רעצעפּטן, נײַעס פֿאַר בני־בית
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

ווען ס׳רובֿ מענטשן הערן דאָס וואָרט "האַלוואַ", טראַכטן זיי וועגן דעם קלעצל פּאַסטע געמאַכט פֿון צעמאָלענע סימסום־קערעלעך, וואָס צעקרישלט זיך ווען מע עסט עס (און בלײַבט אָפֿט מאָל שטעקן אין די ציין!). איך האָב לעצטנס אָבער אויסגעפּרוּווט אַ רעצעפּט פֿאַר אַ האַלוואַ, וואָס מע מאַכט אין אינדיע, וואָס איז גאָר אַנדערש. זי איז געמאַכט פֿון מאַנע (אויך באַקאַנט ווי פֿאַרינע, אָדער סעמאָלינע), איז ווייך און גלאַטיק, געשמאַק און זייער גרינג צו מאַכן.


1 טעפּל צוקער

1/2 3 טעפּלעך וואַסער

1 טעפּל קאַנאָלאַ־בוימל

1 טעפּל מאַנע

1 טעפּל אַנאַקאַרדן (cashews)


מישט צונויף דעם צוקער מיטן וואַסער אין אַ קליינעם טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער ביז דער צוקער צעלאָזט זיך.

גלײַכצײַטיק, הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע און פּרעגלט די מאַנע בערך 8 מינוט, מישנדיק כּסדר, ביז זי ברוינט זיך צו.

גיסט אַרײַן דאָס באַצוקערטע וואַסער אין דער מאַנע. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און מישט פֿון צײַט צו צײַט, ביז עס ווערט געדיכט.

הייצט אָן אַ קליינע פּאַטעלניע אויף אַ גרויסן פֿײַער און פּרעגלט די אַנאַקאַרדן אַ האַלבע מינוט ביז זיי ברוינען זיך צו אַ ביסל. מישט די אַנאַקאַרדן אַרײַן אין דער מאַנע און דערלאַנגט צום טיש אין באַזונדערע שיסעלעך.