טעאַטער

פֿון רעכטס: סטעפֿאַן קאַרסבערג, אַדי לערער, אַנאַ סאַוואַ, שמעון פּערלין, דזשוליעט דאַנטע,
אין דער פֿאָרשטעלונג "דער דיבוק"
פֿון רעכטס: סטעפֿאַן קאַרסבערג, אַדי לערער, אַנאַ סאַוואַ, שמעון פּערלין, דזשוליעט דאַנטע, אין דער פֿאָרשטעלונג "דער דיבוק"
Photo by Cathy Rocher

לויט ווי איך פֿאַרשטיי, וואָלט געווען אַן אָך און וויי צו דער וועלט ווען נישט די ייִדן, די אויסטערלישסטע און אינטערעסאַנטסטע פֿון אַלע פֿעלקער אין אַלע צײַטן. אָן אונדז וואָלט די וועלט אויסגעזען פֿאַראָרעמט און פֿאַראומערט. העלפֿט גאָט און ס’באַווײַזן זיך אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון דעם ערדקוגל די פֿילקאָלירטע, שעפֿערישסטע און שאַרף זיניקע אַחינו־בני־ישׂראל, מיט זייער אויסטערלישער געשיכטע, מיט זייער חכמה און זייער אַוועקמאַכן מיט דער האַנט "נישט גוט? ס’וועט זײַן גוט!" מיט זייער טרײַבן קאַטאָוועס און כּסדר פּאָרען זיך אַרום דעם געוויסן פֿון דער וועלט ווי די מוראַשקעס אַרום זייער מלכּה.

מיר האָבן פֿאַרפֿעלט אַרויסצונעמען אַ פּאַטענט און "קאָפּירײַט," אין דער "ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס" אין וואַשינגטאָן, אויף אונדזער תּורה, קולטור, ליטעראַטור און דאָס גלײַכן. אַזוי, אַז ווען עס איז געקומען דערצו, האָבן די פֿעלקער פֿון דער וועלט געעפֿנט אַ "סטאָרקע" פּונקט אַנטקעגן אונדזער קלייט, און גענומען האַנדלען מיט אַזוי־גערופֿענע נײַע רעליגיעס, וואָס זיי האָבן גענאַשט פֿון אונדז. און אַנשטאָט גיין צו קינד מיט זייערע נײַע רעליגיעס ווי עס פֿירט זיך בײַ אַ נײַעם געבורט, האָבן די ייִדן געדאַרפֿט לייגן קאַרק און נאַקן. די שולדיקע אין זייער אָפּקלײַב פֿון געטער; און נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, האָבן מיר, ייִדן, באַרײַכערט, אָדער געניזוקט די וועלט מיט אונדזערע אײַנפֿאַלן.

דאָס איז מיר געקומען אין זינען בעת איך האָב זיך געזעצט זען דעם "דיבוק," וואָס מען האָט אימפּאָרטירט אַהער אַזש פֿון ענגלאַנד. געשריבן און אַדאַפּטירט האָט דאָס "קונסטווערק," דזשוליאַ פּאַסקאַל. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי האָט מסתּמא געלייענט אַן איבערזעצונג פֿון אַנ־סקיס "דיבוק," און פֿאַרשטאַנען אַ פֿײַג. און כאָטש ש. אַנ־סקי האָט געשריבן דעם "דיבוק," פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און געווען איינער פֿון זיי, האָט ער אין זינען געהאַט צו שילדערן אַ ייִדישע וועלט, פֿול מיט איבערגלויבנס און זאַבאָבאָנעס וואָס זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט דער פֿאַרצײַטיקער פֿרומער וועלט. אַנ־סקי איז געווען געקניפּט און געבונדן מיט דער עקספּעדיציע פֿון 1911 ביז 1919, וואָס באַראָן הירש האָט פֿינאַנצירט, האָט ער געפֿירט זײַן עקספּעדיציע מיט אַ סוויטע מזויקער, פֿאָלקלאָריסטן, עטנאָגראַפֿן און געזאַמלט אין די שטעטלעך פֿון פּוילן און גאַליציע מעשׂיות, מוזיק, פֿאָלקס־שאַפֿונג, שפּריכווערטער און איבערגלויבענישן. דאָרט האָט ער זיך טאַקע אָנגעשטויסן אין אַ מעשׂה וואָס ייִדן האָבן דערציילט, און דערפֿון איז אַרויסגעשפּרונגען דער "דיבוק."

זעט אויס, אַז די דראַמאַטורגין איז געווען אויף אַזוי פֿיל באַאײַנדרוקט פֿון דער פּיעסע, אַז זי האָט עס אַדאַפּטירט. זי האָט עס אָבער פֿאַרבונדן מיטן חורבן, מיט געטאָ און דײַטשן, מיט באַהעלטענישן, מיט דער געלער לאַטע, די טראַנספּאָרטן, און משוגעת, דאָס הייסט, אַז מאַרשירנדיק צום טויט אונטער דער מוזיק פֿון מאָצאַרטס "רעקוויום," האָבן זיך די ייִדן פֿאַרוואַנדלט אין דיבוקים. אַ פֿאָלק פֿון דיבוקים איז געגאַנגען צום טויט.

צו דעם אויספֿיר קען נאָר דערגיין אַ פֿרעמדער, איינער פֿאַר וועמען אונדזער קולטור און קולטור־געשיכטע איז לגמרי פֿרעמד. און אַזוי ווי די דראַמאַטורגין איז נישט קיין ייִדישע, האָט זי זיך אַליין מיט איר ווערק פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿרעמדן דיבוק, רחמנא־לצלן. און וועמען עס איז באַקאַנט, ווי אַזוי די רביים האָבן אין די אַמאָליקע צײַטן אַרויסגעטריבן דעם דיבוק, האָט דער עולם געציטערט און געפֿלאַטערט בײַם זען די דראַמע אויף דער בינע.

אָבער בײַ די פֿרעמדע, וואָס האָבן זיך צוגעכאַפּט צו אַנ־סקיס "דיבוק," וואָס האָט געשטאַמט פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער פֿאַנטאַזיע, האָט מען עס פֿאַרוואַנדלט אין ווילדע געוואַלדן און געשרייען וואָס זײַנען דערגאַנגען ביזן זיבעטן הימל; אַ גוייִשער הימל, מיט אַ גוייִשן דיבוק.

פֿאַר אונדז באַווײַזט זיך די בינע, באַהאָנגען מיט אַלטע שמאַטעס, קליידער, הויזן, רעק, קאָלדרעס... איינע פֿון די אַקטריסעס, דזשוליאַ פּאַסקאַל, שילדערט ייִדן, ערגעץ אין אַ באַהעלטעניש אָדער גאָר אין געטאָ. אויף די קליידער וואָס זיי טראָגן איז אַרײַנגענייט די געלע לאַטע. איינע שרײַט, אַז זי איז בלויז אַ האַלבע ייִדישקע, איז פֿאַרוואָס קומט זיך איר צו צאָלן מיטן לעבן ווי גאַנצע ייִדן?

קודם קומט אַ מאָנאָלאָג, לאַנג ווי דער ייִדישער גלות, וואָס ס׳רעציטירט די אַקטריסע דזשוליעט דאַנטע, וווּ זי רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן אַז אָט איז זי געווען אויף אַ וויזיט אין דײַטשלאַנד און דאָרט זײַנען זי באַפֿאַלן שרעקלעכע געדאַנקען. זי האָט זיך ערשט געכאַפּט אַז די נאַציס האָבן אומגעבראַכט אַ גאַנצן דור ייִדן. זי ווערט באַהערשט פּלוצעם פֿון קאָשמאַרן און האַלוצינאַציעס — ווי די דיבוקים.

די סצענע בײַט זיך און מיר זעען כּלומרשט ייִדן אײַנגעשפּאַרט אין אַ געטאָ און יהודית (דזשוליעט דאַנטע) איז איינע פֿון זיי. די ייִדן זײַנען דווקא נישט צו פֿרום. כאָטש זיי זאָגן קדיש, צי נאָך זיך, צי נאָך די אומגעקומענע, ס’איז נישט קלאָר; מ’דערציילט מעשׂיות, ביז מ’קומט צו אַנ־סקיס "דיבוק." הייבט די פֿאַראומערטע, אומגליקלעכע אַקטריסע שילדערן, אַז אַמאָל, אַמאָל, ערגעץ אין אַ קליין פּויליש שטעטעלע, ערגע, אין ליטע, וואָס געפֿינט זיך אין רוסלאַנד, האָבן צוויי ישיבֿה־בחורים געשלאָסן אַ תּקיעת־כּף: אויב בײַ איינעם וועט געבוירן ווערן אַ מיידל און בײַם צווייטן אַ ייִנגל, וועלן זיי זיך אי״ה משדך זײַן.

דאָס איז דער תּמצית פֿון דער פּיעסע. ערגעץ אין מיטן האָט זיך פֿאַרוואָגלט אַ מוסר־השׂכּל, צי סתּם אַ קוריאָז פֿון אַ פֿילאָסאָפֿישן געדאַנק. כ’הייב נישט אָן צו וויסן, נאָר די אויסבראָכן פֿון פֿרײַע אַסאָציאַציעס האָבן געשמעקט מיט אומפֿאַרשטענדלעכקייט. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד. די גוייִשע וועלט איז אַנטציקט פֿון אונדזער שעפֿערישקייט. זיי נאַשן פֿון אונדז, און פֿאַרוואָס דאָס נישט? מיר זײַנען די אינטערעסאַנטסטע, אָנגעפּיקעוועטסטע מיט פֿאַנטאַזיע און נײַע אײַנפֿאַלן. און בײַ זיי? זיכער האָבן זיי שעקספּירן און אײַאָנעסקאָן, בעקעטן און אָנילן. אָבער דאָך ווערן זיי נתפּעל פֿון אונדזער שלום־עליכמען (אַ פֿידלער אויפֿן דאַך), יצחק באַשעוויס־זינגערן. זעט אויס, אַז דער חורבן האָט פֿאַרטשאַדעט די מוחות פֿון די אייראָפּעער. אַ חוץ דעם וואָס מ’הייבט נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ’עסט אונדזער ייִדישע ליטעראַטור און קולטור, שמעלצט מען צוזאַמען דעם דיבוק מיטן חורבן. אַנ־סקי וואָלט זיך איבערגעדרייט אין קבֿר.

"דער דיבוק," שפּילט אין טעאַטער פֿון ניו־סיטי, וואָס געפֿינט זיך אויף 155 ערשטע עוועניו און נײַנטע גאַס, 1109־254 (212).