אַ פּלאַץ אין דער אַלטער שטאָט, ריגע |
די לעצטע צײַט האָבן מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין סך מזל ניט געהאַט מיט וואַקאַציעס. אין דעצעמבער האָבן מיר געזאָלט פֿאַרברענגען אַ וואָך אויף אַ קרוז-שיף אין מיטלענדישן ים. אָבער פֿון דעם גאַנצן פּלאַן איז פֿאַרבליבן נאָר אַ פֿאַרדראָס, מחמת אייראָפּע איז געווען פֿאַרשנייט. מיר האָבן פּשוט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיך דערקלײַבן ביזן פּאָרט, וווּ די שיף האָט, נעבעך, געוואַרט אויף אונדז.
אין יוני איז אונדז ווידער אַ מאָל באַשערט געווען אַוועקצוגיין מיטן ליידיקן, ווען מיר האָבן געפּרוּווט אַרויספֿליִען קיין סלאָוועניע — דאָרטן איז שוין אַלץ געווען באַשטעלט, סײַ בײַם ים און סײַ אין די בערג. קיין שניי איז דעמאָלט ניט געווען, אָבער אין פֿראַנקרײַך איז פּונקט אין יענעם טאָג אויסגעבראָכן אַ שטרײַק, און פֿליִען האָט מען געמוזט, ווי אויף צו־להכעיס, אין דעם פֿראַנצויזישן הימל. דער סוף איז געווען, אַז אין אויגוסט האָבן מיר זיך געלאָזט קיין לעטלאַנד.
מיט לעטלאַנד איז אויך אַלץ אַדורך ניט זייער גלאַט. אויפֿן וועג צום אַעראָפּאָרט האָט מען עפּעס געבויט און דערצו האָט זיך פּונקט אין יענער צײַט געמאַכט אַן אַוואַריע. הקיצור, זײַנען מיר אָנגעקומען ממש אין דער לעצטער מינוט. ווײַל מיר זײַנען שוין געווען פֿאַררעגיסטרירט דורך אינטערנעץ, האָט מען אונדז דערלויבט פֿליִען, אָבער אַזוי ווי מיר זײַנען געשטאַנען און געגאַנגען; די וואַליזע האָבן מיר מיטנעמען מיט זיך ניט געקענט. איז געווען אַ געשעפֿט מיט קויפֿן אויפֿן אָרט שיִער ניט אַלע נייטיקע זאַכן. דאָך האָבן מיר פֿאַרבראַכט צען טעג אין לעטלאַנד: אין ריגע און לעבן ריגע, בײַם ים — אין יורמאַלע.
אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען יורמאַלע געהאַלטן פֿאַר אַ גרויסאַרטיקן קוראָרט; דערצו פֿאַר מענטשן, וועלכע זײַנען געווען גרייט צו ריזיקירן זיך אַרײַנפּאַקן אין אַ קאַלטן וועטער. בין איך דאָרטן קיין מאָל ניט געווען. זומער־צײַט פֿלעגן מיר בדרך-כּלל פֿאָרן קיין אוקראַיִנע און פֿאַרברענגען אונדזערע וואַקאַציעס בײַם דניעפּר. אין ריגע גופֿא איז מיר יאָ אויסגעקומען צו זײַן עטלעכע מאָל. דאָס לעצטע מאָל — מיט אַרום צוואַנציק יאָר צוריק. אָבער איך געדענק ניט, אַז די שטאָט זאָל אויף מיר מאַכן אַ גוואַלדיקן אײַנדרוק. זי האָט טאַקע אויסגעזען "מערבֿדיק", אָבער גלײַכצײַטיק זייער גרוי און פֿרעמד; און די מענטשן זײַנען, צו מאָל, געווען ניט זייער פֿרײַנדלעך.
פֿון דער הײַיאָריקער רײַזע האָב איך געבראַכט גאָר אַנדערע אײַנדרוקן. אין משך פֿון די צען טעג האָבן מיר זיך געבאָדן אין פֿרײַנדלעכקייט. ניט נאָר אין די האָטעלן, קראָמען און רעסטאָראַנען, נאָר סתּם מענטשן אויף די גאַסן זײַנען תּמיד געווען גרייט צו העלפֿן מיט אַן עצה. רוסיש איז געווען די שפּראַך, וואָס מיר האָבן דאָרטן גענוצט, און איך האָב קיין מאָל ניט געפֿילט (ווי עס פֿלעגט זיך טרעפֿן אין מײַן סאָוועטישער דערפֿאַרונג), אַז עמעצער זאָל זײַן ניט צופֿרידן צו רעדן די שפּראַך. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אין ביידע ערטער — ריגע און יורמאַלע — דאָמינירט די רוסיש-רעדנדיקע באַפֿעלקערונג.
אין יורמאַלע הערט מען לעטיש זעלטענער ווי רוסיש, ווײַל די דאָזיקע שפּראַך ווערט גערעדט דורך די טוריסטן, ווי אויך די פֿאַרמעגלעכע מאָסקווער און אַנדערע תּושבֿים, וואָס האָבן געקויפֿט דאָרטן הײַזער און דירות. אַ חוץ דער פֿונקציע פֿון אַ "דאַטשע", קען אַזאַ אינוועסטיציע עפֿענען פֿאַר רײַכע רוסן אַ טיר אין אייראָפּע אַרײַן, ווײַל אַ נײַ געזעץ דערלויבט צו געבן "פּראַוואָזשיטעלסטווע" די אויסלענדער, וועלכע האָבן אינוועסטיציעס (הײַזער בתוכם) אין דער עקאָנאָמיע פֿון לעטלאַנד. קיין באמת אינטערנאַציאָנאַלער קוראָרט האָט זיך פֿון יורמאַלע דערווײַל ניט באַקומען, כאָטש ס׳איז גאַנץ פּאָפּולער, למשל, צווישן ישׂראלים; בפֿרט די געוועזענע סאָוועטישע בירגער. פֿון אַ סאָוועטישן קוראָרט איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן, דער עיקר, אין אַ פּאָסט-סאָוועטישן קוראָרט, וווּ באַנאַנד מיטן מאָסקווער רוסיש הערט מען אַנדערע רעגיאָנעלע וואַריאַציעס און אַקצענטן פֿון דעם לשון.
יעדן זומער פֿירט מען דורך אין יורמאַלע אַ צאָל זייער פּאָפּולערע רוסישע קולטור-אונטערנעמונגען, אַרײַנגערעכנט אַ מוזיק-פֿעסטיוואַל, וועלכער ציט צו די סמעטענע פֿון פּאָפּ-מוזיק. אין יענער צײַט, וואָס פֿאַלט צונויף מיט די סטאַטיסטיש וואַרעמסטע יולי-טעג, ווערט דאָס שטעטל פֿול געפּאַקט. דער עולם וויל אָנקוקן לעבעדיקערהייט די שטערן פֿון דער רוסישער פּאָפּ-בינע. אין ריגע און אין יורמאַלע האָב איך אויך געזען אַפֿישן פֿון אַ ייִדישן פֿעסטיוואַל. פֿון אַמעריקע איז געקומען די זינגערין אַעליטאַ (איר אמתער נאָמען איז מיר ניט באַקאַנט), וועלכע האָט עמיגרירט פֿון ריגע מיט 38 יאָר צוריק. כ׳האָב זיך אַפֿילו אָנגעשטויסן אויף אַ לאַנגן שמועס מיט איר אויף אַ רוסיש-לעטישן טעלעוויזיע-קאַנאַל. זי האָט זייער וואַרעם גערעדט וועגן ייִדיש, און איך האָב איר מוחל געווען די פֿראַזע: "אויף ייִדיש קען מען זאָגן דאָס, וואָס קיין איין שפּראַך דערלויבט ניט צו זאָגן!" גלײַך ווי ס׳איז דאָ אַ שפּראַך, וועגן וועלכער מע קען ניט זאָגן די זעלבע זאַך, און גלײַך ווי אין דעם באַשטייט דאָס חשיבֿות פֿון ייִדיש.
די הײַנטיקע שטאָט ריגע זעט אויס גאָר אַנדערש ווי די שטאָט, וועלכע איך האָב אַ מאָל געהאַט באַזוכט. די הײַזער האָבן באַקומען קאָלירן, זײַנען געוואָרן פּרעכטיק שיין. די אַלטע שטאָט, די קוואַרטאַלן וווּ מיכאַיִל אײַזענשטיין (סערגיי אײַזענשטיינס פֿאָטער) האָט פּראָיעקטירט זײַנע מײַסטערווערק פֿון אַרכיטעקטור, די פּאַרקן. דאָס עסן איז זייער געשמאַק און פֿאַרשיידנאַרטיק. די מוזייען — זייער אינטערעסאַנט. איך האָב פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין דעם מוזיי פֿון אָקופּאַציעס — דער סאָוועטישער און דער דײַטשישער. דאָס איז אַ פּרוּוו אויפֿצובויען אַ נאַציאָנאַלע מיטאָלאָגיע. פֿאַר לעטלאַנד איז עס זייער וויכטיק, ווײַל דאָס לאַנד איז, אין אַ גרויסער מאָס, צעטיילט אויף די עטנישע לעטלענדער און די אַריבער 40 פּראָצענט "רוסישע" (אין זייער צאָל גייען אַרײַן אויך אַנדערע רוסיש-רעדנדיקע).
דער לעטישער טייל וואָלט געוואָלט לעטישיזירן די רוסישע. קודם-כּל, זאָלן זיי איבערנעמען די שפּראַך. דער פּראָצעס, אָבער, גייט זייער פּאַמעלעך. דער יונגער דור קען די שפּראַך, אָבער צווישן זיך רעדט מען סײַ-ווי-סײַ רוסיש. ס׳רובֿ רוסישע ווילן געבן זייערע קינדער רוסישע בילדונג און, בכלל, חלומען וועגן אַ צוויי-שפּראַכיקן לעטלאַנד. די לעטן זײַנען ניט צופֿרידן, אָבער זיי מוזן זיך רעכענען מיטן רוסישן צד, און ניט נאָר צוליב דער היגער באַפֿעלקערונג.
רוסלאַנד איז וויכטיק פֿאַר דער לעטישער עקאָנאָמיע, וועלכע לעבט איבער זייער שווערע צײַטן. לאָמבאַרדן באַגעגנט מען אין ריגע אויף טריט און שריט. איך האָב קיין מאָל אין מײַן לעבן ניט געזען אַזוי פֿיל לאָמבאַרדן. אָבער איך האָב אויך ניט געזען אַזאַ קאָנצענטראַציע פֿון טײַערע — ווי אויך משוגע טײַערע — אויטאָס. מענטשן זײַנען געווען פֿאַרשיכּורט און גענומען קרעדיטן. שפּעטער האָבן אַ סך יחידים און געשעפֿטן באַנקראָטירט. יונגע לײַט האָבן זיך געלאָזט קיין אויסלאַנד, בפֿרט קיין ענגלאַנד און אירלאַנד, צו געפֿינען אַן אַרבעט.
סײַ אין יורמאַלע און סײַ אין ריגע האָב איך געזען אַ סך גרויסע הײַזער, מיט מאָדערנע דירות, וואָס שטייען ליידיק. עס זײַנען ניטאָ קיין קונים. מע זעט אויך פֿאַרמאַכטע פֿאַבריקן, מיט אויסגעקלאַפּטע שויבן — אין די סאָוועטישע צײַטן האָבן דאָרטן געאַרבעט טויזנטער לײַט. איצט דאַרף זיי קיינער ניט. די עקאָנאָמיע פֿון לעטלאַנד זוכט איר אָרט אין אייראָפּע, אָבער געפֿינען געפֿינט זי אָפֿט מאָל אַ בעסערן מאַרק אין רוסלאַנד. מע האַלט, אַז פּראָ-רוסישע שטימונגען וועלן לייגן אַ שטעמפּל אויף די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן אין אַ חודש אַרום.
איך האָב זיך אַרײַנגעטיפֿט אין דער פּאָליטיק, פֿון וועלכער מען פֿילט אַ טעם בײַם קוקן די טעלעוויזיע און לייענען די צײַטונגען. אַ מענטש, וואָס קומט אויף אַ ווײַל, מיט אַ וואַליזע און אַ חשק זיך פּשוט אָפּרוען, פֿילט עס ניט. מע פֿאַרברענגט אַ צײַט אין זייער אַ סימפּאַטיש אָרט, וואָס איז באַפֿעלקערט מיט זייער סימפּאַטישע מענטשן.