אַפֿיש פֿונעם וועלט־קאָנגרעס |
פֿון דעם 2טן ביזן 6טן אויגוסט איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אויף דעם קאַמפּוס פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, דער 15טער וועלט־קאָנגרעס פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן.
דער ערשטער איז פֿאָרגעקומען חנוכּה 1924, און זינט דאַן, מיט געוויסע איבעררײַסן, קומען זיך צונויף אין ירושלים יעדע פֿיר יאָר, אַקאַדעמיקער, פֿאָרשער און געלערנטע אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט, אָפּצוגעבן באַריכטן און דיסקוטירן די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און רעזולטאַטן פֿון זייערע פֿאָרש־אַרבעטן. די צענטראַלע פֿון דעם קאָנגרעס געפֿינט זיך אין דעם אוניווערסיטעט אויפֿן הר־הצופֿים אין ירושלים א״נ פֿון יצחק ראַבין ז״ל.
דער הײַיאָריקער קאָנגרעס האָט צוגעצויגן איבער 3,000 אָנטייל נעמער פֿון אַלע פֿיר עקן פֿון דער וועלט, צווישן זיי, אַ צאָל ניט־ייִדן, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט פֿאָרשן פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט, ווי: געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק, תּלמוד, ייִדישע מיטל־עלטערלעכע און מאָדערנע ליטעראַטור, העברעיִשע ליטעראַטור; די ייִדישע לשונות — העברעיִש, ייִדיש, דזשודעזמאָ־אַראַביש, לאַדינאָ; ייִדישע מוזיק, טעאַטער, קינאָ, הײַנטצײַטיקע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען, חורבן־ליטעראַטור, ייִדישע דערציִונג אד״גל.
איז טאַקע ניט קיין וווּנדער, וואָס דער דאָזיקער, אויסנעמלעכער און וויכטיקער קאָנגרעס נעמט אַרײַן אין זײַן פֿאַרנעם דעם גאַנצן מהות און גײַסט פֿון ייִדישן פֿאָלק פֿון אַלע צײַטן פֿון זײַן לאַנגער געשיכטע, און קאָנצענטרירט אין זײַנע טעטיקייטן פֿאָרשער און אַקאַדעמיקער פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער, קאַליבער, כאַראַקטער און נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם.
די 1,400 לעקציעס און באַריכטן זענען געגעבן געוואָרן אין לויף פֿון די הייסע אויגוסט־טעג פֿון קאָנגרעס אין ירושלים אין 8 שפּראַכן: ענגליש, דײַטש, העברעיִש, לאַדינאָ, פּאָרטוגעזיש, רוסיש, שפּאַניש און, פֿאַרשטייט זיך, אין אונדזער מאַמע־לשון, ייִדיש. מען האָט זיי געקענט הערן אין די קלאַס־צימערן און קאָרידאָרן, אין די הפֿסקות צווישן די סעסיעס און בעת די מאָלצײַטן, אויף די פֿאָרמעלע פּראָגראַמען און קאָנצערטן אין לויף פֿון דעם קאָנגרעס.
האָט טאַקע שמעון פּערעס, דער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, ריכטיק אָפּגעשאַצט, אין זײַן צוגעשיקטער באַגריסונג, די ראָלע און די וויכטיקייט פֿון דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישע וויסנשאַפֿטן מיט די פֿאָלגנדיקע ווערטער:
... "אונדזער מדינה איז נאָך יונג, אָבער אונדזער פֿאָלק איז איינס פֿון די עלטסטע פֿעלקער אין דער וועלט. זײַן געשיכטע איז 3,000 יאָר אַלט. דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט דורכגעמאַכט אומגעהײַערע אומוואַנדלונגען און איבערקערענישן. דאָך האָט עס אין לויף פֿון זײַן עקזיסטענץ געשאַפֿן אַ גײַסטרײַכע, שעפֿערישע און פֿאַרנעמיקע קולטור, וואָס איז געווען איינע פֿון די יסודות פֿון דער מענטשלעכער אַנטוויקלונג, אַ לעבנסוועג און אַ וועלט־באַנעם פֿאַר אַלעמען".
דער דאָזיקער קאָנגרעס ווערט געשטיצט דורך אַלע אוניווערסיטעטן אין לאַנד: העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, די אוניווערסיטעטן אין חיפֿה און תּל־אָבֿיבֿ, "בן־גוריון"־אוניווערסיטעט אין באר־שבֿע, האוניבֿרסיטה הפּתוחה — דער אָפֿענער אוניווערסיטעט אין תּל־אָבֿיבֿ, ווי אויך פֿון דעם בילדונגס־מיניסטעריום און פֿון אַ צאָל פֿונדאַציעס אין לאַנד און אין אויסלאַנד.
די דערעפֿענונגס־צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אין דעם גרויסן זאַל פֿון אוניווערסיטעט פֿאַר אַ פֿול־געפּאַקטן עולם. דער פֿאָרזיצער פֿון דעם אָוונט איז געווען פּראָפֿ׳ ישׂראל לעווין פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, מיטגליד פֿון דעם קאָמיטעט פֿון דער וועלט־קאָנפֿעדעראַציע פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן.
מיט גרויס וואַרעמקייט האָט דער גאַנצער פֿאַרזאַמלטער עולם אויפֿגענומען דעם פּראָפֿ׳ מנחם בן־שׂשׂון. ער האָט ניט לאַנג צוריק אויפֿגעגעבן זײַן פּאָסטן ווי כּנסת־דעפּוטאַט, כּדי זיך צוריקצוקערן צו זײַן היימישער אַקאַדעמישער וועלט און איבערנעמען די פּאָזיציע פֿון פּרעזידענט פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. אין זײַן קורצער באַגריסונג האָט ער דערקלערט, אַז פֿאָרשונג און דאָס שאַפֿן און פֿאַרברייטערן דעם וויסן, איז דער זין פֿון אונדזער לעבן...
צווישן די באַגריסער זײַנען געווען: שׂרה הורוויץ פֿון יאָרק־אוניווערסיטעט אין קאַנאַדע, פֿאָרזיצערין פֿון דעם פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע וויסנשאַפֿטן אין צפֿון־אַמעריקע, און פּראָפֿ׳ מאַורי פּיראַני פֿון אוניווערסיטעט אין רעוואַנאַ, איטאַליע, פֿאָרזיצער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן.
פּראָפֿ׳ שׂרה יפֿת פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, וועלכע האָט פֿאַר די לעצטע פֿיר יאָר אַמטירט ווי די פּרעזידענטין פֿון דעם וועלט־פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן, האָט געגעבן אַ העכסט־אינטערעסאַנטן און באַלערנדיקן פֿאָרטראָג אויף דער טעמע: "דער געראַנגל פֿאַר אידענטיטעט אין דער תּקופֿה פֿון שיבֿת־ציון, זײַנע רעזולטאַטן און קאָנסעקווענצן".
צום סוף, איז אויפֿגעטראָטן אין אַ מוזיקאַלישער פּראָגראַם די באַקאַנטע ישׂראל־זינגערין מיטאַל טראַבעלסי, וועלכע האָט שטאַרק גערירט דעם עולם מיט אירע האַרציקע, סענטימענטאַלע לידער פֿון נעמי שמר, פֿון דעם בראַצלאַווער רבין, און אַנדערע.
דאָנערשטיק, דעם 6סטן אויגוסט, האָט זיך דער קאָנגרעס געשלאָסן מיט אַ פֿײַערלעכן קאָנצערט, געווידמעט דעם קאָמפּאָזיטאָר ערנסט בלאָך, צו זײַן 50טער יאָרצײַט.
אין לויף פֿון די 5 טעג זענען פֿאָרגעקומען אויספֿלוגן מיט די אָנטייל־נעמער פֿונעם קאָנגרעס אין באָטאַנישן גאָרטן בײַם אוניווערסיטעט און אין אַלט־ירושלים.
און וואָס שייך ייִדיש־לשון, ליטעראַטור און קולטור...
ווי אין די פֿריִערדיקע קאָנגרעסן, איז דער אָנטייל פֿון ייִדישן סעקטאָר אין דעם הײַיאָריקן וועלט־קאָנגרעס געווען אַ גאָר באַטײַטיקער, סײַ אין איכות און סײַ אין כּמות. אין די זיבן באַזונדערע סעקציעס וועגן "ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור" זענען געגעבן געוואָרן 24 באַריכטן פֿון פֿאַרשיידענע פֿאָרש־אַרבעטן.
די מערסטע פֿון די אַקאַדעמיקער און פֿאָרשער פֿון אויסלאַנד זענען געווען פֿון יונגן עלטער, עטלעכע פֿון זיי ניט־ייִדן, וועלכע האָבן געפֿונען אַן אינטערעס אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור און באַשלאָסן צו ווידמען זייערע וויסנשאַפֿטלעכע קאַריערעס די דאָזיקע געביטן. ביז איצט האָבן זיי דערגרייכט וועזנטלעכע רעזולטאַטן אין זייערע פֿאָרש־אַרבעטן און ווי פּעדאַגאָגן פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין זייערע לענדער.
די טעמאַטיק פֿון די זיבן ייִדיש־סעקציעס איז געווען פֿאַרשיידנאַרטיק און פֿאַרשיידן־מיניק: ייִדישע פֿילאָלאָגיע, אַלטע און נײַע ייִדישע ליטעראַטור, מוסר־ און הדרכה־ליטעראַטור אין ייִדיש, צווישן עבֿרית און ייִדיש, פֿרויען און קינדער אין דער ייִדישער ליטעראַטור, לייענער און שעפֿער אין דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור.
די לעקטאָרן אין די דאָזיקע זיבן סעקציעס זענען געווען:
אַלט־ייִדישע ליטעראַטור — פֿאָרזיצער שלמה בערגער, האָלאַנד; לעקטאָרן: אַריקאַ טים פֿון האָלאַנד — אין דײַטש; אַיה אַלידע פֿון ישׂראל — אין ענגליש; מאַריאָן עפֿטראָט פֿון דײַטשלאַנד — אין ענגליש; חוה טורניאַנסקי, ישׂראל — אין ייִדיש.
מוסר־ און הדרכה־ליטעראַטור אין ייִדיש — פֿאָרזיצער: יעקבֿ עלבוים, ישׂראל; לעקטאָרן: נגה רובין, ישׂראל — אין עבֿרית; שלהבֿת דותן־אופֿר, ישׂראל — אין עבֿרית; נתניאל רימער, ישׂראל — אין עבֿרית; שלמה בערגער, האָלאַנד — אין ענגליש.
און צום סוף: איך בין געווען צופֿרידן צו זען, אַז די קלאַס־צימערן, וווּ די טעמאַטיק איז געווען אין ייִדיש און וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל, זענען שטענדיק געווען פֿול מיט צוהערער. חוץ די אָפֿיציעלע אָנטייל נעמער, זענען דאָרטן אויך געווען אַ סך פֿאַראינטערעסירטע געסט פֿון ירושלים גופֿא און פֿון אַלע טיילן פֿון לאַנד.
די פֿראַגעס און די דיסקוסיעס נאָך די באַריכטן זענען געווען לעבהאַפֿטיק, אינטערעסאַנט און באַלערנדיק.