ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

מיט דער נײַער טעכנאָלאָגיע, מיט וועלכער מע קען צעשיקן קלאַנג־טעקעס ("פֿײַלס") דורך דער אינטערנעץ, האָט זיך אונדז אויסגעדאַכט, אַז דאָס אַרויסגעבן קאָמפּאַקטלעך וועט אין גאַנצן אויסשטאַרבן. דער עולם האָט זיך שוין צוגעוווינט צו באַקומען לידער און מוזיק נאָר בחינם, אַ דאַנק דעם קאָמפּיוטער, און מיר לייענען שוין אָפֿט אין דער פּרעסע וועגן דעם שווערן מצבֿ אַפֿילו פֿון די גרעסערע רעקאָרדיר־סטודיאָס און פֿירמעס. הײַנטיקע צײַטן, זעט אויס, אַז דאָס פֿאַרקויפֿן קאָמפּאַקט־דיסקן האָט נאָר אַ זין פֿאַר אַ קאַפּעליע, וואָס פֿאָרט אַרום אויף טורן, און קען בײַ די קאָנצערטן פֿאַרקויפֿן איר מוזיק.

די הײַנטיקע שוועריקייטן בײַם אַרויסלאָזן נײַע סחורה זעט מען אין די געשעפֿטן בײַ די זומערדיקע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן, ווי בײַ "קלעזקאַנאַדע", וווּ נאָר דרײַ נײַע רעקאָרדירונגען האָבן זיך באַוויזן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. צום גליק, איז צוגעקומען צו מיר דער קלאַרנעטיסט יואל (דזשאָעל) רובין און מיר געגעבן זײַן סאַמע נײַע רעקאָרדירונג "דער ניגון פֿון רב מענדל: חסידישע לידער אויף ייִדיש", מיטן זינגער הרבֿ אלי זילבערשטיין פֿון איטיקאַ, ניו־יאָרק.

פֿונעם רײַכן קוואַל פֿון חסידישע לידער אויף ייִדיש האָט מען אַרויסגעלאָזט נאָר געציילטע רעקאָרדירונגען. דאָ רעדט זיך וועגן די עלטערע, טראַדיציאָנעלע לידער, נישט פֿון די נײַ־געשאַפֿענע — בדחנים און זינגער ווי יום־טובֿ ערליך און ליפּע שמעלצער. מע קען ציילן אויף די פֿינגער אַזוינע פּלאַטעס און קאַסעטן פֿון דער חסידישער וועלט, וואָס שטעלן פֿאָר דעם עלטערן געזאַנג־רעפּערטואַר אויף ייִדיש.

זינגערס פֿון דער נישט־חסידישער וועלט האָבן שוין יאָרן "גענאַשט" פֿונעם חסידישן רעפּערטואַר. אַזוינע לידער ווי "פֿון קאָסעוו ביז קיטעוו" און "וואָס וועט זײַן אַז משיח וועט קומען", זינגט מען אין ייִדיש־קלאַסן און כּלערליי סבֿיבֿות. אַ דאַנק דער רעקאָרדירונג "זמירות ישׂראל", וואָס עס זעט אויס, האָבן צונויפֿגעשטעלט די וויזשניצער חסידים אין די 1970ער יאָרן, האָבן זינגער פֿונעם וועלטלעכן סעקטאָר זיך באַקענט מיט "נײַ־אַלטע" לידער, ווי "אויב נישט קיין אמונה" און "ווען איך וואָלט געהאַט כּוח". די לידער קען מען איצט הערן אויף "אַרבעטער־רינג"־קאָנצערטן און קלעזמער־פֿעסטיוואַלן.

אַ גרעסערער טייל פֿון די "זמירות־ישׂראל" לידער האָט מען איבערגעמאַכט אין דער סעריע "היימישע קלאַנגען". אָבער להיפּוך צו "זמירות־ישׂראל", וווּ מע האָט נאָר געשפּילט אויפֿן אַקאָרדעאָן און פֿידל, דאָס הייסט, מיט אַ מער היימישן קלאַנג, האָט מען אין די "היימישע קלאַנגען" רעקאָרדירונגען געשפּילט אויף נײַערע עלעקטראָנישע פּיאַנעס, ווי עס פֿירט זיך הײַנט אויף די חסידישע רעקאָרדירונגען; און פֿאַר אונדזערע אויערן קלינגט עס נישט ייִדישלעך, כאָטש דאָס זינגען איז נאָך אַלץ חסידיש.

איין מאָל, ווען איך בין געשטאַנען אין אַ וויליאַמסבורגער ספֿרים־געשעפֿט, איז אַרײַנגעקומען אַ מלמד מיט אַ קאַסעט, וואָס ער האָט רעקאָרדירט מיט זײַנע חדר־ייִנגלעך. ניצנדיק אַלטע ניגונים, האָט דער מלמד צוגעגעבן אָריגינעלע ווערטער וועגן מיצוות און ווי צו פֿירן אַ פֿרום לעבן. קיין שום אינסטרומענטאַלע באַגלייטונג האָט מען נישט געניצט, און דעריבער, האָט די רעקאָרדירונג געקלונגען אַלט־מאָדיש און עכט.

"עכט" איז אַ וואָרט וואָס אַקאַדעמיקער מײַדן אויס שוין יאָרן לאַנג, ווײַל, אין תּוך, איז דאָס אוממעגלעך אָביעקטיוו אָפּצושאַצן. וואָס איז עכט בײַ איינעם, איז געקינצלט בײַ אַ צווייטן; יעדער דור האָט זײַן אייגענעם באַגריף פֿון מוזיקאַלישער עכטקייט. עס קען זײַן, אַז בײַם איצטיקן דור חסידים, קלינגט די מוזיק מיט אַן עלעקטראָנישער פּיאַנע עכט, אָבער פֿאַר די לײַט וואָס געדענקען נאָך ווען מע האָט באַגלייט מיט אַ פֿידל, וועט דער מאָדערנער קלאַנג קלינגען פֿאַלש.

עכטקייט איז אַ וואָרט וואָס פּאַסט גוט פֿאַרן זינגער הרבֿ אלי זילבערשטיין. אין 2003 האָט רובין זיך באַקענט מיט אים, ווען דער רבֿ האָט אָנגעפֿירט מיטן חב״ד־הויז אין איטיקאַ. זיך דערוווּסט, אַז ביידע האָבן זיי הנאה פֿון ניגונים און קלעזמער־מוזיק, זענען זיי געוואָרן גוטע־פֿרײַנד, און די רעקאָרדירונג איז אַ רעזולטאַט פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט.

אויפֿגעוואַקסן אין אַנטווערפּן, און ווי אַ ישיבֿה־בחור אין פֿראַנקרײַך, ישׂראל און קראַון־הײַטס, האָט הרבֿ זילבערשטיין אַנטוויקלט אַ גרויסן רעפּערטואַר ניגונים און ייִדישע לידער. רובין שרײַבט, אַז זײַן געדאַנק מיט דער רעקאָרדירונג איז געווען "צו אינטעגרירן אַ חסידישן זינגער אין זײַן קלעזמער־אַנסאַמבל". אין זײַן פֿריִערדיקער רעקאָרדירונג "Midnight Prayer" ("חצות"), האָט רובין געשפּילט אינסטרומענטאַלע מוזיק, אינספּירירט פֿון דער חסידישער טראַדיציע, אָבער אָן געזאַנג. די רעקאָרדירונג שפּיגלט אָפּ די וואַקסנדיקע השפּעה פֿון די חסידישע ניגונים אויף דער הײַנטיקער קלעזמער־וועלט בכלל.

"דער ניגון פֿון רב מענדל" באַמיט זיך צו כאַפּן דעם חסידישן כאַראַקטער סײַ אינעם געזאַנג, סײַ אינעם שפּילן פֿונעם אַנסאַמבל. למשל, אינעם ליד "אמר השם ליעקבֿ", שפּילט דער פֿידל און דער קלאַרנעט צוזאַמען מיטן זינגער, נאָכמאַכנדיק די קרעכצן און דרייענישן. זילבערשטיינס קול איז נישט קיין ראַפֿינירטס, און קלינגט תּמיד הייזעריק. אָבער, דער עיקר, בײַ די חסידישע לידער איז אַוודאי די באַגײַסטערונג, מיט וועלכער מע זינגט, און דאָס פֿאַרמאָגט דער זינגער אָן אַ שיעור. דאָס ליד "אמר השם ליעקבֿ" איז אַ פֿאַרשפּרייט ליד, מיט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן, און מע קען דאָס הערן נאָר אויף עטלעכע רעקאָרדירונגען, וועלכע ס׳איז הײַנט שווער צו געפֿינען.

דער ניגון פֿון ר׳ מאיר שאַפּיראָ איז אונדז פֿריִער נישט געווען באַקאַנט, און עס הייבט אַרויס אַ טשיקאַווע איראָניע בײַ געוויסע חסידישע ניגונים — די מעלאָדיע קלינגט ווי אַ גוייִש טרינקליד, כאָטש די ווערטער פֿאַרמאָגן ייִדישע אמונה:

פֿון דעם הימל אויבן דאָרט,

אַ ישועה פֿון אַלעם סאָרט.

חן וחסד און רחמים און אַריכות־ימים,

פּרנסה־ברווח געזונטערהייט,

אַ הימל־שטיצע מיט גרויס ליכטיקייט,

בעטן מיר בײַ דיר אַצינד

הייליקער בורא־עולם.

אַנדערע לידער, ווי דעם קאַלעווער רבינס ניגון ("גלות, גלות, ווי גרויס ביסטו?") און "וואָס וועט זײַן, אַז משיח וועט קומען", זענען מער באַקאַנט. כאָטש הרבֿ אלי זילבערשטיין שטעלט מיט זיך פֿאָר די ליובאַוויטשער טראַדיציע, זינגט ער אויך ניגונים פֿון אַנדערע חסידישע גרופּעס, ווי די סקולענער און סטראָפּקאָווער.

יואל רובין איז איינער פֿון די בעסטע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן, און פֿאַר די מענטשן וואָס האָבן ליב אויך קלאַסישע מוזיק, וועלן זיי האָבן הנאה פֿון זײַן שפּילן און אַראַנזשירונגען, וואָס קאָמבינירט די צוויי מוזיקאַלישע וועלטן. די רעקאָרדירונג האָט אַרויסגעגעבן Traditional Crossroads.