ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Esther Kreitman.
Diamonds.
Translated by Heather Valencia.
London: David Paul, 2010.


ייִדישע ליטעראַטור האָט ניט קיין גרויס מזל מיט איברזעצונגען. חוץ דעם, וואָס ייִדיש לאָזט זיך ניט גרינג איבערטײַטשן אויף אַן אַנדער לשון, זײַנען נאָך אָפֿטמאָל פֿאַראַן צרות פֿון פֿינאַנציעלן און פּערזענלעכן כאַראַקטער. עס איז דערפֿאַר זייער וויכטיק, ווען עס באַווײַזט זיך אַ נײַע פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצונג פֿון אַ בוך, וואָס איז אין גאַנצן נײַ פֿאַרן פֿרעמד־שפּראַכיקן עולם. דערפֿאַר איז די פּובליקאַציע פֿון אסתּר קרייטמאַנס ראָמאַן "בריליאַנטן" (1944) אין דער איבערזעצוגנ פֿון העטהער וואַלענסיאַ, דערשינען אינעם קליינעם אומאָפּהענגיקן לאָנדאָנער פֿאַרלאַג "דוד פּאָל"; אַ גאָר וויכטיקע ליטעראַרישע געשעעניש. צום באַדויערן, האָט דאָס בוך נאָך ניט באַקומען אַ געהעריקן אָפּקלאַנג וואָס עס פֿאַרדינט.

אין משך פֿון די לעצטע זעקס יאָר האָט דער ענגלישער לייענער באַקומען, אַ דאַנק דעם פֿאַרלאַג "דוד פּאָל", די געזאַמלטע ווערק פֿון קרייטמאַן (די שוועסטער פֿון י. י. זינגער און יצחק באַשעוויס־זינגער) אין אַלטע און נײַע איבערזעצונגען און מיט זאַכלעכע הקדמות און הערות׃ דעם ראָמאַן "שדים־טאַנץ" (אין דער ענגלישער איבערזעצונג "דעבראַ"), די זאַמלונג פֿון דערציילונגען "ייִחוס" ("בליץ" אויף ענגליש) און איצט — דער לעצטער ראָמאַן פֿון דער שרײַבערין — "בריליאַנטן" (דער ייִדישער אָריגינאַל איז פֿאַראַן אויף דעם וועב־זײַטל פֿון דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע).

דער אינטערעס צו קרייטמאַנס ליטעראַרישער ירושה האָט צוויי צדדים. פֿון איין זײַט, זוכט מען אין אירע ווערק סימנים און רמזים, וואָס זאָלן קענען אַנטפּלעקן נײַע טשיקאַווע פּרטים וועגן דעם לעבן פֿון דער משפּחה זינגער, דער סאַמע באַרימטער ליטעראַרישער פֿאַמיליע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דער צד־שכּנגד טענהט, אַז מען דאַרף אָפּשאַצן קרייטמאַנס שאַפֿונג ווי איר אייגענעם ליטעראַרישן אויפֿטו און אַרויסשלעפּן זי פֿון אירע ברידערס שאָטן. צו דער ערשטער קאַטעגאָריע קריטיקער געהערן כּסדר מענער, צו דער אַנדערער — פֿרויען.

אינעם אַרײַנפֿיר צו איר איבערזעצונג פֿון "בריליאַנטן" מאַכט וואַלענסיאַ אַ קורצן איבערזיכט פֿון קרייטמאַנס שאַפֿונג בכלל און פֿונעם ראָמאַן "בריליאַנטן" בפֿרט. אַזוי ווי "שדים־טאַנץ", האָט דער דאָזיקער ראָמאַן אַ געוויסן ביאָגראַפֿישן הינטערגרונט, אָבער ער לאָזט זיך ניט אויסטײַטשן ווי אַ שליסל צו קרייטמאַנס לעבן. פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן אסתּר און איר מאַן אבֿרהם קרײַטמאַן געוווינט אין אַנטווערפּען, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ בריליאַנטן־שלײַפֿער. מיטן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה זײַנען זיי אַנטלאָפֿן קיין לאָנדאָן, וווּ אסתּר קרייטמאַן האָט פֿאַרבראַכט דאָס רעשט פֿון איר לעבן.

ווי עס קומט פֿונעם טיטל, פֿאַרנעמען בריליאַנטן דאָס צענטראַלע אָרט אינעם ראָמאַן. אַלע פּערסאָנאַזשן זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרטאָן אינעם בריליאַנטן־געשעפֿט, פֿון שנײַדן און שלײַפֿן ביז מעקלערײַ און האַנדלערײַ. דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן, גדליה בערמאַן, איז אַן אָרעמער גאַליציאַנער ייִד, וואָס איז געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע "בריליאַנטניקעס" אין אַנטווערפּען. זײַן גאַנץ לעבן דרייט זיך אַרום די שטיינער — די איינציקע זאַך וואָס ער פֿאַרשטייט און האָט ליב.

אסתּר קרייטמאַן האָט אַ פּעסימיסטישן קוק אויף דער מענטשלעכער נאַטור. יעדער כאַראַקטער אין אירע ביכער האָט אַן אינערלעכע פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעם, וואָס שטערט אים אויפֿצובויען פּאָזיטיווע באַציִונגען מיט דער אַרומיקער וועלט. בערמאַן, פֿאַרטאָן אין זײַנע געשעפֿטן, סמט אָפּ דאָס לעבן פֿון זײַן משפּחה. זײַנע קינדער ווייסן ניט, וואָס צו טאָן מיט זיך אין לעבן און וואַרפֿן זיך פֿון איין זאַך צו דער אַנדערער. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אויסצוטײַטשן דעם דאָזיקן פּעסימיזם, ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון קרייטמאַנס אייגענער לעבנס־דערפֿאַרונג. אָבער להיפּוך צו "שדים־טאַנץ", האָט דער ראָמאַן "בריליאַנטן" ניט קיין העלד, וואָס מען וואָלט געקאָנט אין דעם דערזען אַ זעלבסט־פּאָרטרעט פֿון דער מחברין.

די שרײַבערין האָט אַ שאַרף אויג פֿאַר שטייגערישע פּרטים. זי באַשרײַבט פּרטימדיק די טעכניק פֿון באַאַרבעטן בריליאַנטן און די שווערע לעבנס־באַדינגונגען פֿון די אַרבעטער. דער דאָזיקער דערציילערישער אַספּעקט פֿון איר ליטעראַרישן סטיל איז איבערגעגעבן אַקוראַט און פּינקטלעך אין דער איבערזעצונג. ווייניקער געלונגען איז די ענגלישע רעפּראָדוקציע פֿון דיאַלאָגן, וואָס אינעם אָריגינאַל זײַנען זיי פֿולגעפּאַקט מיט פֿלעמישע, ענגלישע, פֿראַנצויזישע און דײַטשישע ווערטער און ווערטלעך.

איינע פֿון די גרעסטע פּראָבלעמען בײַ איבערזעצן פֿון ייִדיש איז דווקא אָט די לינגוויסטישע בייגעוודיקייט פֿון דער שפּראַך. ייִדיש איז אָפֿן צו כּלערליי פֿרעמדע השפּעות, וואָס קומען פֿון די אַרומיקע שפּראַכן. זינט דער השׂכּלה־תּקופֿה האָבן די ייִדישע שרײַבער גענוצט די דאָזיקע אייגנשאַפֿט, כּדי צו באַטאָנען די אייגנאַרטיקייט פֿון זייערע פּערסאָנאַזשן. אסתּר קרייטמאַן איז אַ מײַסטערין פֿון אַזאַ מין לינגוויסטישער שפּיל. מיט אַ פּאָר ווערטער מאָלט זי אויס אַ כאַראַקטער׃ "נו, ווי געיטס, הער שאַפּיראָ? — זאָ. דאַנקע שעין. מען לעבט ברוך השם!" אַזאַ געמיש פֿון "חויכדײַטש" מיט היימישן ייִדיש איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר סוחרים פֿונעם "בעסערן שטאַנד", וואָס ווילן זיך אויסטיילן פֿון געמיינע מעקלער.

דער דאָזיקער אַספּעקט פֿון קרייטמאַנס סטיל לאָזט זיך, צום באַדויערן, ניט פֿילן אין דער איבערזעצונג. דער ענגלישער טעקסט לייענט זיך גלאַט און פֿליסיק, אָבער האָט ניט גענוג טעם. ער ווערט לעבעדיקער אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם ראָמאַן, ווען די האַנדלונג רוקט זיך אַריבער קיין לאָנדאָן און די איבערזעצערין פֿילט זיך פֿרײַ צו באַנוצן ענגלישע אידיאָמען. דאָ פֿילט דער לייענער בפֿירוש קרייטמאַנס ביטערע איראָניע, בפֿרט ווען זי באַשרײַבט די ענגלישע ייִדן.

עס איז אַוודאי גאַנץ גרינג צו קריטיקירן אַן איבערזעצונג און געבן עצות. אָבער סוף־כּל־סוף, שאַפֿט יעדער איבערזעצער זײַן אייגענעם נוסח פֿון דעם אָריגינאַל, און דער נוסח וואַלענסיאַ איז עד־היום דער בעסטער, וואָס מיר פֿאַרמאָגן צווישן די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון אסתּר קרייטמאַן. עס וואָלט אפֿשר געווען כּדאַי זי זאָל זיך נעמען אויף ס׳נײַ איבערזעצן דעם ראָמאַן "שדים־טאַנץ", וואָס וואָלט פֿאַרראָכטן די פֿעלערן און בלויזן פֿון דער פֿאַראַנענער איבערזעצונג.