פּובליציסטיק
"בוטיק"־געשעפֿט אויף דער 57סטער גאַס, 1950
"בוטיק"־געשעפֿט אויף דער 57סטער גאַס, 1950
Credit: Getty Images

דער 113־יאָריקער "פֿאָרווערטס" איז אַן אוצר — נאָך אַלץ זייער ווייניק אויסגעשעפּטער — פֿון כּל-מיני אינפֿאָרמאַציעס, בפֿרט וועגן דער געשיכטע פֿון ניו-יאָרק. "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן האָבן זיך כּסדר צוגעקוקט צו די שינויים אין דעם אויסזען פֿון דער שטאָט, צו איר עקאָנאָמיע, צו איר פּאָליטישן און אינטעלעקטועלן לעבן, און צו דער באַפֿעלקערונג אין פֿאַרשיידענע געגנטן אירע. דער דפֿק פֿון ניו-יאָרק האָט זיך תּמיד געפֿילט אין דער צײַטונג. איך פֿיל עס אַלע מאָל, ווען איך בלעטער די מיקראָפֿילמירטע זײַטן פֿון "פֿאָרווערטס", כאָטש בדרך-כּלל זוך איך מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צום ניו-יאָרקער טאָג-טעגלעכן שטייגער.

דעם 16טן פֿעברואַר 1930 האָט די צײַטונג פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לאַנגן אַרטיקל "57טע סטריט קאָנקורירט מיט 5טער עוועניו". וועגן דעם מחבר, לעאָן פּאַזומענט, האָב איך קיין ידיעות ניט געפֿונען. איך האָב געמאַכט אַ מין "אויסקוועטש" פֿון דעם 80־יאָריקן טעקסט. מיר דאַכט זיך, אַז ער וועט זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר אַלע ניו-יאָרקער, און ניט נאָר פֿאַר ניו-יאָרקער.


* * *

די 57סטע גאַס אין ניו-יאָרק איז דער נײַסטער געשעפֿט-צענטער. דער נײַסטער און דער גרויסאַרטיקסטער. די 57סטע גאַס איז געוואָרן די טאָן-געבערין אין דער מאָדע-וועלט. ווי אַזוי איז די גאַס געקומען צו איר איצטיקער גדולת?

דאָס איז געשען ניט צופֿעליק. יעדער איינער, וואָס האָט געזען דעם וווּקס פֿון ניו-יאָרק און דעם אופֿן ווי אַזוי ניו-יאָרק האָט זיך אַנטוויקלט אין משך פֿון די לעצטע צוויי צענדליק יאָר, וועט פֿאַרשטיין, אַז עס האָט אַנדערש ניט געקענט זײַן.

ניו-יאָרק "מופֿט". ניו-יאָרק האַלט אין איין מופֿטן אַרויף-צו, צפֿון-צו.

פֿאַראַן נאָך מענטשן, ניט גאָר קיין אַלטע, וואָס געדענקען ווען די 23סטע גאַס איז געווען "אַפּטאַון". הײַנט ווערט שוין אַפֿילו די 42סטע גאַס באַטראַכט ווי "דאַונטאַון".

אויף קיין אַנדער גאַס זעט זיך ניט דאָס מאַרשירן אַרויף-צו, צפֿון-צו אַזוי ווי אויף דער פֿינפֿטער עוועניו. אין משך פֿון די לעצטע צען-פֿופֿצן יאָר איז די דאָזיקע פּאַראַד-גאַס פֿון ניו-יאָרק (און אפֿשר פֿון דער גאַנצער וועלט) דורכגעגאַנגען אַ ריי גילגולים, וואָס האָבן אין גאַנצן געענדערט איר פֿיזיאָנאָמיע און כאַראַקטער.

איר נידעריקער טייל איז מער ניט דער גרויסאַרטיקער האַנדל-צענטער, ווי ס׳איז געווען מיט אַ יאָר צען-פֿופֿצן צוריק. די גרעסטע געשעפֿטן, וואָס דער טייל פֿון דער פֿינפֿטער עוועניו האָט אַנטוויקלט, האָבן געמופֿט אַרויף-צו, זיך אָנשפּאַרנדיק אַזש ביז צו דער 59סטער גאַס. ווען ניט דער צענטראַל-פּאַרק, וואָלטן זיי מסתּמא אַוועק נאָך ווײַטער.

צווישן דער 42סטער גאַס און צענטראַל-פּאַרק איז אויף דער פֿינפֿטער עוועניו מער ניט פֿאַרבליבן קיין איין פּריוואַט-הויז. דאָרט, וווּ עס זײַנען ביז ניט לאַנג צוריק געשטאַנען פּריוואַטע הײַזער, שטייען הײַנט אָפֿיס-בנינים, און געשעפֿטן וועלכע פֿאַרנעמען גאַנצע בנינים. די לעצטע צוויי פּריוואַטע הײַזער, וואָס מע האָט ערשט דאָ ניט לאַנג צוריק אײַנגעוואָרפֿן, זײַנען געווען אמתע פּאַלאַצן. אין זיי האָבן אַ סך יאָרן אָפּגעוווינט צוויי פֿון די פֿאַרמעגלעכסטע אַמעריקאַנער פֿאַמיליעס. זיי זײַנען דאָרט געבליבן וווינען שוין אַ שטיק צײַט נאָך דעם, ווי געשעפֿטן און אָפֿיס-בנינים האָבן זיי אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן. עס האָט געהייסן, אַז זיי איגנאָרירן אָט-אָ-די "פּראָסטע" וועלט פֿון ביזנעס, וואָס האָט געוואַגט צוצוקומען אַזוי נאָענט אָן אַ דערלויבעניש. אָבער אויך זיי האָבן ניט אויסגעהאַלטן. זיי האָבן געמוזט זיך אונטערגעבן, אַוועקגיין, מאַכן פּלאַץ פֿאַר ביזנעס.

עס איז אפֿשר ניט קיין צופֿאַל, וואָס ייִדן האָבן אָפּגעקויפֿט אָט די צוויי פּאַלאַצן, אײַנגעוואָרפֿן זיי און אויף זייערע ערטער אַוועקגעשטעלט ביזנעס-הײַזער. ייִדן האָבן אין דער סאַמע לעצטער אַנטוויקלונגס-שטופֿע פֿון דער גרויסער עוועניו אָפּגעשפּילט אַ גרויסע ראָלע, אפֿשר די הויפּט-ראָלע. עס איז אַן אָפֿענער סוד, אַז אַפֿילו אַ סך פֿון יענע גרויסע געשעפֿטן, וואָס באַזעצן איצט דעם העכערן טייל פֿון דער פֿינפֿטער עוועניו און טראָגן גויישע נעמען, ווערן מערסטנטייל קאָנטראָלירט דורך ייִדן.

אָבער דער ייִדישער קאַפּיטאַל און די ייִדישע אונטערנעמונגס-גײַסט אַליין וואָלטן קיין מאָל ניט געקענט מאַכן די 57סטע גאַס וואָס זי איז. דערצו האָט זיך געפֿאָדערט ניט בלויז קאַפּיטאַל און אונטערנעמונגס-גײַסט. דערצו האָט זיך אויך געפֿאָדערט, אפֿשר נאָך מער ווי געלט, געשמאַק און טאַלאַנט. און אויף אָט דעם געביט האָבן דאָרט ייִדן בײַגעטראָגן ניט ווייניקער ווי אויף דעם מאַטעריעלן.

אמת, מזל האָבן זיי אויך געהאַט.

די 57סטע גאַס וואָלט אפֿשר קיין מאָל ניט געקענט ווערן דאָס, וואָס זי איז איצט, ווען ניט דער אומגעהײַערער וווּקס פֿון דער פֿינפֿטער עוועניו, אָדער — בעסער געזאָגט — ווען ניט דער פֿאַקט, וואָס די פֿינפֿטע עוועניו האָט ווײַטער ווי ביז דער 59סטער גאַס ניט געקענט גיין. דאָס האָט געפֿירט דערצו, אַז יענע גאַסן, וועלכע קרייצן דורך די עוועניו וואָס נעענטער זי קומט צום צענטראַל-פּאַרק, זאָלן אויף אַ בלאָק אָדער צוויי פֿון דער עוועניו פּשוט פֿאַרפֿלייצט ווערן מיט קלענערע און גרעסערע "שאַפּס", פֿאַר וועלכע עס איז שוין אויף דער עוועניו מער ניט געווען קיין פּלאַץ. די 57סטע גאַס האָט דערפֿון גענאָסן מער איידער אַלע אַנדערע, ווײַל זי איז ברייטער פֿון די איבעריקע.