פֿאַרשײדנס
פֿון מרים קאָראַל (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים קאָראַל

דאָס ייִדישע ווערטל, "אַז מען עסט שוין חזיר, זאָל עס רינען פֿון דער באָרד!" איז אַ דערמאָנונג נישט צו זײַן קיין פֿולער היפּאָקריט, אָבער איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס’איז אויך אַ טיף באַגראָבענער אָפּקלאַנג פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדנטום אונטער דער שפּאַנישער אינקוויזיציע. אין אָנהייב פֿון די דאָזיקע גרויליקע צײַטן, מיט אַ 600 יאָר צוריק, איז אַ ייִד וואָס האָט זיך געמוזט ראַטעווען דורך דעם שמדן זיך — ווערן אַ "קאָנווערסאָ" — נאָך אַלץ נישט געווען זיכער מיטן לעבן. אונטער דער אימה פֿון די קריסטלעכע יעגערס און פֿאַררעטערס וואָס האָבן געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז ער איז נאָך נישט קיין פֿולשטאַמיקער קריסט, האָט דער געוועזענער (און אָפֿט מאָל באַהאַלטענער) ייִד געמוזט זיך האַלטן אין דרויסן ווי אַ "קריסט מיט די ביינער".