- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ יאָר צוריק, אין דער זעלבער צײַט, איז אויסגעבראָכן דער בליץ־קריג צווישן רוסלאַנד און גרוזיע. הונדערטער מענטשן פֿון ביידע צדדים זײַנען דערהרגעט געוואָרן, טויזנטער זײַנען געבליבן אָן אַ דאַך און אָן אַן אָרט צום וווינען. מאָסקווע, ווען ס׳האָבן נאָך גערויכערט די רויִנירטע בנינים, האָט שוין אָנערקענט די צוויי סעפּאַראַטיסטישע ראַיאָנען — דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, וואָס זײַנען אַדמיניסטראַטיוו געווען טיילן פֿון גרוזיע — ווי אומאָפּהענגיקע מלוכות. ס׳איז אַוועק אַ יאָר זינט יענע בלוטיקע געשעענישן. צי האָבן די צדדים געמאַכט געהעריקע אויספֿירן? וואָס איז די רעאַקציע פֿון מערבֿ אויף דעם, וואָס עס קומט איצט פֿאָר אין קאַווקאַז? צי איז מעגלעך דאָרט אַ נײַער מיליטערישער אויסבראָך, און צי איז גרוזיע פֿעיִק אומצוקערן פֿאַר זיך די פֿאַרלוירענע שטחים? קודם־כּל, זײַנען אין ביידע לענדער ממשיך זייער רעגירן די זעלבע פֿירער — דער פּרעזידענט מעדוועדיעוו אין רוסלאַנד און דער פּרעזידענט פֿון גרוזיע מיכאַיִל סאַאַקאַשווילי, אויסגעוויילט שוין אויפֿן צווייטן טערמין. און אויב אין רוסלאַנד, ווי עס פֿירט זיך, איז דער נצחון איבער דער קליינער גרוזיע דערהויבן געוואָרן ביז די שפּיצן פֿון מאָסקווער קרעמל און אויסגענוצט געוואָרן צו פֿאַראייניקן דאָס פֿאָלק אַרום דער רעגירנדיקער פֿירערשאַפֿט, האָט די אָפּאָזיציע אין גרוזיע זיך געשטעלט קעגן דעם פּרעזידענט און אַרײַנגעבראַכט דאָס לאַנד אין אַ פּאָליטישן קריזיס. ווי אַזוי האָט זיך אויפֿגעפֿירט דער מערבֿ במשך פֿון דעם יעריקן פּעריאָד? ס’איז נישט קיין סוד, אַז קאַווקאַז איז היסטאָריש, פֿון תּמיד אָן, געווען אַ געאָפּאָליטישער קנופּ, וואָס האָט צוגעצויגן פֿאַרשיידענע לענדער און רעגירער, פֿון די רוימער, אַראַבער, טערקן, פּערסן ביז דער רוסישער אימפּעריע און דער אימפּעריע פֿון באָלשעוויקן. אינטערעסירט האָט זיי, קודם־כּל, די סטראַטעגישע טעריטאָריע, נישט די קאַווקאַזישע פֿעלקער. הײַנט, זיך צו פֿאַרפֿעסטיקן אין קאַווקאַז איז אַוודאי פֿאַראינטערעסירט דער מערבֿ, פּונקט ווי רוסלאַנד איז פֿאַראינטערעסירט נישט צו פֿאַרלירן קאַווקאַז. די הײַנטיקע גרוזיע איז מער גענייגט זיך צו דערנענטערן צום מערבֿ נישט בלויז, ווײַל זי האָט זיך אָנגעגעסן פֿון דעם סאָוועטישן יאָך; דער מערבֿ איז איר נאָענט צוליב איר איצטיקן פּאָליטישן וועג, וועלכן דאָס פֿאָלק אַליין האָט אויסגעקליבן נאָך דער אַזוי גערופֿענער "רויזן־רעוואָלוציע". דער איצטיקער רעזשים אין רוסלאַנד, וואָס דערמאָנט אין תּוך דעם אימפּעריאַליסטישן גײַסט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, שרעקט פֿון זיך אָפּ די איצטיקע רעגירונג פֿון גרוזיע. גרוזיע זוכט אַן עקאָנאָמישן אָנשפּאַר אין מערבֿ און אַ מיליטערישע שוץ פֿון "נאַטאָ". אָבער ווי יעדע קליינע מדינה, קאָן זי נאָר וועלן; די באַשלוסן נעמען אָן די גרויסע און שטאַרקע מלוכות. די גרוזינער, אַ שטאָלץ באַרג־פֿאָלק, פֿילט זיך איצט נאָך דעם קאָנפֿליקט מיט רוסלאַנד דערנידעריקט און אָפּגעשטויסן. דעריבער זוכט מען אַ שולדיקן אינעם לאַנד, אויסצולאָזן אויף אים דעם צאָרן, און אַ פֿרײַנד אויסער דעם לאַנד, זיך אָנצוכאַפּן אין דעם רעטונגס־שטרויעלע. יעדער אַזאַ פֿרײַנדלעכער זשעסט פֿון דרויסן ווערט דאָרט אויפֿגענומען און אָפּגעשאַצט ברייטהאַרציק. דאָס אָנערקענען די טעריטאָריעלע גאַנצקייט פֿון גרוזיע, אַרויסגעזאָגט פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, לעצטנס, בעת זײַן באַזוך אין מאָסקווע, האָט געוויס צוגעגעבן גרוזיע מוט. ס’האָט אָבער גאָרנישט ניט געביטן אין דער אויפֿפֿירונג פֿון רוסלאַנד. נאָך מער: אין משך פֿון דעם יאָר איז נאָך געשטיגן די צאָל פֿונעם רוסישן מיליטער אין אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע. צי איז מעגלעך דאָרט אַ נײַער מיליטערישער קאָנפֿליקט, און צי איז גרוזיע פֿעיִק אומצוקערן צו זיך די פֿאַרלוירענע שטחים? די פּאָליטישע אַנאַליטיקער האַלטן, אַז צו שטאַרקע כּוחות שטייען פֿון ביידע זײַטן פֿון די קאַווקאַזער אינטערעסן. דעריבער וועט רוסלאַנד נישט אָפּגעבן דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, און דער מערבֿ, וועט נישט דערלאָזן, אַז גרוזיע זאָל ווידער אַרײַנגעשלעפּט ווערן אין אַן אומזיניקן קאָנפֿליקט מיט רוסלאַנד. קיין קלאָרע גרענעצן צווישן גרוזיע און די צוויי אָפּגעריסענע שטחים איז נישטאָ, און דער אייראָפּעיִשער קאָנטראָל, וואָס ווערט דאָרט דורכגעפֿירט, איז נישט מסוגל צו האַלטן אַן אויג אויף אַלע פּראָבלעמען; צו קליין איז דער קאָנטינגענט. וועלן אָנגיין ווײַטער לאָקאַלע און קורצע צונויפֿשטויסן, וואָס אין תּוך גערעדט, לוינט עס אַלע צדדים. פֿאַרוואָס? ס׳איז תּמיד דאָ אַ טעמע צו פֿאַרהאַנדלען, מאַניפּולירן און ספּעקולירן וועגן איר. Sandler, oif velcher shprach shraibst du?Submitted by Srulik on Mon, 2009-08-17 20:07.
Ich denk du shraibst nisht oif idish zondern oif "hibrish" vail du banutst a sach hebreishe verter vos zainen nisht anthalten in dem Harkavi's verterbuch vos iz dos echte verterbuch fun idish, nisht Weinreich's. Tzvei kleine baishpile: die gantze tzait du gebroichst di verter "tzdadim" un "shtachim". Ich hob aingegukt in dem Harkavi's verterbuch un es zainen faran nisht kein aza verter, nor "zait"(tzad) un "gegend"(shetach). Un men muz kenen hebreish damit tzu farhsteen az "tzdadim" un "shtachim" iz di plural fun dize hebreishe verter. Dos iz di urzach far vus keiner vilt nisht dain tzaitung leienen - tzu fil hebreishe verter vos keiner ken zei nisht farshteen, nisht gekukt vifil mol ir velt shiken blitzposten tzu farshraibn tzu "Forverts". |