טײַערע חזנטע,
אַ חבֿרטע מײַנע פֿון אוניווערסיטעט, וועלכע איך האָב שוין דרײַ יאָר נישט געזען, איז געקומען צו גאַסט דעם סוף־וואָך. איך בין געווען צופֿרידן זי צו זען און צו פֿאַרברענגען מיט איר. מיר פֿלעגן זײַן נאָענטע פֿרײַנד און במשך פֿון די יאָרן געבליבן אין קאָנטאַקט דורכן טעלעפֿאָן און בליצבריוו. כאָטש מיר האָבן גוט פֿאַרבראַכט, האָב איך געוואָלט זײַן אַליין נאָך דעם ווי איך האָב מיט איר פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה יעדן טאָג. קיין נײַע טעמעס אַרומצורעדן האָבן מיר נישט געהאַט, און איך האָב פּשוט געוואָלט בלײַבן אַליין. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב זיך נישט אויפֿגעפֿירט אַזוי, אָבער איך האָב זיך געפֿילט שולדיק, וואָס איך האָב אַזוינע אַנטי־סאָציאַלע געפֿילן. וואָס איז דער מער מיט מיר?
אַן אַליין־גייער
טײַערער אַליין־גייער,
ס‘זענען דאָ מענטשן, וואָס דאַרפֿן נאָר אַ ביסל "פּערזענלעכע צײַט" און "פּערזענלעך אָרט", און די אַנדערע — וואָס דאַרפֿן מער. פֿאַראַן מענטשן, וואָס דרינגען אַרײַן אין אַ פֿרעמדער "זאָנע פֿון באַקוועמלעכקייט". זיי שטייען נאָענט צו אײַך, לענען זיך אָן אויף אײַך, רירן אָן אַ האַנט אָדער אַקסל, ווען זיי רעדן צו אײַך. די אַנדערע רוקן זיך אַוועק, און מײַדן אויס אַלע פֿיזישע קאָנטאַקטן. דאָס זעלבע איז אמת לגבי צײַט. ס‘זענען פֿאַראַן מענטשן, וואָס ווילן פֿאַרברענגען דעם סוף־וואָך מיט אַ פֿרײַנד און אויסניצן יעדע מינוט. די אַנדערע ווילן פֿאַרברענגען דעם זעלבן סוף־וואָך, אָבער לאָזן אײַך אויף אַ צײַט אַליין. אפֿשר זענט איר צוויי היפּוכדיקע מענטשן אין דעם פּרט. עס איז נישט קיין פּראָבלעם; עס איז אַן ענין פֿון באַקענען זיך בעסער מיט זיך אַליין.
טײַערע חזנטע,
מײַן ייִנגל זאָגט מיר, ער האָט מיך ליב און וויל מיט מיר חתונה האָבן. ער שווערט, אַז איך בין זײַן באַשערטע. ער איז זייער גוט צו מיר און טוט אַלץ פֿאַר מיר. איך, אָבער, קען אָפֿט זײַן בייז אויף אים. איך שרײַ אויף אים און מאַך חוזק פֿון אים און זאָג אים קיין מאָל נישט, אַז איך האָב אים ליב. און דאָך, זאָגט ער, אַז ער האָט מיך ליב! איך וויל זיך צעגיין מיט אים, אָבער איך טראַכט — וועל איך אַמאָל געפֿינען אַ מאַן וואָס האָט מיך אַזוי ליב? איך פֿאַרשטיי נישט פֿאַר וואָס ער האָט מיך אַזוי ליב? איך אַליין האָב זיך אַפֿילו נישט ליב! אפֿשר זאָל איך פּשוט בלײַבן מיט אים צוזאַמען, ווײַל איך גלייב נישט, אַז כ׳וועל געפֿינען נאָך איינעם וואָס וועט מיך אַזוי ליב האָבן.
אַ נישט־ווערטיקע
טײַערע נישט־ווערטיקע,
איר האָט אָפּגעמאָלן אַ בילד פֿון אַ נישט־געזונטער באַציִונג. אײַער עלטער האָט איר נישט דערמאָנט, אָבער איך קען טרעפֿן, אַז איר זענט גאַנץ יונג. אויב נישט, פֿאַרשטייט איר מענטשלעכע באַציִונגען אַזוי ווי אַ צענערלינג.
איר דאַרפֿט זײַן צוזאַמען מיט אַ מאַן, וואָס מאַכט אײַך פֿאַר אַ בעסערן מענטש; אַ מאַן, וואָס איר ווילט זײַן איידל מיט אים, וואָס איר ווילט אים זאָגן אַ גוט וואָרט, און אים זאָגן, אַז איר האָט אים ליב. מיט אַזאַ מאַן דאַרף מען בלײַבן! דער איצטיקער מאַן, אָדער ייִנגל, ברענגט אַרויס דאָס ערגסטע אין אײַך.
מאַכט אַ פּרוּוו צו ווערן אַ מענטש, וועלכן איר האָט ליב און מיט וועמען איר זענט שטאָלץ. נאָר דעמאָלט וועט איר קענען געפֿינען אײַער באַשעֿרטן.
טײַערע חזנטע,
איך וויל בעטן מײַן חבֿרטע, זי זאָל חתונה האָבן מיט מיר און איך וויל, עס זאָל זײַן אַ סורפּריז. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט דרײַ ברירות דורכצופֿירן אַזאַ סורפּריז, און איך ווייס נישט אויף וועלכער זיך אָפּצושטעלן.
די ערשטע ברירה — מיר פֿאַרברענגען אויף אַ בייסבאָל־שפּיל און מע שרײַבט אויפֿן ריזיקן עקראַן אינעם סטאַדיאָן פֿון לאָס־אַנדזשעלעס: "לאָראַ האָב חתונה מיט מיר!" זי האָט ליב די מאַנשאַפֿט. די צווייטע ברירה — מיר עסן וועטשערע אין אַ רעסטאָראַן און לאָראַ באַשטעלט אַ קעז־טאָרט און אַ רינגל איז אַרײַנגעשטעקט אין מיטן טאָרט! די דריטע ברירה — איך זאָג איר, אַז איך פֿיל זיך קראַנק און איך בעט זי אָפּצונעמען עפּעס פֿון אַפּטייק. מײַן חבֿר, דער אַפּטייקער, וועט צוגרייטן אַ פּושקע פֿון "מעדיקאַמענטן", אָבער ווען מע עפֿנט דאָס אין דער היים געפֿינט מען דאָס רינגל! וואָס טראַכט איר? פֿול מיט געדאַנקען
טײַערער "פֿול מיט געדאַנקען",
אַזאַ וווילער זענט איר! איך בין צופֿרידן, וואָס איר האָט אַזוי פֿיל אידעען, ווײַל איך וואָלט אײַך געעצהט ווײַטער צו טראַכטן פֿון אַנדערע. די ערשטע ברירה איז די בעסטע, אָבער שוין "אויסגעשפּילט". די צווייטע ברירה איז נישט שלעכט, אָבער לאָראָ קען זיך, חלילה, וואַרגן מיטן רינגל. די דריטע ברירה איז אַפֿילו נישט כּדאַי צו באַטראַכטן. שרײַבט נאָך אַ מאָל און לאָזט הערן פֿון אײַערע אַנדערע געדאַנקען.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024