װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דאָראָטעאַ גרעווע, פֿון האַמבורג, לערנט מיט אַ ייִדיש־קלאַס אין ווײַמאַר
דאָראָטעאַ גרעווע, פֿון האַמבורג, לערנט מיט אַ ייִדיש־קלאַס אין ווײַמאַר

עס קאָכט זיך מיט דער ייִדישער קולטור די טעג אין האַמבורג, דײַטשלאַנד. לעצטע וואָך, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער, איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער אָרטיקער "שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט", וועגן דעם לעבן און ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, מיט דער באַטייליקונג פֿון יאַנינאַ וווּרבס, העטהער וואַלענסיע, אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין. די וואָך הייבט זיך אָן דער "אינטערנאַציאָנאַלער קלעזמערפֿעסט־האַמבורג" מיט קאָנצערטן, וואַרשטאַטן און לעקציעס. נישט נאָר פֿאַרבעטמען די וועלט־באַרימטע מוזיקער, ווי "בראַווע אַלטע וועלט" און לאָרין סקלאַמבערג; אויך די האַמבורגער און אַנדערע דײַטשע זינגערס און קאַפּעליעס וועלן באַווײַזן דאָרט זייער קונסט.

צווישן די נײַע אינטערעסאַנטע פּראָיעקטן, וואָס מע וועט הערן אויף דער בינע, איז אַ גרופּע פֿון האַמבורג וואָס שטעלט פֿאָר די לידער פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע רייזל זשיכלינסקי מיט אָריגינעלער מוזיק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר דאַמיאַן מאַריאַ ראַב.

זשיכלינסקי איז געבוירן געוואָרן אין 1910 אין גאָמבין, פּוילן, און געקומען קיין אַמעריקע נאָכן חורבן. זי האָט געלעבט אין ניו־יאָרק, און געשטאָרבן אין קאַליפֿאָרניע אין 2001. אַ סך פֿון אירע לידער באַשרײַבן דאָס גרויס־שטאָטישע לעבן פֿון ניו־יאָרק און די גרופּע מוזיקער, מיט דער זינגערין סטעלאַ יורגענסאָן, וועלן פֿאָרשטעלן זשיכלינסקיס לידער מיט הײַנטצײַטיקע אַראַנזשירונגען, ווײַט פֿונעם קלעזמערישן קלאַנג. די גרופּע, וואָס האָט נאָך נישט קיין נאָמען, האָט בדעה אַרויסצוגעבן אַ קאָמפּאַקטל פֿון די שאַפֿונגען נאָך דאָס יאָר.

עס איז שוין לאַנג באַקאַנט, אַז דער צענטראַלער אַדרעס פֿון דער ייִדישער קולטור אין האַמבורג געהערט צו דער ייִדיש־לערערין און כּלל־טוערין, דאָראָטעאַ גרעווע. מיר האָבן מיט איר גערעדט דעם זומער אין ווײַמאַר, וווּ זי קומט יעדן זומער, פֿון 2004, צו לערנען אָנהייבער שפּראַכקלאַסן.

זי איז געבוירן געוואָרן אין ברעמען, אין 1955, און האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש, ווען זי האָט געהערט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון דער זינגערין טובֿה בן־צבֿי. אין דער זעלבער צײַט האָט זי שטודירט די דײַטשע שפּראַך אין אוניווערסיטעט און געפֿאָרשט די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדיש און דײַטש. זי האָט דעמאָלט געפּועלט בײַם פּראָפֿעסאָר, ער זאָל זי לאָזן פֿאָרשן די ייִדישע שפּראַך, און נישט די אַנדערע דײַטשע שפּראַכן אָדער דיאַלעקטן, ווי ס׳איז געווען אָנגענומען.

פֿאַר דאָראָטעאַ גרעוואַ איז די ליבשאַפֿט צו ייִדיש "אַ ליבשאַפֿט צום קלאַנג פֿון דער שפּראַך, צום אופֿן ווי צו פֿאָרמירן ווערטער, און צו דער מוזיק פֿון דער שפּראַך. איך האָב געפֿילט בײַם ערשטן מאָמענט, אַז מיט דעם דאַרף איך זיך פֿאַרנעמען", דערציילט זי.

אין די 1970ער יאָרן האָט גרעווע זיך אַרײַנגעטאָן אין פֿאָלקמוזיק, בפֿרט אַלטע ענגלישע, אירלענדישע און שאָטישע לידער. פֿון איר היים, וווּ מע האָט גערעדט פּלאַט־דײַטש און געזונגען צוזאַמען, האָט זי געירשנט די ליבע צו דער פֿאָלקסקולטור, וואָס האָט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה באַקומען אַ שלעכטן שם צוליב היטלערס נאַציאָנאַליסטישן באַניץ פֿון איר. אירע טאַטע־מאַמע זענען אויפֿגעוואַקסן אין פּויערישע היימען, און די נאָענטקייט צו דער ערד איז איר אויך געבליבן: זי ציט זיך באַלד אַרײַן אין אַ דאָרפֿישער "גרינער" אויספּלאַנירטער קהילה, מחוץ האַמבורג, אין שלעסוויג־האָלשטיין. 60 משפּחות וועלן וווינען אין "וואָלפֿסדאָרף", און צופֿעליק ווייסט זי שוין פֿון פֿיר אַנדערע ליבהאָבערס פֿון ייִדיש, וועלכע וועלן אויך וווינען דאָרט.

בײַם "קלעזמערפֿעסט־האַמבורג" וועט די זינגערין סטעלאַ יורגענסען און מוזיקער פֿון דער גרופּע "מאַ פּיראָשקאַ" פֿאָרשטעלן די לידער פֿון רייזל זשיכלינסקי מיט אָריגינעלער מוזיק פֿון דאַמיאַן מאַריאַ ראַב
בײַם "קלעזמערפֿעסט־האַמבורג" וועט די זינגערין סטעלאַ יורגענסען און מוזיקער פֿון דער גרופּע "מאַ פּיראָשקאַ" פֿאָרשטעלן די לידער פֿון רייזל זשיכלינסקי מיט אָריגינעלער מוזיק פֿון דאַמיאַן מאַריאַ ראַב

קיין ניו־יאָרק איז זי געקומען זיך לערנען ווײַטער די שפּראַך אין דער ייִוואָ/קאָלומביע־שפּראַך־פּראָגראַם און איז שוין איצט אַליין אַ לערערין פֿון ייִדיש במשך פֿון 25 יאָר אין האַמבורגער אוניווערסיטעט. יעדן זמן פֿירט זי אָן מיט אַ קלאַס פֿאַר אָנהייבער, און איינעם פֿאַר ווײַטהאַלטער. אין אָנהייבער־קלאַס לערנען זיך אַן ערך 20 סטודענטן, און נאָך 10 אינעם ווײַטהאַלטער־קלאַס. אין דער אַמאָליקער ייִדישער מיידלשול לערנט זי ייִדיש־קורסן פֿאַר דערוואַקסענע. פֿאַר דער ייִדישער קהילה אין האַמבורג טרעט זי אויך אויף פֿון צײַט צו צײַט ווי אַ זינגערין און רעציטאַטאָרין. די סטודענטן אין האַמבורג זענען בדרך־כּלל דײַטשן, און גרעווע זאָגט, אַז "איך האָב נישט קיין ספֿק, אַז זיי זענען ערנסט איבערגעגעבן דער שפּראַך. אין מײַנע קורסן לערנט מען אָפֿט צוליב אַ ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער ליטעראַטור. עס קען אויך זיך טרעפֿן, אַז זיי האָבן ייִדישע חבֿרים, אָדער ייִדיש־רעדנדיקע זיידע־באָבעס."

אַזוי ווי דאָראָטעאַ גרעווע איז אַ זינגערין, האָבן מיר געשמועסט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק אין דײַטשלאַנד, בפֿרט, אַז דעם זומער האָט מען אַרויסגעלאָזט די ריזיקע קאָמפּאַקטל־אַנטאָלאָגיע "זאָל זײַן" וועגן דער דאָזיקער געשיכטע. זי הייבט אַרויס די אויפֿטוען פֿון מאַנפֿרעד לאַם, וואָס האָט דײַטשלאַנד באַקאַנט געמאַכט מיט די לידער פֿון מרדכי געבירטיג, אָבער זי האָט פֿאַרקרימט דאָס פּנים בײַם דערמאָנען די נעמען פֿון די ערשטע זינגער אין מערבֿ־דײַטשלאַנד, וואָס האָבן געזונגען די לידער אָן קיין קענטעניש פֿון דער שפּראַך. אַוודאי, זענען די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס זענען געקומען קיין דײַטשלאַנד און אויפֿגעטראָטן נאָך דער מלחמה, געווען צווישן די בעסערע זינגער. זי דערמאָנט אויך די מיזרח־דײַטשישע גרופּע "אויפֿווינד", וואָס איז אויפֿגעקומען אין די 1980ער יאָרן, און וואָס האָט שוין געזונגען מער קאָרעקט. גרעווע האָט, אין די 1980ער יאָרן, געשאַפֿן איר אייגענע קאַפּעליע — "פֿריילעכס" — וואָס איז געווען צווישן די ערשטע. ווי די גרופּע שפּילט און זינגט "סאַפּאָזשקעלעך", קען מען הערן אויף "זאָל זײַן".

דאָראָטעאַ גרעוועס ליבע צו דער ייִדישער ליטעראַטור איז נישט ווייניקער ווי איר ליבע צו דער ייִדישער מוזיק. אין די 1980ער יאָרן האָט מען אין דײַטשלאַנד נאָך געניצט די פֿאַרעלטערטע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס אַלעכּסנדר עליאַסבערג האָט אַרויסגעלאָזט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. אין האַמבורג האָט זי אָרגאַניזירט אַן איבערזעצונג־גרופּע און זיי האָבן אַרויסגעגעבן פֿאַרשיידענע ביכער און זאַמלונגען פֿון די הײַנטצײַטיקע פּראָזע־שרײַבער, ווי אַלכּסנדר ליזען. פֿון דער גרופּע איז אַרויסגעוואַקסן די "שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט" אין 1995, די הויפּט־אָרגאַניזאַציע, וואָס שטיצט הײַנט די ייִדישע קולטור אין האַמבורג. שלמה בירנבוים, דער באַקאַנטער פֿילאָלאָג און זון פֿון נתן בירנבוים, האָט צווישן 1922 און 1933 געלערנט ייִדיש אין האַמבורגער אוניווערסיטעט. ער איז פֿאַקטיש געווען דער ערשטער אַקאַדעמישער לערער פֿון ייִדיש אין אייראָפּע.

די "שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט" באַציט זיך צו ייִדיש ווי צו אַ לעבעדיקער שפּראַך און האָט במשך פֿון יאָרן פֿאַרבעטן ייִדישע שרײַבער און כּלל־טוער קיין האַמבורג, נישט נאָר צו לייענען פֿון זייערע ווערק, נאָר צו פֿאַרברענגען דעם סוף־וואָך אויף אַ היימישן אופֿן. צווישן די געסט זענען געווען: יוסף בורג, יחיאל שרײַבמאַן און מאַשע ראָלניק.

דאָראָטעאַ גרעווע איז געוואָרן אַ שפּראַך־רעסורס פֿאַר אַלע וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש אין דײַטשלאַנד. מענטשן קלינגען כּסדר אָן צו איר מיט שפּראַך־פֿראַגעס; פֿילם־מאַכערס און טעאַטער־רעזשיסאָרן האַלטן זיך אַן עצה מיט איר, ווען ייִדיש איז אַ טייל פֿון דער שאַפֿונג. איר איבערגעגעבנקייט צו ייִדיש איז ממש צו באַוווּנדערן, און אַ דאַנק אירע דערגרייכונגען, בליט האַמבורג ווי אַ ייִדישער קולטור־צענטער.