אויסרײַסענישן (אַן ענלעכע דערפֿאַרונג האָב איך הײַיאָר געהאַט אין פּראָוואַנס, פֿראַנקרײַך), פֿאַרלאָזט זיך ניט אין גאַנצן אויף דער עלעקטראָניק. אַ ביסל שׂכל דאַרף מען סײַ־ווי צולייגן. ווי אין אַלע זאַכן.