‫פֿון רעדאַקציע

די לעצטע וואָך פֿאַר ראָש־השנה איז פֿאַר דער ישׂראל־רעגירונג געווען אָנגעזעטיקט מיט וויכטיקע טרעפֿונגען — אין וואַשינגטאָן, בשעתן אָנשטעלן אַ דירעקטן קאָנטאַקט מיט דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע און אין מאָסקווע, וווּ ס'איז געפֿלויגן דער שוץ־מיניסטער אהוד ברק אונטערצושרײַבן אַ וויכטיקן אָפּמאַך מיט רוסלאַנד וועגן אַ פֿינף־יאָריקער מיטאַרבעט אין געביט פֿון מיליטערישער טעכנאָלאָגיע.

אַנאָנסן

דער "פֿאָרווערטס", איינע פֿון די באַליבטסטע און חשובֿסטע אינסטיטוציעס אין דער וועלט פֿון אַמעריקאַנער זשורנאַליזם, האָט שוין אָנגעהויבן ברעכן אירע ביז־איצטיקע גרענעצן פֿון טינט און פּאַפּיר, און געוואָרן אַ געהעריקער בירגער פֿון דער נײַער דיגיטאַלישער וועלט.

צי איר און אײַער משפּחה לייענט און האָט הנאה פֿונעם "פֿאָרווערטס" שוין דורות לאַנג, צי איר האָט אונדז אַנטדעקט, נאָך דעם ווי אַ "פֿייסבוק"־פֿרײַנד האָט אײַך צוגעשיקט אַ פֿאַרבינדונג צו איינעם פֿון אונדזערע בלאָגס אָדער ווידעאָס, דאַרפֿט איר פֿאַרשטיין וואָס פֿאַראַ פּרטים מיר האָבן בדעה צו בײַטן, און וועלכע אַספּעקטן פֿון אונדזער טעטיקייט וועלן מיר זיך באַמיִען אָנצוהאַלטן אויף להבא.

פּאָליטיק, ישׂראל
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, בעת אַ וועטשערע מיט די באַטייליקטע אין די פֿאַרהאַנדלונגען. זיצנדיק, פֿון רעכטס: דער שליח פֿונעם "קוואַרטעט" — טאָני בלער; פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס; ישׁראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו; אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן, און עגיפּטישער פּרעזידענט כאָסני מובאַראַק, פֿאַראַכטאָגן זונטיק, אין "ווײַסן הויז"

"צום וויפֿלסטן מאָל"? — האָבן מיר שוין געפֿרעגט. און אַז די בשׂורה וועגן דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט איז אויפֿגענומען געוואָרן סקעפּטיש — האָבן מיר שוין געזאָגט? און אַז די דערוואַרטונגען אויף אַ שלום־הסכּם אין די נאָענטסטע יאָרן זײַנען שטאַרק געפֿאַלן — האָבן מיר שוין געשריבן?

וואָס אַלץ איז שוין נישט געשריבן געוואָרן וועגן די שוואַכע אויסזיכטן אויף אַ גיכן שלום אין אונדזער ראַיאָן, און וואָס קאָן מען נאָך צו דעם אַלעם צוגעבן הײַנט, דרײַ טעג נאָך דער דערעפֿענונג פֿון דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט אין וואַשינגטאָן, נאָכן "אײַנפֿעדעמען" — לויטן שנײַדערישן לשון, און נאָכן "אײַנזייפֿן" לויט דער פֿריזירער־שפּראַך — פֿון די דירעקטע געשפּרעכן?

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון רעכטס: סטעפֿאַן קאַרסבערג, אַדי לערער, אַנאַ סאַוואַ, שמעון פּערלין, דזשוליעט דאַנטע,
אין דער פֿאָרשטעלונג "דער דיבוק"

לויט ווי איך פֿאַרשטיי, וואָלט געווען אַן אָך און וויי צו דער וועלט ווען נישט די ייִדן, די אויסטערלישסטע און אינטערעסאַנטסטע פֿון אַלע פֿעלקער אין אַלע צײַטן. אָן אונדז וואָלט די וועלט אויסגעזען פֿאַראָרעמט און פֿאַראומערט. העלפֿט גאָט און ס’באַווײַזן זיך אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון דעם ערדקוגל די פֿילקאָלירטע, שעפֿערישסטע און שאַרף זיניקע אַחינו־בני־ישׂראל, מיט זייער אויסטערלישער געשיכטע, מיט זייער חכמה און זייער אַוועקמאַכן מיט דער האַנט "נישט גוט? ס’וועט זײַן גוט!" מיט זייער טרײַבן קאַטאָוועס און כּסדר פּאָרען זיך אַרום דעם געוויסן פֿון דער וועלט ווי די מוראַשקעס אַרום זייער מלכּה.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דאָראָטעאַ גרעווע, פֿון האַמבורג, לערנט מיט אַ ייִדיש־קלאַס אין ווײַמאַר

עס קאָכט זיך מיט דער ייִדישער קולטור די טעג אין האַמבורג, דײַטשלאַנד. לעצטע וואָך, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער, איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער אָרטיקער "שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט", וועגן דעם לעבן און ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, מיט דער באַטייליקונג פֿון יאַנינאַ וווּרבס, העטהער וואַלענסיע, אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין. די וואָך הייבט זיך אָן דער "אינטערנאַציאָנאַלער קלעזמערפֿעסט־האַמבורג" מיט קאָנצערטן, וואַרשטאַטן און לעקציעס. נישט נאָר פֿאַרבעטמען די וועלט־באַרימטע מוזיקער, ווי "בראַווע אַלטע וועלט" און לאָרין סקלאַמבערג; אויך די האַמבורגער און אַנדערע דײַטשע זינגערס און קאַפּעליעס וועלן באַווײַזן דאָרט זייער קונסט.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים קאָראַל (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים קאָראַל

דאָס ייִדישע ווערטל, "אַז מען עסט שוין חזיר, זאָל עס רינען פֿון דער באָרד!" איז אַ דערמאָנונג נישט צו זײַן קיין פֿולער היפּאָקריט, אָבער איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס’איז אויך אַ טיף באַגראָבענער אָפּקלאַנג פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדנטום אונטער דער שפּאַנישער אינקוויזיציע. אין אָנהייב פֿון די דאָזיקע גרויליקע צײַטן, מיט אַ 600 יאָר צוריק, איז אַ ייִד וואָס האָט זיך געמוזט ראַטעווען דורך דעם שמדן זיך — ווערן אַ "קאָנווערסאָ" — נאָך אַלץ נישט געווען זיכער מיטן לעבן. אונטער דער אימה פֿון די קריסטלעכע יעגערס און פֿאַררעטערס וואָס האָבן געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז ער איז נאָך נישט קיין פֿולשטאַמיקער קריסט, האָט דער געוועזענער (און אָפֿט מאָל באַהאַלטענער) ייִד געמוזט זיך האַלטן אין דרויסן ווי אַ "קריסט מיט די ביינער".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה לייענען מיר די נבֿיאישע שירה, וועלכע משה רבינו האָט געזאָגט אינעם לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן. אין זײַן לאַנגער פּאָעמע, וואָס באַשטייט פֿון 70 שורות, וואָרנט משה די ייִדן וועגן די שטראָפֿן, וואָס וועלן קומען, אויב זיי וועלן טאָן עבֿירות, און זאָגט זיי צו, אַז דורך זייער תּשובֿה קאָנען זיי ברענגען די גאולה. עס ווערט פֿאָרגעזעצט די זעלבע טעמע פֿון תּוכחות און תּשובֿה, וואָס פֿאַרנעמט אַ גרויסן טייל פֿונעם חומש "דבֿרים", אָבער אויף אַ פּאָעטישן אופֿן.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

מיט דער נײַער טעכנאָלאָגיע, מיט וועלכער מע קען צעשיקן קלאַנג־טעקעס ("פֿײַלס") דורך דער אינטערנעץ, האָט זיך אונדז אויסגעדאַכט, אַז דאָס אַרויסגעבן קאָמפּאַקטלעך וועט אין גאַנצן אויסשטאַרבן. דער עולם האָט זיך שוין צוגעוווינט צו באַקומען לידער און מוזיק נאָר בחינם, אַ דאַנק דעם קאָמפּיוטער, און מיר לייענען שוין אָפֿט אין דער פּרעסע וועגן דעם שווערן מצבֿ אַפֿילו פֿון די גרעסערע רעקאָרדיר־סטודיאָס און פֿירמעס. הײַנטיקע צײַטן, זעט אויס, אַז דאָס פֿאַרקויפֿן קאָמפּאַקט־דיסקן האָט נאָר אַ זין פֿאַר אַ קאַפּעליע, וואָס פֿאָרט אַרום אויף טורן, און קען בײַ די קאָנצערטן פֿאַרקויפֿן איר מוזיק.

מוזיק, ישׂראל
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גוסטאַוו מאַלער

ס’ווײַזן זיך שוין די ערשטע סימנים פֿון סוף זומער? אָדער ס’ווילט זיך שוין זען זיי? ווי ס’זאָל נישט זײַן — דער סוף פֿון זומער זאָגט אָן אַ סך אָנהייבן. איינער פֿון זיי איז די מעלדונג, אַז דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון ראשון־לציון הייבט אָן דעם סעזאָן מיט אַ הויכפּונקט: די סימפֿאָניע נומער 2 "התּחיה", פֿון גוסטאַוו מאַלער; און דיריגירן וועט זי דער יונגער סטאַבילער קונסט־דירעקטאָר פֿון אָרקעסטער, דן עטינגער.

מאַלער געניסט בײַ אונדז אין ישׂראל פֿון גרויס פּאָפּולאַריטעט: מ’שפּילט מאַלערן אָפֿט און אומעטום. און מע פֿירט אויף אין טעאַטער מאַלערן;

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Esther Kreitman.
Diamonds.
Translated by Heather Valencia.
London: David Paul, 2010.


ייִדישע ליטעראַטור האָט ניט קיין גרויס מזל מיט איברזעצונגען. חוץ דעם, וואָס ייִדיש לאָזט זיך ניט גרינג איבערטײַטשן אויף אַן אַנדער לשון, זײַנען נאָך אָפֿטמאָל פֿאַראַן צרות פֿון פֿינאַנציעלן און פּערזענלעכן כאַראַקטער. עס איז דערפֿאַר זייער וויכטיק, ווען עס באַווײַזט זיך אַ נײַע פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצונג פֿון אַ בוך, וואָס איז אין גאַנצן נײַ פֿאַרן פֿרעמד־שפּראַכיקן עולם. דערפֿאַר איז די פּובליקאַציע פֿון אסתּר קרייטמאַנס ראָמאַן "בריליאַנטן" (1944) אין דער איבערזעצוגנ פֿון העטהער וואַלענסיאַ, דערשינען אינעם קליינעם אומאָפּהענגיקן לאָנדאָנער פֿאַרלאַג "דוד פּאָל"; אַ גאָר וויכטיקע ליטעראַרישע געשעעניש. צום באַדויערן, האָט דאָס בוך נאָך ניט באַקומען אַ געהעריקן אָפּקלאַנג וואָס עס פֿאַרדינט.

ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאָיסיי פֿישביין

מיט אַ היפּשער צײַט צוריק, פּונקט דעמאָלט, ווען ס'איז זיך צעפֿאַלן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן, זײַנען אויפֿגעקומען נײַע אומאָפּהענגיקע מלוכות, איז אין אַ טאָג צו מיר צוגעקומען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנצויזישער ליטעראַטור און געשטעלט מיר אַן אומגעוויינטלעכע פֿראַגע. אַליין אַ געוועזענער עמיגראַנט פֿון ליטע, האָב איך דעמאָלט געאַרבעט אינעם זשענעווער אוניווערסיטעט. "איך האָב ערשט אַנטדענקט אויף דער מאַפּע פֿון אייראָפּע אַ נײַ לאַנד, וואָס ביז אַהער האָב איך וועגן דעם נישט געהערט, עס הייסט אוקראַיִנע — האָט מיר מיטגעטיילט דער פּראָפֿעסאָר, — אפֿשר ווייסט איר: אוקראַיִנע האָט עפּעס באַקאַנטע נאַציאָנאַלע שרײַבער, פּאָעטן?"

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ פּלאַץ אין דער אַלטער שטאָט, ריגע

די לעצטע צײַט האָבן מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין סך מזל ניט געהאַט מיט וואַקאַציעס. אין דעצעמבער האָבן מיר געזאָלט פֿאַרברענגען אַ וואָך אויף אַ קרוז-שיף אין מיטלענדישן ים. אָבער פֿון דעם גאַנצן פּלאַן איז פֿאַרבליבן נאָר אַ פֿאַרדראָס, מחמת אייראָפּע איז געווען פֿאַרשנייט. מיר האָבן פּשוט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיך דערקלײַבן ביזן פּאָרט, וווּ די שיף האָט, נעבעך, געוואַרט אויף אונדז.

אין יוני איז אונדז ווידער אַ מאָל באַשערט געווען אַוועקצוגיין מיטן ליידיקן, ווען מיר האָבן געפּרוּווט אַרויספֿליִען קיין סלאָוועניע — דאָרטן איז שוין אַלץ געווען באַשטעלט, סײַ בײַם ים און סײַ אין די בערג.