פֿאַרשײדנס
פֿון מרים קאָראַל (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים קאָראַל
מרים קאָראַל

דאָס ייִדישע ווערטל, "אַז מען עסט שוין חזיר, זאָל עס רינען פֿון דער באָרד!" איז אַ דערמאָנונג נישט צו זײַן קיין פֿולער היפּאָקריט, אָבער איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס’איז אויך אַ טיף באַגראָבענער אָפּקלאַנג פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדנטום אונטער דער שפּאַנישער אינקוויזיציע. אין אָנהייב פֿון די דאָזיקע גרויליקע צײַטן, מיט אַ 600 יאָר צוריק, איז אַ ייִד וואָס האָט זיך געמוזט ראַטעווען דורך דעם שמדן זיך — ווערן אַ "קאָנווערסאָ" — נאָך אַלץ נישט געווען זיכער מיטן לעבן. אונטער דער אימה פֿון די קריסטלעכע יעגערס און פֿאַררעטערס וואָס האָבן געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז ער איז נאָך נישט קיין פֿולשטאַמיקער קריסט, האָט דער געוועזענער (און אָפֿט מאָל באַהאַלטענער) ייִד געמוזט זיך האַלטן אין דרויסן ווי אַ "קריסט מיט די ביינער". ער האָט זיך באַמיט אַרויסצוּווײַזן אַן אומבאַגרענעצטן ענטוזיאַזם צו אַלע קריסטלעכע מינהגים׃ גיין אין קירך — אַוודאי און אַוודאי, אַפֿילו צוויי מאָל אַ טאָג. געבן די קינדער נעמען, ווי "מערי" אַנשטאָט "מרים" — יאָ! און אַפֿילו "יעזוס"! און עסן חזיר — פֿאַרשטייט זיך, "ס׳זאָל רינען פֿון דער באָרד"... אַזוי איז דאָס געשמאַקע ייִדישע ווערטל אויך פֿאַרבונדן געוואָרן מיט די בלוטיקע איבערלעבענישן פֿון אונדזערע ספֿרדישע ייִדישע ברידער. די געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק איז דאָך מלא־וואַנדערונגען און גילגולים, וואָס קומען פֿאָר אַפֿילו אין אונדזער צײַט.

ערבֿ תּישעה־באָבֿ תּש״ע (2010), גענוי צו מײַן טאַטנס יאָרצײַט, בין איך געקומען זאָגן קדיש אין דער "עתיד" שיל — די איינציקע רעפֿאָרמירטע שיל אין באַרצעלאָנאַ, וואָס געפֿינט זיך אין אַ שיינער וווין־געגנט. אין דער הייליקער שטילקייט צווישן די ווײַסע, מאָדערנע ווענט פֿונעם קליינעם קלויז, האָט געהערשט אַ געפֿיל פֿון אַ ריזיקער המשכדיקייט; און איך האָב זיך געוווּנדערט ווי איך, אַ טאָכטער פֿון פּוילישע ייִדן, בין נישט בלויז קיין עדות נאָר אַ חיותדיקער, אַקטיווער חלק פֿון דער דאָזיקער המשכדיקייט.

אַלע ווייסן, אַז ייִדן זענען אָנגעקומען קיין ספֿרד — אַ טייל פֿון דער רוימישער אימפּעריע, מערסטנס בגוואַלד — נאָכן צווייטן חורבן בית־המקדש. אַ היסטאָרישן באַווײַז פֿון אַ ייִדישן ייִשובֿ אין באַרצעלאָנאַ האָט מען פֿונעם 8טן יאָרהונדערט. אין באַרצעלאָנאַ, די הויפּטשטאָט פֿון דער שפּאַנישער מדינה קאַטאַלאָניע, זענען געווען אינעם 14טן יאָרהונדערט אַ 4,000 ייִדישע אײַנוווינערס; אַן ערך 15 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. זיי האָבן געלעבט, ווי אין אַנדערע שטעט פֿון קאַטאַלאָניע, באַגרענעצט אין אַ "קאַל".

דאָס וואָרט "קאַל" קלינגט ווי "קהל", ווײַל ייִדן אין קאַטאַלאָניע האָבן טאַקע געהאַט זייערע אייגענע אומאָפּהענגיקע סאָציאַל־רעליגיעזע קערפּערשאַפֿטן פֿאַר הונדערטער יאָרן. די ספֿרדישע ייִדן האָבן אויך גערופֿן זייער שיל אַ "קהל". פֿונדעסטוועגן, מיינט מען, אַז דאָס קאַטאַלאָנער וואָרט "קאַל" שטאַמט דווקא פֿון לאַטײַן און באַטײַט פּשוט "ענגע גאַס". גענוצט ווערט עס אין קאַטאַלאָניע ביז הײַנט מיטן איינציקן באַטײַט פֿון אַ (געוועזענעם) ייִדישן קוואַרטאַל מיט קרומע, ענגע געסלעך פֿון מיטל-עלטער. ייִדן האָבן זיך בײַם אָנהייב אַליין צונויפֿגעקליבן אין דער געגנט, וווּ זיי האָבן געוווינט בשלום מיט זייערע שכנים. שפּעטער זענען זיי פֿאַרשפּאַרט געוואָרן, ווי געפֿאַנגענע, אין אַ באַזונדערן, פֿאַרשלאָסענעם טייל פֿון דער שטאָט. וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי "געטאָ". אין געוויסע שטעט אין מיטל־עלטער זענען די ייִדן אַפֿילו געצוווּנגען געוואָרן צו טראָגן אַ לאַטע אויף זייערע בגדים (אַ האַלב געל, האַלב רויט רעדל) מע זאָל זיי גלײַך דערקענען.

דאָס געסל וואָס פֿירט אַרײַן צום ייִדישן קוואַרטל ("קאַל")
אין באַרצעלאָנאַ
דאָס געסל וואָס פֿירט אַרײַן צום ייִדישן קוואַרטל ("קאַל") אין באַרצעלאָנאַ

הײַנט זענען אויך דאָ אין באַרצעלאָנאַ אַן ערך 4,000 ייִדן וואָס געהערן צו די ייִדישע קהילות, און נאָך אַרום צוויי אָדער דרײַ טויזנט, וואָס זענען נישט אַפֿיליִיִרט — צווישן אַן אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון אָנדערטהאַלבן מיליאָן. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין שפּאַניע בכלל האָט זיך נישט געמערט איבער די יאָרן ווי געוויינטלעך. נאָך הונדערט יאָר פֿאַרן גירוש פֿון שפּאַניע, אַרום 1391, צוליב דער ראַדיקאַליזאַציע פֿון דער קריסטלעכער מענטאַליטעט און דער קאַטוילישער קירך, האָבן שוין די ייִדן אין קאַטאַלאָניע באַדאַרפֿט אָדער אַנטלויפֿן אָדער זיך שמדן. אַ גרויסע צאָל האָט אַפֿילו נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו באַשליסן וואָס צו טאָן און איז דערהרגעט געוואָרן אין די פּאָגראָמען און שוידערלעכע אָטאָ־דאַ־פֿייען (משפּט דורך פֿײַער).

געבליבן זענען אין באַרצעלאָנאַ קנאַפּע שפּורן פֿון יענע בלוטיקע יאָרן; פֿון דער ייִדישער גײַסטיקער און מאַטעריעלער רײַכקייט, וואָס איז אַ מאָל צעשפּרייט געווען איבער די שטעט און שטעטלעך פֿון גאַנץ קאַטאַלאָניע — פֿון די חכמים, מאַטעמאַטיקער, מקובלים, אַסטראָנאָמען, אַסטראָלאָגן, רבנים, דאָקטוירים, פֿילאָסאָפֿן — זענען געבליבן נעמען פֿון גאַסן: "די ייִדישע גאַס", אָדער "קאַל"; אַ נאָמען פֿונעם געוועזענעם ייִדישן בית־עולם — "מאָן־זשויִק" (ייִדישער באַרג) — אין באַרצעלאָנאַ און אין דער שטאָט זשיראָנאַ — און פֿאַרוואָרפֿענע מצבֿות מיט העברעיִשע אותיות און דאַטעס לויטן ייִדישן לוח.

געבליבן זענען אויך פֿולשטענדיקע קריסטן, וואָס האָבן דורות לאַנג געהאַט אין זייערע משפּחות מאָדנע מינהגים וואָס האָבן דערמאָנט עפּעס פֿונעם ייִדישן רעליגיעזן לעבן, ווי ליכט־צינדן ערבֿ שבת. זיי האָבן געקענט זײַן פֿון די געציילטע אַנוסים, "קאָנווערסאָס", וואָס האָבן אָפּגעהיטן זייער ייִדישקייט בסוד. ייִדישע נעמען האָבן זיך אויך אַזוי געצויגן איבער די דורות, נעמען ווי "בעלשאָם", "ווידאַל", "באָנסעניאָר" פֿאַר ייִנגלעך, און "דאָלטשאַ", "פּערלאַ", "רעגינאַ" — פֿאַר מיידלעך. משפּחה־נעמען וואָס האָבן זיך איבערגעחזרט אומוויסנדיק פֿון ייִדישע מקורים זענען געווען אַזעלכע ווי "אַנינײַ", "בענוועניסטע", "פֿאַלקאָ", "לאָבעל", א.א.וו..

נאָך אַזאַ קאָמפּליצירטער און בלוטיקער געשיכטע האָט עס געדויערט הונדערטער יאָרן ביז ייִדן האָבן זיך ווידער געקענט פֿילן באַקוועם ווי ייִדן אין שפּאַניע. הײַנט הערט מען אין באַרצעלאָנאַ אַזעלכע ייִדישע נעמען ווי "זילבערבערג", "קראַקאָוויטש", "זינגער", "דיאַמאַנט", און אויך "נאַוואַראָ", "ווענטוראַ", "סאַלאַמאַ", "באַרטשעלאָן" וכּדומה. ווען און פֿון וואַנען זענען די ייִדן ווידער אָנגעקומען נאָך אַזוי לאַנג אויסמײַדן דאָס לאַנד?

אַזוי שפּעט ווי אין 1871 זענען געווען נאָר 21 נפֿשות, וואָס האָבן זיך אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן אין גאַנץ שפּאַניע, און זייער ווייניק פֿון זיי — אין באַרצעלאָנאַ. ערשט אין די 1920ער יאָרן זענען אָנגעקומען אַ גרעסערע צאָל ייִדן קיין באַרצעלאָנאַ, ס׳רובֿ ספֿאַרדישע, פֿון אַזעלכע לענדער ווי גריכנלאַנד און טערקײַ. שפּעטער, שוין אין דער צײַט פֿון בירגער־קריג, זענען אָנגעקומען אַ ביסל ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון פּוילן; ייִדן, ווי די עלטערן פֿון דער משפּחה וואַגאָנסבערג, וואָס שטאַמען פֿון מאָגעדיצע. זיי האָבן זיך באַזעצט אין באַרצעלאָנאַ, ווײַל דאָס לעבן איז דאָרט געווען גרינגער ווי אין זייער היימלאַנד; ניט ווײַל זיי האָבן געפֿילט, אַז עס רוקט זיך אָן אַ סכּנה. אָבער פֿיל מער ייִדן פֿון מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע האָבן זיך טאַקע געראַטעוועט דורך גנבֿענען די גרענעץ איבער די פּירענעער בערג. די ייִדן האָט אָפּגעגליקט, זיי האָבן מערסטנס רויִק אַדורכגעלעבט די שרעקלעכע יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. גענעראַל פֿראַנקאָ, ווי באַוווּסט, איז קיין גרויסער ייִדן־פֿרײַנד נישט געווען, פֿון דעסטוועגן האָט שפּאַניע זיך געהאַלטן נייטראַל צו דער "פֿראַגע", און ס’זענען געווען זייער ווייניק ייִדישע קרבנות פֿון שפּאַנישן פֿאַשיזם.

רעכטס: דער אַרײַנגאַנג צו דער אַלטער שיל אין באַרצעלאָנאַ, די עלטסטע אין אייראָפּע; לינקס: די שיל פֿון אינעווייניק
רעכטס: דער אַרײַנגאַנג צו דער אַלטער שיל אין באַרצעלאָנאַ, די עלטסטע אין אייראָפּע; לינקס: די שיל פֿון אינעווייניק

די משפּחה מאָסקאָוויטש, למשל, איז אַנטלאָפֿן פֿון רומעניע אין 1943. דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן פֿון פּאַרפֿום האָבן זיי פֿאַרלוירן. האָבן זיי אויף ס׳נײַ, אונטער אַ נײַעם משפּחה־נאָמען, לעגרען, געגרינדעט און אויפֿגעשטעלט אַ געראָטן פּאַרפֿום־געשעפֿט, וואָס זיי האָבן שפּעטער פֿאַרקויפֿט צו אַ גרויסער קאָרפּאָראַציע. די באָבע־זיידע מאָסקאָוויטש האָבן גערעדט ייִדיש צווישן זיך; די קינדער פֿאַרשטייען און קענען אַ ביסל רעדן, אָבער זיי האָבן עס ווייניק גענוצט; און די איצטיקע מיטל־יעריקע אייניקלעך — קענען עס אין גאַנצן נישט.

ווען אַ גרויסער טייל ייִדן פֿון מאַראָקאָ זענען אָנגעקומען קיין שפּאַניע צווישן 1960 און די 1970ער יאָרן איז זיי געווען גרינגער צו ווערן בירגער, ווײַל אַ טייל פֿון מאַראָקאָ איז געווען אַ קאָלאָניע פֿון שפּאַניע. ביזן הײַנטיקן טאָג זענען זיי באַטראַכט ווי אַ גרויסער חלק פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין באַרצעלאָנאַ.

דערנאָך האָבן אָנגעהויבן אָנקומען ייִדן פֿון אַרגענטינע, און שפּעטער אויך פֿון טשילע און אוראַגווײַ. זיי זענען אַנטלאָפֿן אי פֿון אַ שלעכטן עקאָנאָמישן מצבֿ, אי (נאָך פֿראַנקאָס טויט אין 1975) פֿון די דיקטאַטאָרישע רעזשימען. באַרצעלאָנאַ האָט געהאַט די מעלות פֿון זײַן אַ זייער קולטורעלע שטאָט מיט אַ מילדן קלימאַט, וווּ מען רעדט אויך שפּאַניש. ס׳רובֿ דרום־אַמעריקאַנער ייִדן זענען אַשכּנזים — ייִדן וואָס שטאַמען פֿון אוקראַיִנע, רוסלאַנד, פּוילן, ליטע — וואָס האָבן זיך באַזעצט סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונערט אָפֿט מאָל אין די קאָלאָניעס פֿון באַראָן הירש און שפּעטער, אין בוענאָס־אײַרעס און אַנדערע גרויסע שטעט. דאָס הייסט, אַז אַ סך פֿון זיי זענען אָנגעקומען מיט אַ רײַכן ייִדיש וואָס זיי האָבן זיך געהאַט אויסגעלערנט אי אין דער היים, אי אין די געוועזענע ייִדישע שולן; ספּעציעל אין אַרגענטינע.

די דרום־אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אַרײַנגעברענגט אינעם ייִדישן כּלל פֿון באַרצעלאָנאַ אַ סך נײַע זאַכן. ווען די קינדער פֿון ייִדן זענען אָנגעקומען נאָך, פֿאַר און אויך אַרום דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן אָנגעהויבן גיין אין שול, האָבן זיי זיך געמוזט לערנען אין די שפּאַנישע שולן אָדער אין אַ פּריוואַטער שווייצער שול (אין שטאָט). איצט איז דאָ אַ בכּבֿודיקע ייִדישע שול מיט אַן ערך 500 תּלמידים, און שילן פֿון אַלע באַוועגונגען.

"עתיד" איז די לעצט־געגרינדעטע שיל (אַן ערך 20 יאָר צוריק) מיט דער גרעסטער מערהייט מיטגלידער פֿון דרום־אַמעריקע. מיט צוויי יאָר צוריק האָט זיך פֿאָרמירט אין "עתיד" אַ ייִדישער קלוב אונטערן נאָמען "דער משוגענער פֿאַראיין", מיט אַן ערך 20 מיטגלידער, וואָס קומען זיך צונויף, מערסטנס, צו שמועסן אויף ייִדיש.

נאָך מיט אַ וואָך פֿריִער פֿאַר מײַן קומען דאַווענען ערבֿ תּישה־באָבֿ, בין איך געווען אַ פֿֿאַרבעטענע רעדנערין אין "עתיד" צו האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער פּאָעזיע פֿון ייִדישע דיכטערינס און וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש הײַנט אויף דער וועלט. דאָס איז מקיים געוואָרן דורכן צענטער פֿאַר יודאַיִשע לימודים אין דעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס (יו. סי. על. איי.), און דער "ראָס-פֿונדאַציע".

איינער פֿון די ייִנגסטע מיטגלידער פֿון דער "עתיד"־שיל וואָס האָט געהאָלפֿן דאָס צו אָרגאַניזירן, איז דניאל וואַגענסבערג — אַ שיינער בחור פֿון 30 יאָר, מיט אַ געקרײַזלטע קאָפּ האָר, אַן אייניקל פֿון די וואַגענסבערגס, וואָס זענען געקומען קיין באַרצעלאָנאַ פֿון פּוילן נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. זײַן טאַטע מאָריציאָ, אַ מיטגליד פֿונעם "משוגענעם פֿאַראיין", האָט געהערט ייִדיש פֿון זײַנע עלטערן אין דער היים, אַרום דער זעלבער צײַט, ווען זײַן טאַנטע סילוויאַ האָט אָנגעהויבן זיך פֿאַרטיפֿן אין לערנען ייִדיש אין איר וווין־שטאָט לאָס־אַנדזשעלעס. זייערע אַנדערע צוויי ברידער, דניאלס פֿעטערס, האָבן נישט קיין געפֿיל צו ייִדיש, כאָטש האָרהיי וואַגענסבערג, דער עלטסטער, איז אַ באַוווּסטע פּערזענלעכקייט אין באַרצעלאָנאַ — אַ בויער פֿון וועלט־באַרימטע וויסנשאַפֿטלעכע מוזייען און אַ הומאַניטאַריער.

מײַן רעפֿעראַט איז געהאַלטן געוואָרן אין אַ גאָר הייסן אָוונט אין דערפֿרישנדיקן גאָרטן פֿון דער שיל. חוץ די וואַגענסבערגס, זענען צוגעצויגן געוואָרן אַממיינסטן אַרגענטינער ייִדן, וואָס האָבן געבענקט נאָך אַ ייִדיש וואָרט. עטלעכע זענען תּושבֿים פֿון באַרצעלאָנאַ שוין מער ווי 30 יאָר, מיט קינדער וואָס זענען דאָ אויפֿגעוואַקסן. אַנדערע זענען פֿון די געקומענע אין די 1990ער-יאָרן. צווישן זיי איז געזעסן אַ שלאַנקע יונגע פֿרוי, דאַניעל ראָזענפֿעלד, די געוועזענע סעקרעטאַרשע פֿון "עתיד"; אַן אַרכיטעקטין פֿון בואָנעס־אײַרעס מיט בלישטשענדיקע שוואַרצע אויגן. זי האָט זיך צוגעהערט מיט אַ כּסדרדיקן קוועל און צומאָל מיט טרערן אין די אויגן. איך האָב זיך דערנאָך דערוווּסט, אַז איר באָבע איז געווען די באַליבטע פּרינציפּאַלין פֿון דער שול אין בואָנעס־אײַרעס, וווּ מ’האָט געלערנט ייִדיש. דאָך האָט דאָס אייניקל זיך צום ערשטן מאָל צוגעהערט צו ייִדישער פּאָעזיע, איבערגעגעבן פֿון מיר — אַליין אַ תּלמידה פֿון די באַרימטע בואָנעס־אײַרעס אָפּשטאַמיקע ייִדיש לערערס, ווי יצחק ניבאָרסקי און אַבֿרהם נאָווערשטערן; זיי זענען זיכער געווען באַאײַנפֿלוסט פֿון דאַניעלס באָבע!

אויפֿן אָוונט זענען אויך געקומען אַ צאָל קאַטאַלאָניער קריסטלעכע פֿרויען, וואָס זענען געווען נײַגעריק צו וויסן פֿאַר וואָס זייער פֿרײַנדינע סילוויאַ וואַגענסבערג איז געוואָרן אַזוי משוגע אויף ייִדיש, און אויך ווי עס זעט אויס די פֿרויען־ליטעראַטור פֿון אַן אַנדערער מינדערהייט־שפּראַך. צווישן זיי זענען געווען פּראָפֿעסאָרקעס פֿון רוסישער ליטעראַטור, אַ פּסיכאָ־אַנאַליסט, און אַ געוועזענע טעלעוויזיע־פּערזענלעכקייט.

אין קאַטאַלאָניע אונטער פֿראַנקאָ איז עס געווען פֿאַרווערט צו לערנען אין די שולן קאַטאַלאָניש, אַ גאַנץ באַזונדערע שפּראַך פֿון שפּאַניש; שוין אָפּגערעדט פֿון נוצן קאַטאַלאָניש אָפֿיציעל. ערשט לעצטנס איז עס געוואָרן אַ צוויי־שפּראַכיקע מדינה, מיט אַ פֿאַרשטענדיקער שטאָלצקייט פֿאַר דער ריזיקער שעפֿערישקייט אויף קאַטאַלאָניש. אָבער אַ סך אײַנוווינער (און בפֿרט אַ סובסטאַנציעלער טייל פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן) קענען נישט, און ווילן זיך נישט לערנען דאָס מאַמע־לשון פֿון דער מדינה. די באַוועגונג פֿאַר קאַטאַלאַָניער אומאָפּהענגיקייט איז נישט אַזוי צאָרנדיק ווי אין די באַסק־ראַיאָנען, אָבער עס איז אַ לײַדנשאַפֿטלעכער ענין צוליב קולטורעלע, שפּראַכיקע, און עקאָנאָמישע סיבות.

מחמת אַלץ אין מײַן רעדע איז געווען איבערגעגעבן סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש, האָבן אַלע צוהערער געקענט הערן דעם קלאַנג און אויך פֿאַרשטיין מוסטערן פֿון רחל קאָרנס, קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקיס און רחל פֿישמאַנס פּרעכטיקע לידער. די קאַטאַלאָניערס זענען אַוועק מיט אַ באַשטעטיקונג, אַז ניט נאָר אין זייער קאַטאַלאָניער מדינה איז דאָ אַ ווערטפֿולער, הייסבלוטיקער קאַמף אויפֿצוהאַלטן אַ מינאָריטעט־שפּראַך און קולטור; און אפֿשר האָבן זיי געהאַט אַ בעסער פֿאַרשטענדעניש פֿאַרן שגעון, וואָס זייער פֿרײַנדינע סילוויאַ (וואָס רעדט גוט זייער שפּראַך) האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש.

מירם קאָראַל האַלט אָפּ אַ רעפֿעראַט אינעם גאָרטן פֿון דער "תיד"־שיל אין באַרצעלאָנאַ
מירם קאָראַל האַלט אָפּ אַ רעפֿעראַט אינעם גאָרטן פֿון דער "תיד"־שיל אין באַרצעלאָנאַ
Credit: Terri Hanauer

מיט אַ צוויי וואָכן שפּעטער בין איך צופֿעליק אַרײַן אין דער געוועזענער היים (איצט אַ נײַער מוזיי) פֿונעם באַליבטסטן מאָדערנעם שרײַבער און דיכטער פֿון באַרצעלאָנאַ, זשאָאַן מאַראַגאַל (1860—1911). ער האָט געשריבן מערסטנס אויף קאַטאַלאָניש און איבערגעזעצט אויף קאַטאַלאָניש ליטעראַרישע ווערק פֿון אַנדערע שפּראַכן. זײַן דיכטונג איז פֿאָקוסירט אויף נאַטור און גײַסט, אָפֿט מאָל מיט עקסטאַז, אָבער אויך מיט טרויער איבער די רציחות פֿון מענטש — טעמעס און פֿאָרמען וואָס זענען זייער ענלעך צו אַבֿרהם סוצקעווערס ווערק. אַ לירישן גרוס פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע האָב איך איבערגעגעבן בײַם סוף דעם עולם אין "עתיד". די מיטגלידער פֿון "משוגענעם פֿאַראיין" זענען אַוועק דערמוטיקט, מיט אַ באַשלוס זיך מער אַרײַנצוטיפֿן אין דער רײַכקייט פֿון דער ייִדישער קולטור.

אָפּצוהיטן די ייִדישע שפּורן וואָס זענען נאָך געבליבן פֿון 14טן יאָרהונדערט אין די פֿאַרדרייטע, אוראַלטע געסעלעך פֿון באַרצעלאָנאַס אַלטער שטאָט, האָט געשטעלט זיך פֿאַר אַ ציל די אַרגענטינער מיטגלידערין פֿון "עתיד", דאָמיניק טאָמאַסאָוו בלינדער. אַ שלאַנקע, צוציִענדיקע אַרכיטעקטין פֿון בוענאָס־אײַרעס און ניו־יאָרק, פֿירט זי דורך אין אירע 50ער יאָרן שפּאַצירן אַרום דעם געוועזענעם "קאַל". אמת, ס’איז געבליבן זייער ווייניק מאַטעריאַל פֿון "קאַל" אי אין באַרצעלאָנאַ, אי אין גאַנץ קאַטאַלאָניע. דעריבער, ווען מע זעט אין אַ וואַנט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט עפּעס אַן אָנדענק-שטיין אָדער אַ מצבֿה מיט אַ נאָמען אויף העברעיִש פֿון 13טן יאָרהונדערט, איז עס אַ גרויסער חידוש.

פֿון אַמאָליקע פֿיר שילן אין באַרצעלאָנאַ אין 13טן און 14טן יאָרהונדערט, איז ניט לאַנג צוריק אַנטפּלעקט געוואָרן איינע, די געוועזענע מאַיאָר (הויפּט) שיל. זי איז געגרינדעט געוואָרן נאָך אין דער צײַט פֿון די רוימער און אָפֿיציעל פֿאַרגרעסערט געוואָרן אין 13טן יאָרהונדערט. מ׳קען הײַנט אויך זען ווענט פֿון די ביידע פּעריאָדן. נאָך דעם בלוטיקן אַטאַק קעגן די ייִדן אין 1391, איז די שיל אַרײַן אין קריסטלעכע הענט; אין 1996 האָט איינער אַ ייִד, מיגועל איִאַפֿאַ, געקויפֿט דעם אונטערשטן טייל פֿונעם בנין, וווּ עס געפֿינט זיך דאָס איבערגעבליבענע פֿון דער שיל. די "אַסאָסיאַציאָ קאַל דע באַרצעלאָנאַ" (די אַסאָציאַציע פֿון קאַל) האָט זי דערנאָך פֿאַרראָכטן.

אַרײַנטרעטנדיק הײַנט אין מאַיאָר־שיל, וואָס געפֿינט זיך איז אין אַ געגנט פֿון ריזיקע גאָטישע קאַטעדראַלן, ווערט מען באַגריסט האַרציק פֿון אַ בלאָנדער פֿרוי אין אירע 40ער יאָרן, קאַרמען סאַבאַטע. אַן אָפּשטאַמיקע פֿון מאַיאָרקע, איז זי געוואָרן אַ גרטע צוליב איר גוטגינציקן חשד, אַז זי שטאַמט פֿון ייִדן. ווײַזט אויס, אַז אין מאַיאָרקע, אַן אינדזל פֿון שפּאַניע, זענען געבליבן אַ גרויסע צאָל אַנוסים; באַהאַלטענע ייִדן. אַ ניט ווינציקער טייל פֿון זיי וועקן זיך אויף צו זייער אוראַלטער ייִדישקייט, נעמען אָן די ייִדישע אמונה און האָבן חתונה אָדער מיט געבוירענע ייִדן, אָדער מיט קריסטן וואָס מוזן זיך פֿריִער מגייר זײַן.

און נאָך איינער פֿון די מאָדנע גילגולים: די איצטיקע ספֿר־תּורה אין דער מאַיאָר־שיל איז אַ מתּנה פֿון אַ גבֿיר, אַ סופֿר פֿון 16טן יאָרהונדערט. צוליב פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטלעכע סימנים, מיינט מען זיכער, אַז דער סופֿר שטאַמט פֿון די ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם ייִדישן "קאַל" אין קאַטאַלאָניע קיין פֿראַנקרײַך אָדער אין דער שווייץ. דערציילנדיק די געשיכטע מסתּמא דאָס הונדערטסטע מאָל, איז קאַרמען איבערגעפֿולט מיט עמאָציע.

נישט געקוקט דערויף, וואָס ס’איז אַזוי ווייניק געבליבן ייִדישע שפּורן אין באַרצעלאָנאַ, קען מען אַרומצייכענען, לויט די אוראַלטע דאָקומענטן אי דעם ייִדישן "קאַל", אי דעם בית־עולם אויף "מאָנשזויִק". דאָמיניק טאָמאַסאָוו איז דער איינציקער ייִד אין דער שטאָט, וואָס פֿאַרנעמט זיך כּסדר מיטן אָפּהיטן די היסטאָרישע אוצרות. חוץ דעם פֿירן טוריסטישע שפּאַצירן, איבערצוגעבן איר וויסן צו אַנדערע וועגן דער פֿאַרגעסענער רײַכער ירושה, האָט זי דערגרייכט צו געווינען פֿון דער רעגירונג אַ געוויסן היסטאָרישן אָפּשאַץ־סטאַטוס פֿאַרן שטח פֿונעם אַלטן בית-עולם אויף "מאָנזשויִק", וווּ מע געפֿינט נאָך פֿאַרוואָרפֿענע ייִדישע מצבֿות. כאָטש זי שטאַמט פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים אין בוענאָס־אײַרעס, האָט דאָמיניק פֿריִער נישט געהאַט קיין סך צו טאָן מיט איר פֿאָלק און דער רעליגיע בכלל ביז זי האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיטן "קאַל". דורך אויספֿֿאָרשן די געשיכטע און שפּורן פֿון דער אַלטער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין באַרצעלאָנאַ, האָט זי זיך אומגערן אַרײַנגעצויגן אינעם גײַסטיקן ייִדישן לעבן פֿון הײַנט. דאָס אויפֿוועקן פֿון ייִדישלעכן לעבן אין איר און אין איר אַדאָפּטירטער שטאָט איז פֿאַר איר טיף פֿאַרבונדן מיט דער ספֿרדישער ייִדישער ציוויליזאַציע פֿון אַמאָל.

אין דער "עתיד"־שיל ערבֿ תּישה־באָבֿ, באַגריסט זי די געסט. דאָס מאָל זיצט מען אינעווייניק און נישט ווי בעת מײַן רעדע אין גאָרטן. איך פֿיל זיך ווי אין דער היים. מ’הערט בײַם דאַווענען אַ סך פֿון די זעלבע זמרס, וואָס אין די שילן אין אַמעריקע.

פֿאַרן מאַכן קידוש, דערציילט יעדער היגער פֿירער אַ ביסל וועגן זיך און דאָמיניק זעצט עס איבער. איינער איז אַ גר פֿון בוענאָס־אײַרעס, מיט אַ ווײַב און קינדער וואָס געהערן אויך צו דער שיל; און די צווייטע, מיט אַ טלית און אַ יאַרמלקע, איז אויך אַ גרטע. זי קומט צו פֿאָרן אָנדערטהאַלבן שעה פֿון דער שטאָט זשיראָנאַ. באַוווּסט ווי אַ שטאָט מיט אַמאָליקע גרויס־געלערנטע ייִדן, האָט אין זשיראָנאַ אין 13טן יאָרהונדערט געלעבט דער רמב״ן (משה בן נחמן).

נסימדיק, אין צוויי פֿאַרשיידענע עקן פֿון דער וועלט, האָבן פֿאַרבאָרגענע קערנדלעך פֿון ייִדישקייט אויסגעהאַלטן איבער דור־דורות, און אויפֿגעבליט אינעם זעלבן אוראַלטן לאַנד, וווּ עס זענען אויך פֿאַרטראָגן געוואָרן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע. זיי האָבן געמאַכט, ווי געזאָגט, אַ גרויסן קרײַז דורך אַרגענטינע, און זיך אומגעקערט קיין אייראָפּע.

און ווער ווייסט צי עפּעס אַ רינג פֿון מײַנע אָבֿות האָט אויך נישט איבערגעוואַנדערט פֿון ספֿרד קיין פּוילן אין יענע שרעקלעכע צײַטן; אָדער אפֿשר דורך פֿראַנקרײַך אָדער דײַטשלאַנד? וויסן, ווייסט מען הײַנט, אַז לויט אונדזער "די־ען־איי" זענען די אַשכּנזישע און ספֿרדישע ייִדן כּמעט די זעלבע עדה (חוץ די ייִדן פֿון איראַק, וואָס זענען געבליבן אַ ביסל באַזונדער צוליב זייער אָפּשטאַם פֿונעם בבֿלאָנישן גלות). איז עס נישט קיין גרויסער חידוש, אַז דער ייִדישער שרײַבער י. ל. פּרץ, צום בײַשפּיל, שטאַמט פֿון די ספֿרדישע מקורים.

בעת די שטאַרקע באַרצעלאָנער זון האָט ערבֿ-תּישה־באָבֿ באַלויכטן די פּנימער פֿון די בעלי־תּפֿילה און די קעפּ פֿון די מתפּללים אין דער "עתיד"־שיל, האָב איך זיך דערמאָנט אין סוצקעווערס ווערטער פֿונעם ליד "און אַזוי זאָלסטו רעדן צום יתום":

ביסטו דער ירשן:

אַ זאַמענדל קדושה אין ווינטישע פֿינגער

...אַ טיילעכל, וואָס איז

אַ פֿאַרקלענערטע גאַנצקייט.