גוסטאַוו מאַלער |
ס’ווײַזן זיך שוין די ערשטע סימנים פֿון סוף זומער? אָדער ס’ווילט זיך שוין זען זיי? ווי ס’זאָל נישט זײַן — דער סוף פֿון זומער זאָגט אָן אַ סך אָנהייבן. איינער פֿון זיי איז די מעלדונג, אַז דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון ראשון־לציון הייבט אָן דעם סעזאָן מיט אַ הויכפּונקט: די סימפֿאָניע נומער 2 "התּחיה", פֿון גוסטאַוו מאַלער; און דיריגירן וועט זי דער יונגער סטאַבילער קונסט־דירעקטאָר פֿון אָרקעסטער, דן עטינגער.
מאַלער געניסט בײַ אונדז אין ישׂראל פֿון גרויס פּאָפּולאַריטעט: מ’שפּילט מאַלערן אָפֿט און אומעטום. און מע פֿירט אויף אין טעאַטער מאַלערן; אפֿשר נישט דווקא אַ פֿאָרשטעלונג, וווּ דער מוזיקער פֿאַרנעמט דעם צענטער פֿון דער האַנדלונג; ס’איז אומזיסט דאָס צו זוכן — נישטאָ אַזאַ זאַך. אין קעגנזאַץ, וועגן דעם מוזיקערס ווײַב — וועגן דער שפּאַנענדיקער פּערזענלעכקייט פֿון אַלמאַ מאַלער — וועגן איר, איז דווקא יאָ פֿאַראַן. און ווײַל ס’האָט טאַקע אַ שײַכות מיטן מוזיקער, איז כּדאַי דאָ צו דערמאָנען איין איינציקן עפּיזאָד.
פֿיל ייִנגער פֿון איר מאַן האָט די צוציִענדיקע, שיינע און קלוגע אַלמאַ אויך געשאַפֿן מוזיק, ווען זי האָט חתונה געהאַט מיט מאַלערן. באַלד בײַ דער ערשטער סצענע פֿון דער פּיעסע, וואָס טראָגט טאַקע דעם נאָמען "אַלמאַ", זאָגט מאַלער צו איר: "ס’קומט נישט אין באַטראַכט עס זאָלן זײַן בײַ אונדז אין שטוב צוויי קאָמפּאָזיטאָרן, דעריבער וועסטו מוזן אויפֿהערן צו שאַפֿן מוזיק". זי האָט טאַקע מער נישט געשאַפֿן. (נאָר וועגן אַלמאַ מאַלער מוז מען רעדן באַזונדער).
גוסטאַוו מאַלער (1860—1911) איז געבוירן געוואָרן אין באָהעמיע, הײַנט טשעכיע, און פֿריצײַטיק, צו 50 יאָר, געשטאָרבן אין ווין, וווּהין מ’האָט אים צוריקגעבראַכט אויף זײַן פֿאָדערונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אז צוליב זײַן שווערער האַרץ־קראַנקייט וועט ער שוין לאַנג נישט לעבן.
קיין זאַך האָט נישט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז גוסטאַוו, דעם צווייטן זון פֿון 15 קינדער (נײַן זײַנען געשטאָרבן קליינערהייט) פֿון דער באַשיידענער ייִדישער משפּחה, וועט זײַן באַשערט צו בלײַבן אין זכּרון אויף לאַנגע דורות. זײַן פֿאָטער, בערנאַרד מאַלער, אַ שווערער אומפֿרײַנדלעכער מענטש, וואָס האָט געהאַלטן אַ קרעטשמע אין שטעטל, האָט גלײַך באַמערקט די מערקווערדיקע מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן פֿון זײַן זון און איז אײַנגעגאַנגען, אַז גוסטאַוו זאָל אָנהייבן צו באַקומען פּיאַנע־ און טעאָריע־לימודים אין עלטער פֿון פֿינף יאָר.
גאָר אין גיכן האָט מען אים געשיקט פֿאָרצוזעצן זײַן שטודיום אין פּראָג און נאַכער אין דער ווינער קאָנסערוואַטאָריע. זײַן קאַריערע ווי אַן אָרקעסטער־דיריגענט, האָט מאַלער אָנגעהויבן אין קליינע פּראָווינץ־טעאַטערס. דאָס האָט געדויערט ביז 1897, ווען עס קומט פֿאָר דער ווענדפּונקט אין זײַן שאַפֿערישער קאַריערע — ער באַקומט דעם פֿאָרשלאָג צו דיריגירן אין דער ווינער אָפּערע אָבער, מיט איין איינציקן באַדינג: ער זאָל זיך שמדן. און ער טוט עס. די ביאָגראַפֿער ווײַזן נישט אָן בײַ אים אויף קיין שום באַזונדערע געוויסנסביסן בשעתן אָננעמען אַזאַ דראַסטישן שריט. ער דערגרייכט טאַקע דעם געגאַרטן פּאָסטן, אָבער נישט דאָס האַרץ פֿון די צוהערער, וואָס האָבן נישט פֿאַרשטאַנען זײַן מוזיק און האָבן אַרויסגעוויזן צו איר אַ ווידערווילן.
מאַלער האָט אָבער געוווּנען די ענטוזיאַסטישע פֿאַרערונג פֿון די מיטגלידער, וואָס האָבן געהערט צו דער "צווייטער שולע פֿון ווין"; אַ גרופּע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון קלאַסישער מוזיק, וווּ אַרנאָלד שיינבערג איז געווען דער אָנפֿירער און אַלבאַן בערג, אַן אָנגעזעענער אָנטייל־נעמער. די דאָזיקע גרופּע קאָמפּאָזיטאָרן איז געווען די ערשטע וואָס האָט אָנגעהויבן שאַפֿן די אַטאָנאַלע מוזיק און שפּעטער אײַנגעפֿירט דעם דאַדעקאַפֿאָניזם אין דער מערבֿ־מוזיק.
צען יאָר איז מאַלער געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער ווינער אָפּערע ווי דיריגענט, און טאַקע אין במשך פֿון דעם פּעריאָד האָט די אָפּערע דערגרייכט דעם פּרעסטיזש, וואָס באַגלייט איר ביז הײַנט. מאַלער האָט אײַנגעפֿירט שטרענגע פֿאַראָרדענונגען פֿאַרן פּובליקום ווי אויך פֿאַרן אָרקעסטער, ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן בעת דעם קאָנצערט, וווּ שטילקייט און דיסציפּלין זײַנען די וויכטיקסטע אָנווײַזונגען. כּדאַי אונטערצושטרײַכן, אַז ביז מאַלער האָט נישט אײַנגעפֿירט אָט די געזעצן פֿאַר די צוהערער, האָט געהערשט אינעם קאָנצערטן־זאַל אומאָרדענונג און כאַאָס.
אין די ערשטע צענדליק יאָר פֿון 20סטן יאָרהונדערט איז מאַלער דערמאָנט געוואָרן ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע אָרקעסטער־ און אָפּערע־דיריגענטן; אָבער די אָנערקענונג איבער זײַנע ווערק איז פֿאַרבליבן הינטערשטעליק צוליב די נײַע נאָך נישט באַקאַנטע אינאָוואַציעס, וואָס ער האָט אײַנגעפֿירט אין זײַנע קאָמפּאָזיציעס און צוליב דער אַלאַרמירנדיקער פֿאַרשפּרייטונג פֿון נאַציזם אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך. ערשט בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען אָנגעהויבן שפּילן זײַן מוזיק אָפֿטער און זי אויך אײַנגעשלאָסן אין די רעפּערטואַרן פֿון די גרויסע אָרקעסטערס.
מאַלער האָט געשאַפֿן נײַן סימפֿאָניעס און אייניקע טיילן פֿון אַ נישט־פֿאַרענדיקטער צענטער סימפֿאָניע; אין דער צווייטער, דריטער, פֿערטער און אַכטער סימפֿאָניעס ווערן אײַנגעשלאָסן כאָרן ווי אויך סאָליסטן.
מאַלערס סימפֿאָניע נומער — 2 "התּחיה" — פֿאַרנעמט אַ באַזונדער אָרט אין זײַן שאַפֿונג. מאַלער האָט זי געשאַפֿן צווישן די יאָרן 1888 און 1894. די דורכשניטלעכע אויספֿירונג פֿון דער סימפֿאָניע דויערט 85 מינוט; דער פֿערטער טייל שליסט אײַן אַן אַלט־סאָליסטין און אין דעם פֿינפֿטן טייל, דעם לעצטן — באַטייליקט זיך אַ סאָפּראַן און אַ גרויסער כאָר. איין טייל פֿון דער סימפֿאָניע מיטן נאָמען "קבֿורה־ריטואַל", איז אינספּירירט געוואָרן פֿון דער פּאָעטישער דראַמע "Dziady", פֿונעם פּוילישן דיכטער אַדאַם מיצקעוויטש.
דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון ראשון־לציון, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דן עטינגער, נעמט זיך אָן אַ שווער שטיקל אַרבעט, אין וועלכער עס וועלן זיך באַטייליקן אויך די ישׂראל־סאָפּראַן הילאַ באַזשאָ; די דיפּלאָמירטע אַלט־זינגערין נועה פֿרענקען; דער כאָר פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע, דיריגירט דורך ישי שטעקלער; און דער קאַמער־כאָר פֿון רמת־גן אונטער דער אָנפֿירונג פֿון חנה צור.