‫פֿון רעדאַקציע

די לעצטע וואָך פֿאַר ראָש־השנה איז פֿאַר דער ישׂראל־רעגירונג געווען אָנגעזעטיקט מיט וויכטיקע טרעפֿונגען — אין וואַשינגטאָן, בשעתן אָנשטעלן אַ דירעקטן קאָנטאַקט מיט דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע און אין מאָסקווע, וווּ ס'איז געפֿלויגן דער שוץ־מיניסטער אהוד ברק אונטערצושרײַבן אַ וויכטיקן אָפּמאַך מיט רוסלאַנד וועגן אַ פֿינף־יאָריקער מיטאַרבעט אין געביט פֿון מיליטערישער טעכנאָלאָגיע.

אויב וועגן דעם וויזיט אין וואַשינגטאָן האָט מען געפּויקט אין אַלע מעדיאַ־קאַנאַלן; איז דער וויזיט קיין מאָסקווע כּמעט נישט באַמערקט געוואָרן סײַ אין דער וועלט און סײַ אין ישׂראל גופֿא. מעגלעך, ווײַל מיליטערישע אָפּמאַכן טראָגן אַ מער געשלאָסענעם, פֿאַרמאַכטן כאַראַקטער; און מעגלעך, ווײַל דער וויזיט אין מאָסקווע און זײַן ציל, זאָלן, חלילה, נישט פֿאַרמינערן, אין אַ געוויסן זין די ערשטע שׂימחה אין וואַשינגטאָן.

ווי עס זאָל נישט זײַן, זײַנען די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ישׂראל ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקע, כאָטש מע קען זיי אַוודאי נישט פֿאַרגלײַכן מיט דעם וואָס ס'איז געווען בעת אין מאָסקווער קרעמל זײַנען געזעסן די קאָמוניסטן. די איצטיקע רעגירונג אין קרעמל וויל אַוודאי נאָך אַלץ אַרויסווײַזן איר השפּעה אין מיטעלן מיזרח; טרעפֿט זי זיך אין מאָסקווע מיט דער "כאַמאַס"־פֿירערשאַפֿט, פֿון איין זײַט, און פֿון דער צווייטער זײַט, האַלט זיך פֿאַר אַ מיטגליד פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן "קוואַרטעט". אַ היפּשע צײַט האָט מאָסקווע זיך אַרומגעטראָגן מיט דער אידעע צונויפֿצורופֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם מיטעלן מיזרח, און שוין אַליין וועגן דעם פֿאַרגעסן.

רוסלאַנד איז הײַנט דאָס לאַנד, וואָס העלפֿט אַקטיוו אויפֿצושטעלן אין איראַן איר נוקלעאַרע ענערגעטיק, וואָס איז אין אַ געוויסן זין אַ ממשותדיקער טראָט צום שאַפֿן נוקלעאַר געווער. נאָך מער: רוסלאַנד פֿאַרקויפֿט סאָפֿיסטיקירט געווער סײַ איראַן און סײַ סיריע, וואָס פֿון דאָרט טרעפֿט עס צו די טעראָריסטן פֿון "כעזבאָלאַ" אין לבֿנון און צו "כאַמאַס".

טאַקע די אַלע טעמעס פֿון די רוסלענדישע נאָענטע מיליטערישע פֿאַרבינדונגען מיט ישׂראל־שׂונאים, פֿלעגן נישט איין מאָל אַרומגערעדט ווערן בעת די ביז־איצטיקע באַזוכן קיין מאָסקווע פֿון די הויך־ראַנגיקע ישׂראל־טשינאָווניקעס. און אָט הערן מיר לעצטנס וועגן אַזאַ וויכטיקן מיליטערישן אָפּמאַך, וואָס קאָן מיט רעכט אָנגערופֿן ווערן היסטאָרישער.

לויט דער קאַרגער רעאַקציע פֿון די געציילטע מעדיאַ־קוואַלן, גייט נישט קיין רייד וועגן עפּעס אַ סטראַטעגישן אָפּמאַך, נאָר אַן אָפּמאַך פֿון אַ בשותּפֿותדיקער מיטאַרבעט צווישן ביידע שוץ־מיניטסעריומס. אָבער אַפֿילו אַזאַ מער באַשיידענער דאָקומענט האָט אַרויסגערופֿן בײַ די אַראַבישע פֿרײַנד פֿון רוסלאַנד אַ געוויסע קעגנערשאַפֿט. צוריק גערעדט, האַלטן אייניקע, אַז דורך דעם אָפּמאַך מיט ישׂראל וויל מאָסקווע געבן צו פֿאַרשטיין איראַן און סיריע, אַז זי האָט אויך אַלטערנאַטיווע פּלענער.

דער מיליטערישער קאָרעספּאָנדענט פֿון "ידיעות אַחרונות", אַלעקס פֿישמאַן, האָט באַטאָנט, אַז פֿאַר ישׂראל, איז דאָס אונטערשרײַבן אַזאַ אָפּמאַך, אַפֿילו אויף אַ פֿאָרמעלן אופֿן, אַ גרויסער דערפֿאָלג, האַלטנדיק אין באַטראַכט דעם מיליטערישן אַליאַנץ צווישן רוסלאַנד און סיריע. דערבײַ גיט פֿישמאַן צו: מע דאַרף געדענקען, אַז רוסלאַנד איז נישט קיין קאַטויליש לאַנד, און די שידוכים דאָרט ווערן געשלאָסן נישט אין אַ קאַטוילישער קירך, דעריבער קאָן מאָסקווע, אָן באַזונדערע וואָרענישן "זיך ווידער אויסדרייען צו ירושלים מיט דער פּלייצע."

זאָל דער אָפּמאַך זײַן אַ באַגרענעצטער און אַפֿילו אַ צײַטווײַליקער; אָבער ווי זאָגט מען: פֿון אַ חזיר אַ האָר. דעם אמת געזאָגט, איז די איצטיקע מאָסקווער רעגירונג מער נישט ווערט.