אַנאָנסן

מאָנטיק, דעם 10טן אויגוסט, איז אין טשערנאָוויץ, אוקראַיִנע, געשטאָרבן דער ייִדישער שרײַבער יוסף בורג. ער איז אַלט געווען 97 יאָר. יוסף בורג איז געבוירן געוואָרן אין וויזשניץ (דעמאָלט אַ טייל פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע) און לאַנגע יאָרן געלעבט אין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון דער בוקעווינע.

ער האָט זיך געלערנט אין אַ פֿאָלקשול און שפּעטער שטודירט גערמאַניסטיק אינעם ווינער אוניווערסיטעט. פֿון 1941 ביז 1958 האָט ער געלעבט אין אוראַל. ער איז צוריקגעקומען קיין טשערנאָוויץ און געווען אַ לערער.