פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, בעת אַ וועטשערע מיט די באַטייליקטע אין די פֿאַרהאַנדלונגען. זיצנדיק, פֿון רעכטס: דער שליח פֿונעם "קוואַרטעט" — טאָני בלער; פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס; ישׁראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו; אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן, און עגיפּטישער פּרעזידענט כאָסני מובאַראַק, פֿאַראַכטאָגן זונטיק, אין "ווײַסן הויז" |
Credit: White House/Pete Souza |
"צום וויפֿלסטן מאָל"? — האָבן מיר שוין געפֿרעגט. און אַז די בשׂורה וועגן דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט איז אויפֿגענומען געוואָרן סקעפּטיש — האָבן מיר שוין געזאָגט? און אַז די דערוואַרטונגען אויף אַ שלום־הסכּם אין די נאָענטסטע יאָרן זײַנען שטאַרק געפֿאַלן — האָבן מיר שוין געשריבן?
וואָס אַלץ איז שוין נישט געשריבן געוואָרן וועגן די שוואַכע אויסזיכטן אויף אַ גיכן שלום אין אונדזער ראַיאָן, און וואָס קאָן מען נאָך צו דעם אַלעם צוגעבן הײַנט, דרײַ טעג נאָך דער דערעפֿענונג פֿון דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט אין וואַשינגטאָן, נאָכן "אײַנפֿעדעמען" — לויטן שנײַדערישן לשון, און נאָכן "אײַנזייפֿן" לויט דער פֿריזירער־שפּראַך — פֿון די דירעקטע געשפּרעכן?
צווישן די צדדים, וואָס דער תּהום צווישן זייערע פֿאַרלאַנגען ווערט מיט יעדן יאָר אַלץ ברייטער און טיפֿער און די שוועריקייטן פֿון דעם פֿרידלעכן דיאַלאָג צווישן די צעקריגטע צדדים ווערט אַלץ שווערער — פֿילט זיך דאָך אַ געוויסע פּאָזיטיווע ענדערונג אין דער געזעלשאַפֿטלעכער אַטמאָספֿער. עס באַווײַזן זיך פּלוצעם געוויסע סימנים פֿון אַ פּאָזיטיוון קער אין דעם באַראָמעטער פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער שטימונג.
ווי געזאָגט, זײַנען שוין געמאַכט געוואָרן מערערע און מער ספּעקטאַקולערע פּרוּוון צוזאַמענצוברענגען די צעקריגטע פֿעלקער אין דעם ראַיאָן פֿון דעם מיטעלן מיזרח, וועלכער איז אָנגעלאָדן מיט אַזוי פֿיל געשפּאַנטער נעגאַטיווער ענערגיע — מיט ענערגיע פֿון נאַפֿט און דינאַמיט, מיט אַטאָמישער שׂינאה און פֿונדאַמענטאַליסטישן טעראָר — און מיט די דורכפֿאַלן פֿון אַלע ביז איצטיקע פּרוּוון. וווּ ליגט די סיבה און דער סוד פֿון דער געענדערטער שטימונג, פֿון דער פּלוצעם פֿאַרשמעלערטער שער צווישן די "אילוזיעס און די קאָנקלוזיעס", דהײַנו — צווישן די דעקלאַרירטע כּוונות פֿון די פּאַרטנערן צו די געשפּרעכן, און די דערוואַרטע רעזולטאַטן פֿון זייערע דירעקטע אונטערהאַנדלונגען, וועלכע זײַנען ווי אויפֿגעצוווּנגען געוואָרן דורך דער נײַער פּאָליטישער סטראַטעגיע פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ און די אַמעריקאַנער אינטערעסן.
די געאָ־פּאָליטישע ענדערונגען אין דעם ראַיאָן זײַנען נישט בלויז אַ רעזולטאַט פֿון דער געענדערטער אַמעריקאַנער סטראַטעגיע. די געפֿאַרן מצד דער מיליטאַנטישער פּאָליטיק פֿון איראַן און די פֿאַרשטאַרקונג פֿון דעם פֿונדאַמענטאַליסטישן טעראָר האָבן צוגעאײַלט די פֿאַרשטאַרקונג פֿון די פֿרידלעכע טענדענצן בײַ די הערשער פֿון די אַראַבישע נאַפֿט־מדינות.
עס זעט אָבער אויס, אַז די אָנוועזנהייט פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט מובאַראַק און פֿון דעם יאָרדאַנישן קעניג אַבדאַלאַ, וועלכע זײַנען בײַגעווען אויף דעם דערעפֿענונגס־אַקט פֿון די שלום־געשפּרעכן ווי גאַראַנטירנדיקע עדות אויך אין נאָמען פֿון אַלע אַראַבישע לענדער, מיטגלידער פֿון דער אַראַבישער ליגע — האָט אָפּגעשוואַכט די קעגנערשאַפֿט פֿון דער פּאַלעסטינער אָנפֿירונג צו ווײַטערדיקע פּשרות, נאָך דעם ווי זיי זײַנען שוין מוותּר געווען, לויט זייער טענה, אויף 78% פֿון דעם פּאַלעסטינער שטח, אויף וועלכן זיי האָבן ביז איצט פּרעטענדירט, אײַנשליסלעך דעם מיזרחדיקן טייל פֿון ירושלים.
און עס וואַרטן אויפֿן אָפּעראַציע־טיש און אויפֿן סדר-היום פֿון די דערעפֿנטע געשפּרעכן די קאַרדינאַלע שטרײַט־ענינים, ווי דער ענין פֿון די פּליטים, די פֿאַרטיילונג פֿון די וואַסער־רעסורסן, זיכערהייט, ירושלים און נאָך. ווייסן מיר דאָך וואָס פֿאַראַ שטאַרקע פֿײַנטלעכע כּוחות לויערן אין דרויסן און מאָביליזירן זיך פֿון ביידע זײַטן פֿונעם קאָנפֿליקט — צו שטרויכלען דעם דיאַלאָג: די, ווי יעדעס מאָל, דורך טעראָר, און די אַנדערע, פֿון דער צווייטער זײַט — דורך פֿאַרשטאַרקן דעם בוי אין די קאָלאָניעס.
וווּ איז נתניהו אין דער דאָזיקער קאָנפֿראָנטאַציע? דער סוד פֿון דער דערוואַרטער הצלחה פֿון דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט ליגט באַהאַלטן בײַ אים. ער האַלט אָבער זײַנע קאָרטן אונטערן טיש. געוויסע סימנים באַווײַזן, אַז אַזוי ווי אַריאל שרון פֿאַר אים איז ער שוין אויך געקומען צו דער אומפֿאַרמײַדלעכער פּשרה צווישן זײַן אידעאָלאָגישער וויזיע און דער רעאַלער ווירקלעכקייט. אויב דאָס איז ווירקלעך געשען, כאָטש עס איז נאָך אַלץ שווער צו גלייבן, וועלן די איצטיקע געשפּרעכן, נישט געקוקט אויף אַלע דערוואַרטע שטרויכלונגען, ברענגען צו אַ ממשותדיקן פֿאָרשריט — וואָס קיינער קען נישט פֿאָרויסזען ווי ווײַט ער וועט דערגיין.
אין דעם ליגט הײַנט די האָפֿענונג אויף דעם נײַעם יאָר — אַז עס וועט טאַקע זײַן, ווי מען ווינטשט זיך, אַ גוט יאָר, אַ שנה־טובֿה.
פֿון חדרה ביז ראַמאַלאַ
עס דערמאָנט זיך מיר אַן עפּיזאָד פֿון מיט אַ יאָר פֿערציק צוריק, ווען איך האָב גענומען אויף אַ שפּאַציר איבערן לאַנד מײַנע געסט, צוויי חבֿרטעס פֿון מײַנע פֿאַרמלחמהדיקע וואַרשעווער קינדער־יאָרן, וואָס זײַנען געקומען פֿון מאָנטרעאָל אויף אַ באַזוך אין ישׂראל. דאָס איז געווען אַ דרײַ יאָר נאָך יענער זעקס־טאָגיקער מלחמה, דערצו נאָך אַ שיינער וועטער. מײַנע געסט זענען געווען צופֿרידן, אַנטציקט פֿון דער לאַנדשאַפֿט און פֿון אַלץ וואָס זיי האָבן געזען דורך די שויבן פֿון דעם אויטאָ און אין די באַזוכטע אָביעקטן. און עס איז אָן ספֿק געווען פֿון וואָס זיך צו אַנטציקן; אַפֿילו פֿאַר טוריסטן פֿון אַזאַ שיין לאַנד ווי קאַנאַדע.
בעת מיר זײַנען פֿאַרבײַגעפֿאָרן דורך דעם שטעטל עפֿולה אין עמק־יזרעאל, האָבן מײַנע געסט פּלוצעם דערזען פֿאַרבײַגיין צוויי אַראַבער אין זייער טראַדיציאָנעלער קליידונג, און האָבן אַ געשרײַ געטאָן אין גרויס איבערראַשונג: — "גיב נאָר אַ קוק, אַראַבער! זיי גייען דאָך אַרום אַזוי פֿרײַ!"...
איך, דער ישׂראלי, בין געווען אַ סך מער איבערראַשט פֿון דער איבערראַשנדיקער שטוינונג, מיט וועלכער עס האָבן רעאַגירט מײַנע קאַנאַדישע געסט, ווי פֿון דעם בילד פֿון די פֿרײַ אַרומגייענדיקע אַראַבער אין דער ייִדישער מדינה. ווי אַ בירגער פֿון אַ פֿרײַען דעמאָקראַטישן לאַנד איז דאָס פֿאַר מיר געווען אַ דורכויס נאַטירלעכע דערשײַנונג.
— איז דאָס טאַקע דאָס וואָס איר, דערצויגענע אין סאָציאַליסטישן גײַסט אין אײַער יוגנט, האָט דאָ דערוואַרט, אַז אַראַבער זאָלן נישט טאָרן אַרומגיין פֿרײַ אין דעם לאַנד וווּ זיי לעבן שוין פֿון דור־דורות? — האָב איך זיי געפֿרעגט.
אָבער אַזוי שרײַבן דאָך די צײַטונגען, אַז די אַראַבער ווערן פֿאַרפֿאָלגט אין מדינת־ישׂראל — האָבן מײַנע קאַנאַדישע געסט זיך פֿאַרענטפֿערט.
מיט אָט דעם ענטפֿער האָט זיך אָבער באַשטעטיקט דער אמת; אַז דער אמת האָט אָן אַ שיעור פּנימער, און אַז די ווירקלעכקייט איז אין דער אמתן אַ פּראָדוקט פֿון אַ מולטיפֿאָקולאַרער אָבסערוואַציע. אַזוי ווי די מולטיפֿאָקאַלע ברילן, וואָס די אָפּטיקערס רעקלאַמירן, לייגן אײַך פֿאָר צו קענען זען פֿון יעדן מעגלעכן קוקווינקל.
עס איז אָבער פֿאַראַן אַן עטישער פֿילטער, וואָס פֿאַרמיטלט און רעגולירט צווישן זיי און באַשטימט די נאָרמעס פֿון אונדזערע האַנדלונגען און די פֿאַרהעלטענישן צווישן יחידים און צווישן עדות, פֿעלקער, שכנים אדג״ל; אַ פֿילטער, וואָס באַשטימט — מיט דער הילף פֿון די באַרופֿענע אינסטאַנצן — די נאָרמעס פֿון וויסן און געוויסן, פֿון יושר, פֿון צדק און מענטשלעכקייט. אָט די נאָרמעס ווערן יעדעס יאָר, טאַקע אין די דאָזיקע טעג פֿון די ימים־נוראים, עקזאַמינירט און אויסגעפּרוּווט דורך יעדער איינעם אויף זײַן שטייגער און אמונה.
דער אויבן באַשריבענער עפּיזאָד איז מיר אויפֿגעקומען אין מײַן זכּרון ווען איך האָב די טעג געלייענט אין איינער פֿון די היגע טאָג־צײַטונגען אַ זשורנאַליסטישן רעפּאָרטאַזש — אַ פֿאַנטאַסטישע באַשרײַבונג פֿונעם הײַנטיקן לעבן אין דער פּאַלעסטינער שטאָט ראַמאַלאַ, צווישן ירושלים און שכם (נאַבלוס). דאָרט געפֿינט זיך צײַטווײַליק דער אַדמיניסטראַטיווער און פּאָליטישער צענטער פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ. פֿאַרוואָס צײַטווײַליק? — ווײַל כאָטש איר אָנפֿירונג באַציט זיך — אַזוי ווי די פֿון ישׂראל — סקעפּטיש צו די דערוואַרטונגען פֿון די אויפֿגעצוווּנגענע דורך פּרעזידענט אָבאַמאַ דירעקטע שלום־געשפּרעכן, לעבט זי דאָך מיט דער וויזיע, אַז די הויפּט־שטאָט פֿון דער אויפֿקומענדיקער פּאַלעסטינער מדינה וועט אין דער צוקונפֿט זײַן ירושלים — דער אָקופּירט־אַנעקסירטער אַראַבישער מיזרח־טייל פֿון דער הייליקער שטאָט — "אל קודס".
אָבער — פֿאַרוואָס רעדן מיר דאָ וועגן "וויזיע", "פֿאַנטאַזיע" און "צוקונפֿט" — ווען אַלע דרײַ זענען שוין דאָ, אויפֿן אָרט, אין דער ביז איצט ברוטאַל־פֿײַנטלעכער שטאָט. זי האָט גערעדט צו אונדז מיט שטיינער, מיט לינטש פֿון ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און מיט שׂינאה — אַזוי ווי אירע ייִדישע שכנים, די ייִנגלעך פֿון די "בערגלעך" ריידן צו זיי; און כּדי אַרײַנצוקומען אַהין פֿון ירושלים האָט מען ביז איצט געדאַרפֿט אַדורכמאַכן צענדליקער קילאָמעטער און מויערן און פּלויטן פֿון שטעכל־דראָט און פֿאַרצוימונגען און מיליטערישע וואַכן און לאַנגע שעהען פֿון וואַרטן אונטער דער ברענענדיקער זון און זײַן אויסגעשטעלט אויף דערנידעריקונגען און ביוראָקראַטישע פּאַפּירן און פֿאָרמאַליטעטן אאַז"וו. אַזוי האָט אויסגעזען די טרויעריקע ווירקלעכקייט פֿון דער אָקופּאַציע. אַזאַ נסיעה וואָס האָט אין יענע באַדינגונגען פֿון ערשט נעכטן געדויערט לאַנגע, לאַנגע שעהען — האָט זיך הײַנט פּלוצעם אַנטפּלעקט אין קורצע 40 מינוט — כּדי אַרײַנצוקומען אין אַ שטאָט פֿון לויטער שלום, לויטער פֿרײַנדשאַפֿט און העפֿלעכקייט — אָן זיכערהייטס־לײַט און אָן זיכערהייטס־קאָנטראָלן און אָן זוכענישן אין דײַנע בעבעכעס — אַפֿילו כּדי אַרײַנצוקומען צום העכסטן רעגירונגס־מאַן.
איז דאָס גלייבלעך? קען דאָס אמת זײַן נאָך פֿאַרן אַרײַנטרעטן אין די אומגעהייער שווערע, קאָמפּליצירטע שלום־אונטערהאַנדלונגען?
איר גלייבט נישט? — הערט וואָס עס דערציילט אַלון גאָלדשטיין אין דער בײַלאַגע פֿון "ידיעות אחרונות" פֿון דעם 29סטן אויגוסט, 2010: אמת, נאָך נישט אין "אל קודס", דעם אַראַבישן טייל פֿון מיזרח־ירושלים, וואָס זײַן גורל ליגט נאָך אויפֿן סדר־היום פֿון דעם אָפּעראַציע־טיש די צדדים.
"אַזוי ווי אין תּל־אָבֿיבֿ!"
כּדי אָנצוקומען קיין ראַמאַלאַ, שרײַבט דער קאָרעספּאָנדענט, איז ער אַרויס פֿון זײַן שטוב אויף דער זײַט פֿון דעם שוין לאַנג פֿאַרגעסענעם באַגריף "גרינע ליניע", און זיך אַרײַנגעזעצט אין אַ טעקסי. דורך דעם שאָסיי 443 (וועלכן מ’האָט ביז נישט לאַנג אָנגערופן "אַפּאַרטהייד־שאָסיי", ווײַל ער איז געוואָרן אויסגעפֿלאַסטערט פֿאַר די קאָלאָניסטן און איז ביז לעצטנס געווען פֿאַרבאָטן פֿאַר די פּאַלעסטינער — ביז דעם אורטייל פֿון העכסטן געריכט, וועלכער האָט פֿאַראָרדנט צו עפֿענען דעם שאָסיי פֿאַר אַלע) און פֿון דאָרטן — האָפּ, גלײַך קיין ראַמאַלאַ, "די תּל־אָבֿיבֿ פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט". אין משך פֿונעם טאָג אַרומגעלאָפֿן צווישן די פֿאַרשיידענע בנינים פֿון דער פֿאַרוואַלטונג. אַרײַן און אַרויס אומגעשטערט און אומגעפֿרעגט, אין די ביוראָען פֿון דרײַ פֿון די העכסטע דיגניטאַרן פֿון דער אויטאָריטעט אין דרײַ פֿאַרשיידענע געגנטן פֿון ראַמאַלאַ. צום סוף פֿון דעם טאָג, שרײַבט דער קאָרעספּאָנדענט, האָט ער גענומען אַ טעקסי און זיך צוריקגעקערט אַהיים, אַ מרחק פֿון 55 מינוט פֿאָרן.
דאָס אַלץ אָן פֿאַרהאַלטן צו ווערן אַפֿילו קיין איינציקן מאָל אויפֿן וועג, נישט בײַם אַרײַנפֿאָר קיין ראַמאַלאַ און נישט בײַם אַרויספֿאָר. נישט בײַם אַרײַנגאַנג, אין וועלכן עס איז בנין אָדער ביוראָ אין דער שטאָט. קיינער האָט אים נישט געפֿרעגט ווער ער איז, נישט געבעטן צו ווײַזן אַן אידענטיטעט־קאַרטע. "טאָמער וואָלט איך געוואָלט, שרײַבט ער — וואָלט איך געקענט מיטנעמען מיט זיך געווער און קידנעפּן יעדן באַליביקן פֿאַרבײַגייער, אַרײַנפּאַקן אין באַגאַזש־קאַסטן פֿון אַ פּאַרקירנדיקן אויטאָ און אַוועקפֿאָרן מיט אים, און פֿאַרקערט — אַזוי האָט מען אויך מיך געקענט קידנעפּן און — ווער ווייסט, וואָס פֿון דעם וואָלט אַרויסגעקומען"...
אויך איצט, אַ וואָך נאָך דעם ווי ער האָט זיך פֿון דאָרט צוריקגעקערט, שרײַבט דער מחבר פֿון אָט דער שילדערונג, איז אים שווער צו באַנעמען די לײַכטקייט און די נאַטירלעכקייט פֿון אַ נסיעה אַהין. "אָדער — איז אפֿשר דער שלום שוין געקומען, נאָר עמעצער האָט פּשוט פֿאַרגעסן אונדז צו אינפֿאָרמירן וועגן דעם. אָדער, ווער ווייסט, אונדזער גאַנצער ראָמאַן מיט זיי איז אַזוי שטאַרק פֿאַרפּלאָנטערט, אַז נאָר אַ צופֿעליקער בליץ פֿון אַ שווערד איז עלול דאָס צו ענדערן".
די באַשרײַבונג פֿון דעם יסורים־וועג קיין ראַמאַלאַ און פֿון דער אידיליע אין דער זעלבער שטאָט, באַווײַזן ווי פּײַנעוודיק־שווער און ווי גרינגלעך־לײַכט עס קאָן זײַן דאָס דערגרייכן דעם שלום. דער "כאַמאַס" און זײַנע פֿאַרבינדעטע האָבן שוין געפּרוּווט אים שטרויכלען אין סאַמע ערשטן טאָג פֿון דעם באַנײַטן אָנשטרענג. אָבער — ווער האָט זיך דאָס געקענט פֿאָרשטעלן, אַז אויפֿן דריטן טאָג פֿון דעם פֿאַרמעסט וועט קומען דער ערשטער שווערער קלאַפּ פֿון אינעווייניק, פֿון דעם אויסערן־מיניסטער!
האָט דאָך טאַקע אַמאָל דער אַמעריקאַנער מלוכה־מאַן הענרי קיסינדזשער געזאָגט, אַז ישׂראל האָט נישט קיין אויסערן־פּאָליטיק, נאָר אַ פּאָליטיק פֿון אינערלעכע אינטערעסן. אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט דאָס איצט אַזוי באַשײַמפּערלעך דערוויזן...
אָבער, נישט בלויז דער בליץ פֿון אַ שווערד. אויך די "ברכה" פֿון דעם "גאון הדור" דעם געוועזענעם ספֿרדישן הויפּט־רבֿ פֿון דער מדינה און גײַסטיקער מנהיג פֿון ש״ס, הרבֿ עובֿדיה יוסף, האָט "געבענטשט" מיט דער קללה ער זאָל "געניזיקט ווערן צוזאַמען מיט זײַנע אָנהענגער" — דעם פּרעדידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט מוכאַמעד אַבאַס (אַבו מאַזען), ערבֿ זײַן אַרויספֿאָר קיין וואַשינגטאָן, וווּ נתניהו האָט אים פֿײַערלעך דערקלערט: איר זײַט אונדזער פּאַרטנער צו אַ שלום".
תּל־אָבֿיבֿ, סעפּט. 9, 2010