אַנאָנסן

דער "פֿאָרווערטס", איינע פֿון די באַליבטסטע און חשובֿסטע אינסטיטוציעס אין דער וועלט פֿון אַמעריקאַנער זשורנאַליזם, האָט שוין אָנגעהויבן ברעכן אירע ביז־איצטיקע גרענעצן פֿון טינט און פּאַפּיר, און געוואָרן אַ געהעריקער בירגער פֿון דער נײַער דיגיטאַלישער וועלט.

צי איר און אײַער משפּחה לייענט און האָט הנאה פֿונעם "פֿאָרווערטס" שוין דורות לאַנג, צי איר האָט אונדז אַנטדעקט, נאָך דעם ווי אַ "פֿייסבוק"־פֿרײַנד האָט אײַך צוגעשיקט אַ פֿאַרבינדונג צו איינעם פֿון אונדזערע בלאָגס אָדער ווידעאָס, דאַרפֿט איר פֿאַרשטיין וואָס פֿאַראַ פּרטים מיר האָבן בדעה צו בײַטן, און וועלכע אַספּעקטן פֿון אונדזער טעטיקייט וועלן מיר זיך באַמיִען אָנצוהאַלטן אויף להבא.

דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, אַז מיר מאַכן אַ גרויסן טראָט פֿאָרויס. פּונקט אַזוי ווי מיר האָבן באַקענט די ייִדן מיט דער וועלט פֿון מאָדערנעם זשורנאַליזם מיט איבער 100 יאָר צוריק; פּונקט ווי מיר האָבן מיט 20 יאָר צוריק אײַנגעפֿירט אַ נײַעם סטיל פֿון מוטיקע, אָביעקטיווע, פֿאָרש־רעפּאָרטאַזשן אין אַן ענגליש־שפּראַכיקער ייִדישער צײַטונג — אַזוי האָפֿן מיר איצט צו ווײַזן דעם וועג פֿאַרן ייִדישן זשורנאַליזם אינעם 21סטן יאָרהונדערט.

ס׳איז קלאָר געוואָרן מיט 10 יאָר צוריק, אַז די אינטערנעץ האָט אָנגעהויבן צו ענדערן דעם אופֿן פֿון אַרויסקריגן די נײַעס. מיר האָבן אַנטוויקלט איינס פֿון די בעסטע ייִדישע נײַעס־וועבזײַטן אויף דער אינטערנעץ — www.forward.com און www.yiddish.forward.com. אין 2007 האָבן מיר געוווּנען אַ Webby Award (די "אָסקאַרס" פֿון דער אינטערנעץ). זינט דעמאָלט האָבן מיר ווײַטער פֿאַרבעסערט די זײַט, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז מיר ברענגען דעם לייענער פֿרישע, וועג־ווײַזערישע נײַעס יעדן טאָג, און נישט בלויז איין מאָל אַ וואָך.

הײַנט נעמט די טעכנאָלאָגיע אַרײַן נישט בלויז וועבזײַטן, נאָר אויך דעם ברייטן אוניווערס פֿון דיגיטאַלישער מעדיאַ — פֿאַרשידענע אַפּליקאַציעס פֿאַרן מאָביל־טעלעפֿאָן; "פּאָדקאַסטן"; "יו־טוב" קאַנאַלן, "טוויטן" (צווישן־מענטשלעכע קאָמוניקאַציע) — און ווער ווייסט וואָס נאָך די טעכנאָלאָגיע וועט אונדז ברענגען? מיר זענען שוין הײַנט אַקטיוו אין ס׳רובֿ פֿון די מיטלען, בײַם איבערגעבן די "לייענער" אונדזערע רעפּאָרטאַזשן, פֿעליעטאָנען און קולטורעלע רעצענזיעס אויף אַלע ייִדישלעכע טעמעס. אויב איר ווילט וויסן וועגן נײַעס און וויכּוחים וועגן ייִדישקייט, ישׂראל, דער באַנײַטער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור און די אַלגעמיינע וועלט־נײַעס פֿון אַ הײַנטצײַטיקן ייִדישן קוקווינקל — אָדער אויב איר ווילט, אַז מע זאָל איבערשיקן אײַער "סמאַרטפֿאָן" אָדער "אײַ־פּאַד" די אינסטרוקציעס און רעצענזיעס צו אַ געוויסן געשעעניש אינעם "איסט ווילעדזש" — זענען מיר גרייט אײַך צו באַדינען.

אונדזער גרעסטע ענדערונג איז אָבער נישט קיין טעכנאָלאָגישע, נאָר אַ דורותדיקע. דער אמת איז, די לייענערשאַפֿט פֿון אונדזערע געדרוקטע צײַטונגען עלטערט זיך, בעת אונדזער דיגיטאַלישער עולם ווערט דורכשניטלעך ייִנגער. מיר האָבן איצט אַ בעסערע געלעגנהייט — בעסער ווי אַלע אַנדערע פּובליקאַציעס, נײַ צי אַלט — צו בויען אַ געזעלשאַפֿט פֿון לייענער, וואָס נעמט אַרײַן אַלע דורות, און דעפֿינירט זיך נישט לויטן עלטער, נאָר לויט אויסגעהאַלטענע ייִדישע קוקווינקלען, אומאָפּהענגיקע מיינונגען און קריטישע אָבסערוואַציעס, גרייט אויפֿצונעמען די אָנצאָליקע מעגלעכקייטן, וואָס דאָס הײַנטיקע ייִדישע לעבן שטעלט אונדז פֿאָר.

מיר וועלן ווײַטער אַרויסלאָזן אונדזערע געדרוקטע צײַטונגען. מיר גיבן אַרויס דעם ייִדישן "פֿאָרווערטס", די לעגענדאַרע צײַטונג, וואָס געפֿינט זיך שוין אין איר 114טן יאָרגאַנג, און באַטרעפֿט ביז הײַנט דאָס אייגנאַרטיקע קול פֿון אונדזער אומשטערבלעכער וועלט־קולטור, און אויך דעם Forward, די ענגליש־שפּראַכיקע וואָכנבלאַט, וואָס מיר האָבן געגרינדעט מיט 20 יאָר צוריק, און וואָס ווערט כּסדר געלויבט פֿאַר אירע וועג־ווײַזנדיקע, אינטעליגענטע און מוטיקע רעפּאָרטאַזשן וועגן דער ייִדישער קהילה און דער וועלט אין וועלכער זי לעבט. צוליב אונדזער לאַנדישן פֿאַרנעם און אונדזער אומאָפּהענגיקייט, האָבן מיר די אייגנאַרטיקע מעגלעכקייט אַרויסצוּווײַזן די ייִדישע וועלט פֿאַרן ברייטן עולם.

במשך פֿון די יאָרן האָבן מיר אָנגעשטעלט און אויסגעשולט אַ צאָל טאַלאַנטירטע רעדאַקטאָרן און שרײַבער, וועלכע פֿאַרדינען, יאָר נאָך יאָר, פֿאַרשידענע פּרעמיעס פֿון זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע קאָלעגעס.

מיר האָבן געשאַפֿן אַ שותּפֿות מיט אַנדערע מעדיאַ־אָרגאַניזאַציעס: מיט דער ישׂראלדיקער טאָגצײַטונג "האָרץ", מיט "זיק" (Zeek), "חזון" (Hazon) און אויך אַנדערע. אָבער די וויכטיקסטע שותּפֿות, האַלטן מיר, דאַרף זײַן מיט אונדזערע לייענער.

כּדי צו פֿאַרווירקלעכן אונדזערע פּלענער און צוציִען אַ יונגן דור לייענער, סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף ענגליש, ווענדט זיך דער "פֿאָרווערטס" איצט צו אײַך, לייענער און פֿרײַנד, איר זאָלט שטיצן דאָס בעסטע אין דער וועלט פֿון ייִדישן זשורנאַליזם. מיר זוכן ברייטהאַרציקע בײַשטײַערס פֿון די אַלע לייענער, וועלכע האָבן גענאָסן פֿונעם "פֿאָרווערטס" במשך פֿון די יאָרן. אײַער שטיצע וועט העלפֿן פֿאַרזיכערן דעם המשך און דעם כּוח פֿונעם פֿרײַען, אומאָפּהענגיקן קריטישן זשורנאַליזם, וואָס מיר ברענגען, און וועט העלפֿן אונדז צושטעלן אונדזער אייגנאַרטיקן זשורנאַליזם דורך כּלערליי מעדיאַ־מיטלען.

זײַט אַזוי גוט, ווערט אַ מיטגליד פֿון אונדזער נײַ־געשאַפֿענער "פֿאָרווערטס"־געזעלשאַפֿט. מאַכט אַ בײַשטײַער דעם "פֿאָרווערטס", וואָס איר קאָנט, אַגבֿ, אַראָפּרעכענען פֿון אײַערע שטײַערן. קוקט אָן אונדזער נײַע וועבזײַט, www.ForwardAssociation.org, כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן דער "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע און אירע קומענדיקע אונטערנעמונגען, און ווי אַזוי איר קאָנט פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿונעם "פֿאָרווערטס". מיר האָפֿן אין גיכן הערן פֿון אײַך גוטע בשׂורות. קלינגט אָן צו מיר אָדער צו דזשולי דייווידסאָן, אונדזער נײַע דירעקטאָרין פֿון געלט־שאַפֿונג, בײַ 212-889-8200 אָדער שיקט אַ בליצבריוו צו norich@forward.com אָדער davidson@forward.com.

דער "פֿאָרווערטס" איז ביז איצט געווען אַליין אַ טייל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע. יעדער דור האָט געפֿונען אַן אופֿן ממשיך צו זײַן יענע געשיכטע און זיך אָנקניפּן מיטן קומעדיקן דור.

מיר ווינטשן אַלע אונדזערע לייענער — און אונדזערע צײַטונגען גופֿא — אַרײַנגעשריבן צו ווערן אינעם ספֿר־החיים.


שמואל נאָריך, פֿאַרלעגער