‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך זײַנען אין דער וועלט־פּרעסע זייער לעבעדיק אַרומגערעדט געוואָרן צוויי טעמעס, פֿאַרבונדן דווקא מיט דײַטשלאַנד. ערשטנס, איז אין בערלין, וווּ די נאַציסטישע סימבאָליק איז געזעצלעך שטרענג פֿאַרווערט, דערעפֿנט געוואָרן אַן אויסשטעלונג, וואָס טראָגט זייער אַ קאָנקרעטן נאָמען: "היטלער און דאָס דײַטשישע פֿאָלק". צום ערשטן מאָל נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה קומט אין דײַטשלאַנד, אין דעם פּרעסטיזשפֿולן היסטאָרישן מוזיי, פֿאָר אַזאַ קאָנטראָווערסאַלע אויסשטעלונג.

קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"געוויינטלעכע שיל"׃ אויסשטעלונג אינעם געשיכטע־מוזיי פֿון רעליגיע, סאַנקט־פּעטערבורג, פֿונעם 20סטן סעפּטעמבער ביזן 5טן דעצעמבער. קוראַטאָרן: אַלאַ סאָקאָלאָוואַ און וואַלערי דימשיץ, אַקאַדעמישער צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקע"


אין סאַנקט־פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג, געווידמעט דעם צענטראַלן עלעמענט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער "וועלט, וואָס איז מער נישטאָ"׃ די אַלטע שילן פֿונעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ. מיט הונדערט יאָר צוריק זײַנען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע געשטאַנען צענדליקער טויזנט גרויסע און קליינע שילן, קלויזן, בתּי־מדרשים, שטיבלעך. הײַנט איז פֿון זיי כּמעט גאָרניט ניט געבליבן, בלויז די סאַמע פֿעסטע געמויערטע געבײַדעס האָבן אויסגעהאַלטן די קאַטאַסטראָפֿאַלע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַנעט וועוויאָרקע באַקומט דעם ערן–לעגיאָן

לעצטן 30סטן סעפּטעמבער איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען אַ באמת אומגעוויינטלעכע צערעמאָניע. די היסטאָריקערין אַנעט וועוויאָרקע, פֿון די אָנגעזעענסטע פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿון דריטן חורבן, האָט באַקומען דעם מעדאַל "אָפֿיציר פֿון מלוכה–אָרדן פֿון ערן–לעגיאָן" — איינע פֿון די חשובֿסטע אויסצייכענונגען וואָס פֿראַנקרײַך טיילט אויס יענע בירגער, וואָס האָבן געברענגט אַ באַזונדערס וואָגיקן בײַטראָג פֿאַרן לאַנד אויף וואָסער עס איז געביט. אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון דער לאַורעאַטין, זענען אויף דער פֿײַערונג געזונגען געוואָרן לידער אויף ייִדיש — מסתּמא צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִחוסדיקן ערן–לעגיאָן, וואָס נאַפּאָלעאָן האָט אים אײַנגעפֿירט אין 1802.

פֿאַר דער ייִדיש–וועלט האָט אַנעט וועוויאָרקע נישט נאָר אַ וויכטיקן אייגענעם זכות, נאָר אויך אַ גרויסן זכות–אָבֿות.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סעטה דוער אין דער ראָלע פֿון לעסלי

צו ספּראַווען זיך מיטן אַנטיסעמיטיזם אויף דער בינע, האָט דער דראַמאַטורג רענדי כּהן אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָטאַגאָניסט אַ מיטליעריקן קאַלעדזש־פּראָפֿעסאָר (סעטה דוער), וועלכער שטייט איינער אַליין אויף דער בינע נאָענט צו צוויי שעה צײַט, און דערלאַנגט אַ לעקציע וואָס האָט צו טאָן — דער עיקר, מיט ייִדן. ער האָט דערצו צוגעגרייט אַ ליסטע פֿון פּראָמינענטע בני־ישׂראלניקעס אויף דער וועלט, וועלכע האָבן באַרײַכערט די וועלט מיט זייערע פֿעיִקייטן און חכמה די לעצטע הונדערט יאָר. און דערמאָנענדיק באַזונדער זייערע נעמען, פּראַוועט ער אַן אָרגיע פֿון אָפֿענעם ייִדנהאַס.

די לעקציע איז אָנגעזאַפּט מיט "אַמוזירנדיקע" אָבסערוואַציעס, היסטאָרישע הערות און פֿילאָסאָפֿישע אַרײַנבליקן אין יעדן ווינקל פֿון זײַן לײַב און לעבן.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער טשילעער שאַכטיאָר, קאַרלאָס באַריאָס (אין מיטן), קומט אַרויס פֿון גרוב,
פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין סאַן־כאָסע

אין פּאָליטישן לעבן פֿון דער וועלט — און ווער דען דיקטירט עס מיטן לעבן פֿון דער מענטשהייט, אויב נישט די פּאָליטיק? — זענען רגעס פֿון מענטשלעכקייט אַ זעלטענע דערשײַנונג. "מענטשהייט" און "מענטשלעכקייט" זענען נישט אַלע מאָל אַ פֿרידלעכער זיווג. פֿאַראַן מענטשן וואָס טענהן, אַז דווקא דאָס רישעות, די באַהויפּטונג, אַז "אַ מענטש צו אַ מענטש איז אַ וואָלף", שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם מאָטאָר, די נאַטירלעכע טרײַבקראַפֿט פֿון דער מענטשלעכער עקזיסטענץ. לויט דאַרווינען איז דער עצם געראַנגל פֿאַרן לעבן און איבערלעבן דער טרײַב־מאָטאָר פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון די מיליאָנען לעבעדיקע מינים און וועזנס, און צווישן זיי — די אַנטוויקלונג פֿון דעם מין מענטש, וועלכער באַטראַכט זיך פֿאַר דעם "האַר פֿון דער וועלט", דער סאַמע אינטעליגענטסטער פֿון אַלע בעלי־חיים אויף דער וועלט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקע פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַבֿרהמען און שׂרהן, אַז זיי וועלן האָבן אַ זון, און געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו צו מאַכן אַ ברית.

"וירא אליו ה׳", אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית־מילה, ווען אַבֿרהם אָבֿינו איז געזעסן בײַם אַרײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, האָט דער אייבערשטער זיך צו אים באַוויזן. דרײַ מלאכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, האָבן אים צוגעזאָגט, אַז ער וועט האָבן זײַן זון אין אַ יאָר אַרום. די מלאכים האָבן אויך איבערגעגעבן אַבֿרהמען, אַז זיי גייען איצט צו צעשטערן סדום און עמורה.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דער פּיאַניסט בורטאָן גרין האָט אָנגעהויבן צו שפּילן קלאַסישע מוזיק אין שיקאַגע, נאָך ווי אַ קליין ייִנגל אין די 1950ער יאָרן. אָבער גיך אַריבער צו דזשעז און ווײַטער שטודירט אין "דער שול פֿון דער גאַס"; דאָס הייסט, זיך באַקענט מיט די דזשעז־מוזיקער פֿון דער גרויסער שטאָט און געשפּילט מיט זיי.

שיקאַגע איז דעמאָלט געווען אַ צענטער פֿון אַוואַנגאַרדישער דזשעז־מוזיק, און אין 1962 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק און זיך באַקענט מיט די דזשעז־מוזיקער דאָ. צוזאַמען מיטן באַסיסט אַלען דע סילוואַ האָט ער אָרגאַניזירט די ערשטע "ספּאָנטאַנישע קאָמפּאָזיציע"־גרופּע אין 1963 מיטן נאָמען "דער פֿרײַער־פֿאָרעם־אימפּראָוויזאַציע־אַנסאַמבל".

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"בוטיק"־געשעפֿט אויף דער 57סטער גאַס, 1950

דער 113־יאָריקער "פֿאָרווערטס" איז אַן אוצר — נאָך אַלץ זייער ווייניק אויסגעשעפּטער — פֿון כּל-מיני אינפֿאָרמאַציעס, בפֿרט וועגן דער געשיכטע פֿון ניו-יאָרק. "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן האָבן זיך כּסדר צוגעקוקט צו די שינויים אין דעם אויסזען פֿון דער שטאָט, צו איר עקאָנאָמיע, צו איר פּאָליטישן און אינטעלעקטועלן לעבן, און צו דער באַפֿעלקערונג אין פֿאַרשיידענע געגנטן אירע. דער דפֿק פֿון ניו-יאָרק האָט זיך תּמיד געפֿילט אין דער צײַטונג. איך פֿיל עס אַלע מאָל, ווען איך בלעטער די מיקראָפֿילמירטע זײַטן פֿון "פֿאָרווערטס", כאָטש בדרך-כּלל זוך איך מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צום ניו-יאָרקער טאָג-טעגלעכן שטייגער.

פּובליציסטיק
אָליע פּאָרטנוי, 1930ער יאָרן

אַזוי רופֿן זי אַלע — די קינדער, די אייניקלעך און אוראייניקלעך — באָבע אָליע. אין אָקטאָבער האָט מען געפּראַוועט איר 100סטן געבוירן־טאָג.

אַ יאָרהונדערט איז אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט אַ גורלדיקע געשעעניש. וויפֿל שרעק און האָפֿענונג רופֿט אַרויס דער בײַט פֿון איין יאָרהונדערט אויף אַ צווייטן! דער 20סטער יאָרהונדערט איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ סך נעמען: "יאָרהונדערט פֿון עקאָנאָמישן אויפֿבלי", "יאָרהונדערט פֿון רעוואָלוציעס", "יאָרהונדערט פֿון וויסנשאַפֿטלעכן און טעכנישן פּראָגרעס", "יאָרהונדערט פֿון וועלט־מלחמות"... מע קאָן די רשימה ממשיך זײַן. צי איז מעגלעך אָבער צו געפֿינען אַ דעפֿיניציע פֿון איין מענטשלעך לעבן, וואָס האָט אָפּגעכאַפּט בײַ דער אייביקייט 100 יאָר?!

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דרײַ פֿאַרשלייערטע פֿרויען אויף אַ גאַס אין קרויצבערג־נויקעלן, בערלין

טערקן זעט מען אין דײַטשלאַנד אומעטום. מיט אַ וואָך צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט דרײַ טעג אין בערלין, וווּ צווישן די 3.5 מיליאָן הויפּט־שטאָטישע תּושבֿים וווינען נאָענט צו 120 טויזנט טערקן (וואָס פֿאַלט, אַגבֿ, מער אָדער ווייניק צונויף מיט דער צאָל ייִדן, וועלכע זײַנען געקומען פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און האָבן זיך באַזעצט אין בערלין). די טערקן אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע אַנשטאַלטן און געשעפֿטן; אָבער די טענה צו זיי בלײַבט תּמיד די זעלבע, דהײַנו: זיי אינטעגרירן זיך שוואַך אין דעם דײַטשישן הויפּט־שטראָם.

דאָס טערקישע זײַטל אין דער דײַטשישער דעמאָגראַפֿישער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן מיט 49 יאָר צוריק, ווען דײַטשלאַנד און טערקײַ האָבן דעם 30סטן אָקטאָבער 1961 אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וועלכער האָט דערלויבט צו רעקרוטירן טערקישע אַרבעטער פֿאַר דער גיך וואַקסנדיקער דײַטשישער עקאָנאָמיע.

אַנאָנסן
מאָטל זעלמאַנאָוויטש, תּל־אָבֿיבֿ, 1946

חבֿר מאָטל איז געווען אַ סאָציאַליסט, אַ ייִדישיסט, אַ שטאָלצער וועלטלעכער ייִד און אַ לעבן־לאַנגער געטרײַער מיטגליד פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער בונד". אַ בונדיסט מיט לײַב־און־לעבן.

דערצויגן איז ער אין אַ בונדיסטישער משפּחה. לאָדזש, אַן אינדוסטריעלע שטאָט מיט אַ ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון 200,000 נפֿשות אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, איז געווען איינער פֿון די צענטערס פֿונעם "בונד", און אפֿרים־לאָזער זעלמאַנאָוויטש, מאָטלס טאַטע, איז דאָרט געווען איינער פֿון די חשובֿסטע בונדיסטן.

אפֿרים־לאָזער איז דערוויילט געוואָרן, אין די מיט־1920ער יאָרן, צום לאָדזשער קהילה־ראַט, און איז דערנאָך באַשטימט געוואָרן פֿונעם "בונד" צו דינען ווי אַ פּרנס אין דער רעגירנדיקער קערפּערשאַפֿט.

רעצעפּטן, נײַעס פֿאַר בני־בית
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

ווען ס׳רובֿ מענטשן הערן דאָס וואָרט "האַלוואַ", טראַכטן זיי וועגן דעם קלעצל פּאַסטע געמאַכט פֿון צעמאָלענע סימסום־קערעלעך, וואָס צעקרישלט זיך ווען מע עסט עס (און בלײַבט אָפֿט מאָל שטעקן אין די ציין!). איך האָב לעצטנס אָבער אויסגעפּרוּווט אַ רעצעפּט פֿאַר אַ האַלוואַ, וואָס מע מאַכט אין אינדיע, וואָס איז גאָר אַנדערש. זי איז געמאַכט פֿון מאַנע (אויך באַקאַנט ווי פֿאַרינע, אָדער סעמאָלינע), איז ווייך און גלאַטיק, געשמאַק און זייער גרינג צו מאַכן.