געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער טשילעער שאַכטיאָר, קאַרלאָס באַריאָס (אין מיטן), קומט אַרויס פֿון גרוב,
פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין סאַן־כאָסע
דער טשילעער שאַכטיאָר, קאַרלאָס באַריאָס (אין מיטן), קומט אַרויס פֿון גרוב, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין סאַן־כאָסע
Credit: Getty Images

אין פּאָליטישן לעבן פֿון דער וועלט — און ווער דען דיקטירט עס מיטן לעבן פֿון דער מענטשהייט, אויב נישט די פּאָליטיק? — זענען רגעס פֿון מענטשלעכקייט אַ זעלטענע דערשײַנונג. "מענטשהייט" און "מענטשלעכקייט" זענען נישט אַלע מאָל אַ פֿרידלעכער זיווג. פֿאַראַן מענטשן וואָס טענהן, אַז דווקא דאָס רישעות, די באַהויפּטונג, אַז "אַ מענטש צו אַ מענטש איז אַ וואָלף", שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם מאָטאָר, די נאַטירלעכע טרײַבקראַפֿט פֿון דער מענטשלעכער עקזיסטענץ. לויט דאַרווינען איז דער עצם געראַנגל פֿאַרן לעבן און איבערלעבן דער טרײַב־מאָטאָר פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון די מיליאָנען לעבעדיקע מינים און וועזנס, און צווישן זיי — די אַנטוויקלונג פֿון דעם מין מענטש, וועלכער באַטראַכט זיך פֿאַר דעם "האַר פֿון דער וועלט", דער סאַמע אינטעליגענטסטער פֿון אַלע בעלי־חיים אויף דער וועלט.

טויזנטער פֿאָרשערס, וויסנשאַפֿטלער און פֿילאָסאָפֿן האָבן זיך אַרײַנגעלאָזט אין די אומצאָליקע סוגיאס פֿון דעם "זין פֿון לעבן" און אַנדערע מאָטיוון פֿון מענטשלעכן קיום און פֿון די מענטשלעכע האַנדלונגען — פֿונעם יחיד און דעם קאָלעקטיוו, פֿון דער געזעלשאַפֿט, און איך האָב נישט בדעה — נישט דאָ איז דאָס אָרט, און איך בין אויך נישט מסוגל, נישט גענוג דערלערנט — זיך אין זיי אַרײַנצולאָזן. עס איז אָבער אפֿשר כּדאַי אָנצוּווײַזן אויף איינעם פֿון די דענקערס, דעם ענגלישן פֿילאָסאָף פֿון 17טן יאָרהונדערט, טאָמאַס האָבס (1588—1679), וועלכער זעט אין דעם "ריינעם עגאָיִזם" און אין דעם פּחד דעם הויפּט־מאָטיוו, וועלכער באַוועגט די אויפֿפֿירונג און די האַנדלונגען פֿון מענטש, פֿון דער געזעלשאַפֿט און פֿון דער מדינה, וועלכע איז די באַשיצערין פֿון אירע בירגער; דעם קיסרס אונטערטאַנען. דער פּחד באַוועגט אויך, לויט אים, די באַציִונגען און די קאָנטראַקטן צווישן פֿעלקער און לענדער — ווי ער ברענגט דאָס אַרויס אין זײַן בוך "דער לוויתן" (דער וואַלפֿיש).

געשריבן האָט ער דאָס אונטער דער ווירקונג פֿון זײַן פּערזענלעכער לעבנס־דערפֿאַרונג, אין וועלכער ער איז געקומען אויף דער וועלט ווי "אַ קינד פֿון פּחד", ווײַל זײַן מוטער האָט אים געבוירן ווען אַן אַרמאַדע פֿון שפּאַנישן קריגס־פֿלאָט האָט באָמבאַרדירט די ברעגן פֿון ענגלאַנד אין אויגוסט 1588.

ערגער פֿון דעם פּחד איז אָבער אין דער געשיכטע פֿון די פֿעלקער דער כּוח פֿון בייזן רישעות, וואָס האָט געפֿירט 350 יאָר שפּעטער, אין 20סטן יאָרהונדערט, צום העכסטן אויסדרוק פֿון דעם נידעריקסטן מענטשלעכן רישעות — די שחיטה פֿון ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע דורך דעם דײַטשישן "קולטור־פֿאָלק", ווי אויך די פּאָגראָמען קעגן ייִדן און די "עטנישע רייניקונגען" פֿון אַנדערע פֿעלקער פֿאַר און נאָך דעם ייִדישן חורבן.

דאָס רישעות, מער ווי דער פּחד, דריקט זיך אויס אין פֿאַרשיידענע פֿאָרמען און מאָסן און איז אין דער הײַנטיקער וועלט שוין געוואָרן אַזאַ אָפֿטע דערשײַנונג, אַז זיי פּאַסן זיך שוין כּמעט נישט אַרײַן אין דעם כּלל פֿון יענע אויסנעמלעכע פּאַסירונגען וואָס זענען ראוי צו ווערן באַריכטעט אין דער מעדיאַ. די פּובליציסטישע "תּורה" לערנט, אַז אויב אַ הונט בײַסט אַ מענטש, איז דאָס נישט קיין ידיעה, וואָס זאָל ווערט זײַן זי צו פּובליקירן. דאַקעגן, טאָמער געשעט, אַז אַ מענטש בײַסט אַ הונט — איז עס אַ וויכטיקע נײַעס, מחמת איר אויסנעמלעכער זעלטנקייט — און ווי דער קלאַסישער מוסטער פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער זשורנאַליסטיק אַפֿילו ראוי צו דערשײַנען ווי אַ צענטראַלע ידיעה אין דער צײַטונג...

דאָס איז אפֿשר די סיבה פֿון דעם גרויסן אָפּקלאַנג, וואָס עס האָט אַרויסגערופֿן אויף דער גאָרער וועלט די רעטונג פֿון די 33 פֿאַרשאָטענע קוילן־גרעבער אין טשילע — צוליב דער זעלטנקייט פֿון אָט דעם דערהויבענעם אויסדרוק פֿון מענטשלעכקייט, פֿון אינטערנאַציאָנאַלער סאָלידאַריטעט און פֿון דער גאָונישער הויכקייט פֿון אײַנשפּאַנען די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע. דאָס איז — די אַמעריקאַנער "נאַסאַ"־אַגענטור, וואָס בויט די קאָסמאָס־שיפֿן און די ראַקעטן, האָט צו דעם רעטונג־צוועק קאָנסטרויִרט די מיני־ראַקעטע, די קליינע קאַפּסולע — זי זאָל זיך אַראָפּלאָזן אַזוי טיף, כּדי זיך אויפֿצוהייבן אַזוי הויך, און דאָס מאָל אין דינסט — אין ציווילן דינסט — פֿון דער מענטשהייט.

די מענטשהייט איז, צום באַדויערן, שוין צוגעוווינט צו זען די אַנטוויקלונג פֿון דער טעכנאָלאָגיע אין דינסט פֿון די קריגערישע צוועקן, אין דינסט פֿון די מיליטערישע קריגס־אינטערעסן. און ערשט "אין דעם זכות" ווערט זי, די טעכנאָלאָגיע, דער אַנטוויקלונגס־מאָטאָר אויך פֿאַר דער ציווילער ציוויליזאַציע. איצט איז איר געגעבן געוואָרן די זעלטענע געלעגנהייט נאָכצופֿאָלגן מיט אַ פֿאַרכאַפּטן אָטעם און מיט שטאָלץ נישט נאָר נאָך דעם הומאַנעם אַקט פֿון דער טעכניק, וועלכע האָט אַרײַנגעדרילט, צוערשט, די פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן, די לעבנס-מיטלען, מעדיקאַמענטן, און לסוף, די קליינע ראַקעט־קאַפּסולע אין דער אַכזריותדיקער ערד־טיפֿעניש פֿון קרובֿ 700 מעטער און אַרויסגעריסן פֿון איר די 33 פֿאָטערס און זין אָדער ברודערס פֿון די פֿאַרצווייפֿלט אָפּוואַרטנדיקע, שיִער־נישט פֿאָריתומטע משפּחות, נאָר אויך דעם גײַסט פֿון ברידערלעכער סאָלידאַריטעט און חבֿרישער דיסציפּלין, וואָס האָט געהערשט צווישן די 33 פֿאַרקלעמטע אין זייער 70־טאָגיקער פֿאַרשיטעניש. אַזוי ווי אַ שיפֿס־קאַפּיטאַן האָט אויך זייער אָרטיקער מנהיג דער לעצטער פֿאַרלאָזט דאָס אָרט פֿון דער רירנדיקער דראַמע.

דער גרויסער קאָנטראַסט צווישן דער אויסנעמלעכער זעלטנקייט פֿון דער הומאַנער וועלט־רעוועלאַציע וועגן די 24 שעה פֿון דער רעטונג און דער טעמפּער פֿאַרשטויסנקייט פֿון די אָפֿטע ידיעות וועגן אוממענטשלעכן רישעות — אַזוי ווי, להבֿדיל, דער אונטערשייד צווישן "אַ הונט בײַסט אַ מענטש און אַ מענטש בײַסט אַ הונט" — איז געווען דער אופֿן ווי אַזוי די זעלבע מענטשהייט איז אין דער זעלבער צײַט אינפֿאָרמירט געוואָרן וועגן עטלעכע אומגליקן, וואָס זענען געשען כּמעט איינצײַטיק אין אַ שכנותדיקן דרום־אַמעריקאַנער לאַנד — אין עקוואַדאָר — וווּ עס זענען אומגעקומען אַכט קוילן־גרעבער אין אַן אונטערערדישן אויפֿרײַס, און אין דער פֿאָרויסלויפֿנדיקער כינע, וווּ עס זענען, אויך אין דער זעלבער צײַט, דערהרגעט געוואָרן 20 קוילן־גרעבער אין אַן ענלעכן אונטערערדישן אומגליק. אַ ידיעה, וואָס האָט זיך, כּמעט אומבאַמערקט אַדורכגעשלײַכט דורך דעם אַלוועלטלעכן גלײַכגילט פֿון וויסן און געוויסן. דאָס איז געווען דער קאָנטראַסט צווישן דעם געפֿלעכט פֿון מענטשלעכקייט מיט מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, און צוריקגעשטאַנענקייט אויף ביידע געביטן.

עס איז קלאָר, אַז די דראַמע וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין טשילע, איז געוואָרן נאָכגעפֿאָלגט מיט געשפּאַנטער עמפּאַטיע אין ישׂראל. און עס איז אפֿשר קיין וווּנדער נישט, וואָס כּמעט מיט דער זעלבער דערמאָנטער צוגעוווינטקייט איז אויפֿגענומען געוואָרן אין לאַנד דער אַזוי שוין טריוויאַל געוואָרענער באַריכט, אַז מדינת־ישׂראל ווערט אַלץ מער און מער דער טשעמפּיאָן פֿון דעם טיפֿן תּהום, דעם קאָנטראַסט צווישן דעם עקאָנאָמישן דערפֿאָלג פֿון דער מדינה און איר סאָציאַלן דורכפֿאַל; דעם גאַלאָפּירנדיקן קאָנטראַסט צווישן עשירות און נויט, און דעם אַלץ וואַקסנדיקן קאָנטראַסט פֿון דער סאָציאַלער נישט־גלײַכהייט צווישן ישׂראל און אַלע מדינות פֿון אייראָפּע. דער לעצטער באַריכט פֿון דעם צענטראַלן סטאַטיסטישן אַמט פֿון דער רעגירונג, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן הײַנטיקע וואָך שטעלט פֿעסט, אַז 29% פֿון דער באַפֿעלקערונג געפֿינען זיך אין דער געפֿאַר צו ווערן אַרעמעלײַט — אין פֿאַרגלײַך צו 16% אַזעלכע אין די לענדער פֿון דער אייראָפּעיִשער אוניע. און די נויט־געפֿאַר (אײַנגעשלאָסן די אַקטועלע נויט) צווישן קינדער אין ישׂראל נעמט אַרום 38%, אין פֿאַרגלײַך מיט 19%; גענוי אַ העלפֿט, אין אייראָפּע. 65% פֿון די חרדיש־פֿרומע ייִדן זענען נישט באַשעפֿטיקט און ווערן אויסגעהאַלטן פֿון דער מדינה — דרײַ מאָל מער ווי מיט 30 יאָר צוריק (דעמאָלט 21%), און צווישן דער נישט פֿרומער ייִדישער באַפֿעלקערונג לעבט אַ גרויסער טייל פֿון די באַשעפֿטיקטע, אָדער טיילווײַז באַשעפֿטיקטע, אונטער דעם מינימום־לוין.

די רעגירונג פֿון נתניהו באַרימט זיך מיטן דערפֿאָלג פֿון איר עקאָנאָמישער פּאָליטיק, וואָס פּראָספּערירט אין טרויעריקן זכות פֿון דעם ישׂראלדיקן "טשעמפּיאָנאַט" אין דער וואַקסנדיקער סאָציאַלער אומגלײַכהייט. נתניהו באַרימט זיך דערמיט, אַז די אַרבעטלאָזיקייט האָט זיך אין לעצטן יאָר פֿאַרקלענערט און דערגרייכט איצט 6.3%, אַזוי ווי אין די טעג פֿון דער רעגירונג פֿון יצחק ראַבין. ער דערציילט אָבער נישט, אַז דעמאָלט האָט ישׂראל זיך געפֿונען אויף אַ "גוטן אָרט" אין דער לענדער־רשימה פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן. הײַנטיקע וואָך ווערט אָפּגעמערקט (לויטן ייִדישן לוח) דער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין, וואָס איז געשען דעם 4טן נאָוועמבער 1995. און ווידער הערט זיך שוין פֿון די רעכטע קרײַזן, בראָש מיט די רבנים אויף די "שטחים" דער רוף צו באַגנעדיקן אָדער צו רעווידירן דעם מישפּט קעגן מרגלית הר־שפֿי, די חבֿרטע פֿון ראַבינס מערדער, וועלכע איז געמישפּט געוואָרן פֿאַר וויסן און נישט פֿאַרמײַדן דעם מאָרד — אויפֿן וועג צו דער געפּלאַנטער אין דער צוקונפֿט קאַמפּאַניע צו באַגנעדיקן דעם מערדער יגאל עמיר גופֿא. באַשולדיקנדיק "די לינקע" אין "מאָנאָפּאָליזירן" דעם ראַבין־מאָרד, וועלכער איז דאָך געווען אַ פּאָליטישער מאָרד, וואָס האָט דערמאָרדעט די דעמאָקראַטיע אין ישׂראל און איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון דער אַכזריותדיקער העצע מיט די דעמאָנסטראַציעס אין ירושלים און אין רעננה, מיט דער "לוויה"־פּראָצעסיע מיטן "אָרון" פֿון דעם אָסלאָ־אָפּמאַך, מיט ראַבינס בילדער אין אַ נאַצישן אוניפֿאָרם און מיט דער "קאַפֿיע" פֿון אַראַפֿאַטן, פּאַראַדירנדיק פֿאַר די אויגן פֿון די פֿירערס פֿון "ליכּוד" און פֿון די כּהנא־לײַט, די "פּולסאַ די־נורא"־פֿאָרשטעלונגען, מיט דעם אינערלעכן פּאָליטישן טעראָר און דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין ווי דעם הויכפּונקט און רעזולטאַט פֿון דער מאַסיווער העצע און דעלעגיטימאַציע פֿון דער דעמאָקראַטיש־געוויילטער רעגירונג.

פֿופֿצן יאָר נאָך דעם מאָרד, ווען דער לאַגער פֿון שלום איז געוואָרן צעשמעטערט און עס הערשט די סאַמע רעכטסטע קאָאַליציע (נישט געקוקט אויף דעם אָנטייל פֿון דער "עבֿודה" אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אהוד ברק), ווערט געפֿירט אויף די "שטחים" אַ קאַמפּאַניע "אַ סוף צו מאַכן צו דעם ׳ראַבין־פֿעסטיוואַל׳" — אין נאָמען פֿון דעם געראַנגל צו שטרויכלען דעם שלום־פֿאַרמעסט פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ אויף דער באַזע פֿון אַ שווערער, זייער ווייטיקדיקער פּשרה, וואָס וועט גורם זײַן נישט ווייניק בייז בלוט אויף אונדזער פּאָליטישן יאַריד, און ייִדישע מלחמות — אין נאָמען פֿון "שלום". אויב דאָס וועט זיך טאַקע אײַנגעבן, וועלן מיר דערלעבן אויך אונדזער גרויסע רגע פֿון נחת און מענטשלעכקייט.

תּל־אָבֿיבֿ, אָקטאָבער 19, 2010

אדון יצחק

אדון יצחק לודען.
דער פאקט אז די ישראל עקאנאמיע זעצט פאר מיט א שטארקייט, רעדט מער ווי טויזנט ווערטער. נאר דאס אז די אונטערשידט צווישן ארעמע און רייכע הייבט זיך איז נישט קיין נאטורליכע.
ווען די פרומע רעליגיעזע מענטשן אין ישראל, וואלטן ווען געזיכט ארבעט אבער נישט געטראפן, האסטו פילע רעכט צו וואס איר טענהט, אז זיי זענען רוב ארעמע אין לאנד אא"וו. די פראבלעם איז אבער נישט דאס, די פראבלעם איז אז זיי ווילן נישט ארבעטן, אין קורצן אן אייגן אויסדערוועלטן ארבעטסלאזיקייט, פאר זיי איז בעסער זיצן אין די כוללים, קוועטשן די ברעטער, און קראצן די בארד.
די אונטערשידט צווישן ארעמע און רייכע אין ישראל, וועט זיך נאר טוישן, ווען די אזוי גערופענע "ארעמע" ווען זיי וועלן אנהייבן איינגעבן פאר די אינסטאנצן, זייער אמתע פארדינטע געלט.
און איך האלט אז די מצב פון די רעליגיעזע באנק קוועטשערס וועט נאר ערגער ווערן, אלעס מיטן סיבה צו שיקן די מענטשן זיכן ארבעט, (לייען: לעגאליזירן), קיינער קומט זיי גארנישט, און עס וועט קומען צו א סוף דעם ענדגילטיקן אויסנוצן פון ארבעטער קלאס דורך א ציבור מיט יידן.
א גוטע וואך
צבי