ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאָיסיי פֿישביין
מאָיסיי פֿישביין

מיט אַ היפּשער צײַט צוריק, פּונקט דעמאָלט, ווען ס'איז זיך צעפֿאַלן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן, זײַנען אויפֿגעקומען נײַע אומאָפּהענגיקע מלוכות, איז אין אַ טאָג צו מיר צוגעקומען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנצויזישער ליטעראַטור און געשטעלט מיר אַן אומגעוויינטלעכע פֿראַגע. אַליין אַ געוועזענער עמיגראַנט פֿון ליטע, האָב איך דעמאָלט געאַרבעט אינעם זשענעווער אוניווערסיטעט. "איך האָב ערשט אַנטדענקט אויף דער מאַפּע פֿון אייראָפּע אַ נײַ לאַנד, וואָס ביז אַהער האָב איך וועגן דעם נישט געהערט, עס הייסט אוקראַיִנע — האָט מיר מיטגעטיילט דער פּראָפֿעסאָר, — אפֿשר ווייסט איר: אוקראַיִנע האָט עפּעס באַקאַנטע נאַציאָנאַלע שרײַבער, פּאָעטן?"

איך אַליין האָב זיך נישט אונטערגענומען צו געבן דעם פּראָפֿעסאָר אַן אויסשעפּלעכן ענטפֿער. דעמאָלט האָבן אַלע נײַגעריקע צו וויסן מער וועגן דעם זיך געוואָנדן נאָך אַן ענטפֿער צום פּראָפֿעסאָר פֿון סלאַוויסטיק זשאָרזש נעווע. יענער האָט אויסגעהערט די פֿראַגע, זיך אַ קראַץ געטאָן אין דעם נאַקן און געזאָגט: בכלל זײַנען אין אוקראַיִנע דאָ אַ סך שרײַבער, אָבער עמעצער מיט אַ שם אין דער וועלט — אַזאַ קען ער עפּעס נישט; סײַדן, מאָיסיי פֿישביין. אָבער ער וווינט אין מינכן, נישט אין אוקראַיִנע...

טאַקע אין מינכן האָב איך זיך געטראָפֿן מיט פֿישביינען. ער האָט געאַרבעט אינעם אוקראַיִנישן אָפּטייל בײַ דעם ראַדיאָ "סוואָבאָדאַ" (פֿרײַהייט); קיין אָפֿענער מענטש איז ער נישט געווען, און קיינער האָט זיך נישט אונטערגענומען אונדז צו באַקענען. בין איך אַליין צו אים צוגעגאַנגען. אָבער קיין שמועס האָט זיך בײַ אונדז נישט באַקומען. פֿישביין האָט בײַ זיך באַשלאָסן, אַז איך, "ווי אַלע אַנדערע מיטאַרבעטער אין דער סטאַנציע, בין אַ רוסישער שאָוויניסט". גאָר אין גיכן האָב איך געהערט אַ פּראָגראַם אויף דעם ראַדיאָ, וואָס איגאָר פּאָמעראַנץ האָט געווידמעט זײַן לאַנדסמאַן, דעם דיכטער פֿישביין. פֿישביין האָט אין דער פּראָגראַם פֿאָרגעשטעלט זײַנע לידער; ער האָט זיי אָבער נישט געלייענט, נאָר געזונגען. יאָ, יאָ, בפֿירוש געזונגען! כ'קאָן נישט הײַנט, נאָך אַזוי פֿיל יאָרן, איבערגעבן די געפֿילן, ווי באַאײַנדרוקט כ'בין דעמאָלט געווען. איין זאַך איז מיר קלאָר געוואָרן: פּראָפֿעסאָר ניווע איז געווען גערעכט — דער פּאָעט פֿישביין איז אַן אויסערגעוויינטלעכע דערשײַנונג.

מאָיסיי פֿישביין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1946, אין טשערנאָוויץ. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין קיִעוו, ווי אַ פֿילאָלאָג. זײַן ערשטע פּובליקאַציע, אַ ציקל לידער "וואַרעמער אָטעם", האָט זיך באַוויזן אין דעצעמבער 1970 אינעם אוקראַיִנישן ליטעראַרישן זשורנאַל "וויטטשיזנאַ". אין 1974 איז אין קיִעוו דערשינען זײַן ערשט לידער־בוך "יאַמבישער קרײַז". הגם אין די ליטעראַרישע קרײַזן איז דער דיכטער הויך אָפּגעשאַצט געוואָרן, האָט אים די אָפֿיציעלע סאָוועטישע עליט, דורכגעדרונגען מיט אַנטיסעמיטיזם, אָפּגעשטויסן. ער האָט אַפֿילו פֿאַר זיך נישט געקאָנט געפֿינען קיין אַרבעט. בלײַבנדיק אָן מיטלען צום לעבן, האָט דער פּאָעט געמוזט אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל אין 1979.

אָבער אויך אין ישׂראל האָט פֿישביין זיך קיין אָרט נישט געפֿונען און ער פֿאַרלאָזט דאָס ייִדישע לאַנד. ער באַזעצט זיך אין דײַטשלאַנד, אין מינכן, וווּ ער הייבט אָן זײַן אַרבעט אין דעם ראַדיאָ "סוואָבאָדאַ", בײַם אוקראַיִנישן אָפּטייל. ער שרײַבט ווײַטער לידער און אין 1984, דערשײַנט אינעם ניו־יאָרקער פֿאַרלאַג "סוטשסניסט" זײַן נײַ בוך "זאַמלבוך אָן אַ נאָמען", וואָס באַשטייט פֿון דרײַ טיילן: 28 אָריגינעלע לידער, אַ ציקל לידער פֿאַר קינדער און אַ טייל פֿון איבערזעצונגען פֿון רוסיש, דײַטש, פֿראַנצייזיש, ייִדיש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן.

פֿון יאָר 1989, נאָך אַ צען־יאָריקן איבעררײַס, הייבט מען אין אוקראַיִנע אָן דרוקן פֿישביינס לידער, פּובליציסטישע אַרטיקלען, איבערזעצונגען און פּראָזע. אַזוי, למשל, איז אינעם זשורנאַל "ווסעסוויט" (1989, נומ' 9) אָפּגעדרוקט געוואָרן זײַן איבערזעצונג אויף אוקראַיִניש פֿון ביאַליקס ליד "על סף בית־המדרש". שפּעטער איז דערשינען אַ בוך מיט פֿישביינס קינדער־לידער אויף אוקראַיִניש מיט אַ פּאַראַלעלער איבערזעצונג אויף עבֿרית, געמאַכט פֿון מ. ווינקלער. צו דער צײַט גייט אויך אַרויס אין ישׂראל, אינעם זשורנאַל "אַפּיריון" אַ ציקל זײַנע לידער איבערגעזעצט אין עבֿרית.

אין 1996 דערזעט די ליכטיקע שײַן זײַן בוך "אַפּאָקריפֿן", וווּ עס זײַנען אַרײַן לידער, פּאָעטישע איבערזעצונגען, פּראָזע און לידער פֿאַר קינדער. אַנדערע ביכער: "שטויביקע שאָטנס" (לוויוו, 2001) און "אַפֿעריזמען" (קיִעוו, 2003). די לידער פֿון פֿישביין גיבן איבער דעם גײַסטיקן דראַמאַטיזם פֿונעם דיכטער, וואָס פֿאַראייניקט אין זיך דעם אוקראַיִנישן קיִום און דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן זכּרון. זײַן דיכטונג טראָגט אין זיך דעם טראַגיזם און פּאַטאָס פֿון צוויי וועלטן — אוקראַיִנישער און ייִדישער. צום ערשטן מאָל איז אַזאַ טרעפֿונג פֿון צוויי וועלטן פֿאָרגעקומען אויף אוקראַיִניש.

ווײַט נישט קיין אידילישע געשיכטע האָט צונויפֿגעפֿירט די צוויי פֿעלקער; ס'איז שוין גיכער אַ צונויפֿשטויס פֿון טראַגעדיעס, אויסגעדריקט אין אַ פּאָעטישער פֿאָרעם. אוקראַיִנע און ישׂראל — צוויי היימלענדער, אין זיי עקזיסטירט דער פּאָעטישער "איך" פֿון פֿישביין; די צוויי געשטאַלטן פֿלעכטן זיך איבער און פֿאַרוואַנדלען זיך אין פּאָעטישע סימבאָלן. דורך זײַן גאַנצער פּאָעזיע, גייען דורך, ווי דער הויפּט־מאָטיוו, די געשטאַלטן פֿון אַ טײַך (דניעפּער) און אַ וואַנט (כּותל־מערבֿי), פֿון קיִעוו און ירושלים; און די דערהויבנקייט פֿון דער ביבל־שפּראַך איז דורכגעדרונגען מיט דער אוקראַיִנישער עמאָציאָנעלקייט.

מאָיסיי פֿישביין האָט אַ זעלטענעם שפּראַך־געהער און אַ געפֿיל צום אוקראַיִנישן וואָרט. באַזונדער בולט זעט מען עס בײַ זײַנע איבערזעצונגען פֿון הײַנע, ביאַליק, צעלאַן, רילקע און באָדלער. די ייִדיש־אוקראַיִנישע פּאָעטישע באַגעגעניש איז בײַ פֿישביין נישט בלויז אינטאָנירט אויף אוקראַיִניש; די שפּראַך אַליין ווערט דער הויפּט־העלד אין זײַן דיכטונג און שאַפֿט אַ צונויפֿשמעלץ פֿון צוויי וועלטן — דער אוקראַיִנישער און דער ייִדישער.

הײַנט איז פֿישביין אַן אָנערקענטער אוקראַיִנישער שרײַבער. זײַנע לידער, פּראָזע און עסייען דרוקן די אוקראַיִנישע אויסגאַבעס איבער דער וועלט. צומאָל הייבט פֿישביין אָן זײַנע אויפֿטריטן אויף עבֿרית און דערמיט ווײַזט ער אַרויס זײַן שײַכות צו ישׂראל. מיט פֿישביינס נאָמען איז פֿאַרבונדן זייער אַ באַרעמהאַרציקע אַקציע, דהײַנו — ישׂראל איז געווען דאָס ערשטע לאַנד אין דער וועלט, וואָס האָט אויפֿגענומען צו היילן אַ גרופּע אוקראַיִנישע קינדער, וואָס האָבן געליטן פֿון דער נוקלעאַרער קאַטאַסטראָפֿע אין טשערנאָביל.