סעטה דוער אין דער ראָלע פֿון לעסלי |
צו ספּראַווען זיך מיטן אַנטיסעמיטיזם אויף דער בינע, האָט דער דראַמאַטורג רענדי כּהן אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָטאַגאָניסט אַ מיטליעריקן קאַלעדזש־פּראָפֿעסאָר (סעטה דוער), וועלכער שטייט איינער אַליין אויף דער בינע נאָענט צו צוויי שעה צײַט, און דערלאַנגט אַ לעקציע וואָס האָט צו טאָן — דער עיקר, מיט ייִדן. ער האָט דערצו צוגעגרייט אַ ליסטע פֿון פּראָמינענטע בני־ישׂראלניקעס אויף דער וועלט, וועלכע האָבן באַרײַכערט די וועלט מיט זייערע פֿעיִקייטן און חכמה די לעצטע הונדערט יאָר. און דערמאָנענדיק באַזונדער זייערע נעמען, פּראַוועט ער אַן אָרגיע פֿון אָפֿענעם ייִדנהאַס.
די לעקציע איז אָנגעזאַפּט מיט "אַמוזירנדיקע" אָבסערוואַציעס, היסטאָרישע הערות און פֿילאָסאָפֿישע אַרײַנבליקן אין יעדן ווינקל פֿון זײַן לײַב און לעבן. אַלצדינג גליט אין אים מיט שׂינאת־ישׂראל, ביז דער בלאָז פּלאַצט. דעמאָלט נעמט ער אַ שנעפּסל, און נאָך אַ שנעפּסל, ביז ער ווערט בגילופֿין. אין דעם צושטאַנד ברעכט אין אים אויס אויף דאָס ס׳נײַ די שׂינאה און קינאה און האַס צו אַחינו־בני־ישׂראל.
דער דראַמאַטורג רענדי כּהן איז נאָך דער פּיעסע געווען פֿאַרטראָטן אין אַ דיסקוסיע, וווּ ער האָט צוגעגעבן, אַז ווען ער האָט געשריבן די פּיעסע, איז פּונקט אויסגעפֿאַלן דער מאָמענט ווען דער האָליוווּדער אַקטיאָר און רעזשיסאָר פֿון (The Passion of Crist) מעל גיבסאָן, האָט אין זײַן שיכּרות גענומען פּלוידערן און שיטן פּעך און שוועבל אויף ייִדן. מיר ווייסן אויך אַז מעל גיבסאָנס אַלטער תּרח טאַטע, דער מטורף, איז אויסגעווייקט אין ייִדנהאַס. אַזוי, אַז דאָס עפּעלע איז נישט געפֿאַלן ווײַט פֿונעם ביימעלע, און דעם דראַמאַטורג פֿון דער פּיעסע האָט צוגעשפּילט דאָס מזל.
איז וווּ האַלטן מיר? דער זעלבער פּראָפֿעסאָר האָט זיך אָנגעטשעפּעט דווקא אין אַ ייִדיש־ענגלישן ספּאָרטלער דניאל מענדאָזאַ, פֿון אַכצנטן יאָרהונדערט, דעם בריטישן באָקס־טשעמפּיאָן. אָט דער נאָמען מענדאָזאַ איז צו אים געקומען ווען ער האָט אַנטפּלעקט זײַן רשימה פֿון די הונדערט דערפֿאָלגרײַכסטע ייִדן וועלכע האָבן געהאַט אַ גרויסע דעה און השפּעה אויף דער וועלט.
ווי דער פּראָפֿעסאָר גיט איבער אין זײַן לעקציע, איז מענדאָזאַ געבוירן געוואָרן אין גרויס דחקות אין יאָר 1764, און דערגרייכט צום טיטל "לייב פֿון ישׂראל." ער איז דווקא געווען אַ מיטלוווּקסיקער פּאַרשוין, ספּריטנע אויף די פֿיס און האָט זיך גאַנץ גוט אַן עצה געגעבן מיט די קריסטן וועלכע האָבן אים גערודפֿט, געפּלאָגט און פֿיזיש דערלאַנגט מכּות־רצח וווּ נאָר זיי האָבן זיך אָנגעשטויסן אין אַ ייִד.
צו זעכצן יאָר האָט מענדאָזאַ געשלאָסן אַ בונד מיט אַ קריסטלעכן באָקסער, וועלכער האָט געהייסן ריטשאַרד האַמפֿריס, און יענער האָט נישט נאָר פֿאַרלוירן דעם באָקס־מעטש מיט מענדאָזאַן, נאָר ער איז שפּעטער געוואָרן זײַן נאָענטסטער אָנהענגער און פֿרײַנד, העלפֿנדיק מענדאָזאַן אין דער קונסט פֿון באָקס. מענדאָזאַס פֿאָרטל איז באַשטאַנען פֿון בלײַבן שטיין און נישט אַרומלויפֿן איבער דער באָקס־אַרענע. אַנשטאָט דעם פֿלעגט ער באָקסן, זעצן, שטורכען און אויסהאַקן פֿון זײַן קעגנער דעם גאַנצן לוסט צום באָקס.
דער זעלבער מענדאָזאַ האָט חתונה געהאַט מיט דער שיינער אסתּר, וועלכע ער האָט באַגעגנט אויף אַ פּורים־באַל, געהאַט מיט איר עלף קינדער, און געווען דער איינציקער ייִדישער ספּאָרטלער פֿון יענער צײַט, וועלכער האָט געפֿירט אַ שמועס מיטן ענגלישן קעניג "דזשאָרדזש דעם דריטן." אין וואָס דער שמועס איז באַשטאַנען — פֿרעגט מיך בחרם.
וואָס ס׳האָט דעם פּראָפֿעסאָר אַזוי געבאָדזשעט און אויסגעשטאָכן די אויגן, איז געווען דער פֿאַקט וואָס מענדאָזאַ איז אַרויסגעקומען פֿון אַן אָרעמער און פּראָסטער ייִדישער משפּחה, און פֿאָרט זיך דאָראָבעט צום גרויסן רום און כּבֿוד. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דניאל מענדאָזאַ איז אָנערקענט געוואָרן אין ענגלאַנד פֿאַרן דערפֿאָלגרײַכסטן באָקסער־טשעמפּיאָן פֿון זײַן צײַט.
הערט מען זיך צו צו דער געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם פֿון אַ סאַמאָראָדנעם אַנטיסעמיט און מ׳דערוויסט זיך וואָס אים גריזשעט אַזוי; דער עיקר, דאָס ווערעמל פֿון פֿאָראורטל. די אינערלעכע קינאה־שׂינאה צו דער אַקאַדעמיע גופֿא, די סטאַגנאַציע פֿון זײַן אייגענעם צוזאַמענלעבן מיט זײַן פֿרוי, וועלכע האָט אים פֿאַרלאָזט.
ווען דער פּראָפֿעסאָר דעקט אויף די ליסטע פֿון די "הונדערט אײַנפֿלוסרײַכסטע ייִדן פֿון אַלע צײַטן," פֿאַרנעמט מענדאָזאַ דאָס 82סטע אָרט צווישן זיי. מיט איין קנעפּל אונטער אים געפֿינען זיך אַרטור מילער, און איבער מענדאָזאַן קומט סטיווען סאָנדהיים, עמאַ גאָלדמאַן, מאַרק שאַגאַל און בערנאַרד בערענסאָן. יעזוסן באַגליקט ער מיט נומער צוויי. נאָר דעם העכסטן כּבֿוד לאָזט ער איבער פֿאַר זיך אַליין, לעזלי הייסט עס. ער איז נומעראָ אונאָ.
די לעקציע, ליבע פֿרײַנד, איז געווען לאַנג און סטאַטיש. נאָך אַלעמען, ווער קען אויסזיצן קרובֿ צו צוויי שעה און אויסהערן אַן אַקאַדעמישע דעקלאַמאַציע פֿון פֿאַקטן און ציפֿערן? נישט אַלע מאָל געלינגט עס אויפֿצושטעלן אַן איין־פּערזאָניקע בינע־פּראָדוקציע וואָס זאָל דיך פֿאַרכאַפּן. טעאַטראַליש איז עס נישט געווען אויסגעהאַלטן. מ׳קען נישט פֿאָרשטעלן אַ לעקציע, אַכיבע מען איז טשאַרלס לאָוטאָן, וועלכער האָט געקענט שטיין שעהען־לאַנג אויף דער בינע און לייענען דעם טעלעפֿאָן־בוך. דערצו איז דער עולם געזעסן פֿאַרטשאַדעט און פֿאַרזשמורעט בײַ טשאַרל לאָוטאָנס נײַן מאָס רייד.
און וואָס איז מכּוח דעם אַנטיסעמיטיזם? אַ סך קינסטלער האָבן זיך אונטערגענומען פֿאָרצושטעלן די מכּה פֿון שׂינאת־ישׂראל וואָס פּלאָגט אונדזער פֿאָלק שוין טויזנטער יאָר נאָך אַנאַנד. דאַכט זיך, אַז דעם העכסט טאַלאַנטירטן אַקטיאָר, קאָמעדיאַנט און רעזשיסאָר מעל ברוקסן, איז דווקא יאָ געלונגען אָפּצוחוזקן פֿון דער קריסטלעכער וועלט, אין זײַן פֿילם "וועלט־געשיכטע נומער איינס." יענער האָט עס געטאָן מיט בײַסיקן הומאָר, חכמה און אַבסורד. דער אַנטיסעמיטיזם ווערט בײַ די גויים אײַנגעזאַפּט מיט דער מאַמעס מילך, דעם גלחס דרשות אין זייערע קלויסטערס און פֿון זייערע הייליקע ביכער. זייער האַס צעטראָגט זיך איבער אַלע ווינקעלעך פֿון אונדזער ערדקוגל. אַפֿילו פֿעלקער וואָס האָבן קיין מאָל קיין ייִדן נישט אָנגעזען פֿאַר די אויגן, איז ווי נאָר מ׳לייענט פֿאָר פֿאַר אים דעם נײַעם טעסטאַמענט, אָדער דעם קאָראַן, אָדער די "פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון," אַזוי ווערן זיי ווילד, ממש אויפֿצופֿרעסן. און וויסן זאָלט איר, אַז איך רוף אָן אַנטיסעמיט אַ קאַניבאַל, ווײַל ער איז אַלע מאָל אויסן דאָס בלוט און דאָס פֿלייש פֿון אַ ייִדן. מיר האָבן עס געזען בעת דעם חורבן, ווען די דײַטשן האָבן זיך איזדיעקעוועט ווי די קאַניבאַלן איבער אונדזערע גופֿים.
דערווײַל לעבט דער אַנטיסעמיטיזם און ציט זײַן חיונה איצט דווקא פֿונעם קאָראַן, נישט נאָר פֿונעם נײַעם טעסטאַמענט. עפּעס שווענדזשעט בײַ זיי דאָס צינגל אין מויל פּונקט ווי זיי וואָלטן געצילעוועט מיטן רעוואָלווער אָדער אויפֿרײַס־מאַטעריאַל אויף די גרענעצן פֿון ישׂראל.
אַ וועלט איז פֿאַרסמט מיט דעם גיפֿט און סם־המוות, און אַלץ האָט צו טאָן מיט די געטער, צי דאָס איז יעזוס אָדער מוכאַמאַד, אַללאַ אָדער די מאַטקע־באָסקע. אַלץ איינס, מען מוז אָפּווישן דעם ייִדן פֿון דער יבשה, ווײַל ער האָט געטויט זייער גאָט, ווײַל ער האָט נישט אָנגענומען אַללאַן, ווײַל ער איז צו פּראָמינענט, צו רײַך, צו אײַנפֿלוסרײַך, צו האָליוווּד, צו וועלט־ממשלות, צו וויסנשאַפֿטלעך, צו שעפֿעריש, צו קונסט־אָריענטירט. די אַלע "צו־ען" זײַנען בלויז אַ לעק איבער דער סטעצקע. אַזוי זײַנען מיר פֿאַרהאַסט בײַ די פֿעלקער פֿון דער וועלט.
ס׳איז מסתּמא גוט פֿאַר דער אַנטיסעמיטישער ווענטילאַציע. אַפֿילו ייִדישע אוניווערסיטעט־פּראָפֿעסאָרן שיטן הײַנט מיט פּעך און שוועבל קעגן ישׂראל. זיי שטעלן זיך אײַן פֿאַר די פּאַלעסטינער מיט זייער מה־יפֿית־טאַנץ. לויט זיי קומט אויס, אַז שולדיק אין נישט־שליסן קיין שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער אין מיטעלן מיזרח זײַנען די ייִדן.
אייגענע אַנטיסעמיטן זײַנען ערגער פֿון די דרויסנדיקע, ווײַל זיי פֿאַרסמען גאַנצע דורות מיטן ייִדנהאַס. איך רעכן דאָ נישט אויס קיין נעמען, אָבער פּראָפֿעסאָר טשאָמסקי, בײַ אונדז הייסט ער כאָמסקי, קומט אויפֿן געדאַנק.
נישט וויכטיק. איך וואָלט געזאָגט, אַז די פּיעסע איז נישט מײַן כּוסע פּסחדיקער ווײַן. מיר ווערן גענוג געשטראָפֿט און געזבענקעט, דאַרף איך עס נאָך זען אויף דער בינע אויך. און אַז דער שׂונא־ישׂראל, האָליוווּדער אַקטיאָר, מעל גיבסאָן, האָט דערווײַל אויסגעהאַקט זײַן "מכּלומרשט ווײַב" די פֿאָדערשטע ציין, כאָטש זי איז די מאַמע פֿון זײַן קינד. ער האָט שיעור נישט דערהרגעט אַ פּאָלק סאָלדאַטן, טרײַבנדיק זײַן אויטאָמאָביל שיכּור ווי לוט. ווינטש איך אים אַ גרינג ליגן טיף טײַער און באַקן בייגל. אפֿשר צו דעם וועט ער זיך אויסטויגן. דער פֿאָרשטעלונג האָט געפֿעלט זאַלץ און פֿעפֿער. אַזוי אַז איר מעגט זיך לייגן פֿרי שלאָפֿן און חלומען זיסע חלומות.