אָליע פּאָרטנוי, 1930ער יאָרן |
אַזוי רופֿן זי אַלע — די קינדער, די אייניקלעך און אוראייניקלעך — באָבע אָליע. אין אָקטאָבער האָט מען געפּראַוועט איר 100סטן געבוירן־טאָג.
אַ יאָרהונדערט איז אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט אַ גורלדיקע געשעעניש. וויפֿל שרעק און האָפֿענונג רופֿט אַרויס דער בײַט פֿון איין יאָרהונדערט אויף אַ צווייטן! דער 20סטער יאָרהונדערט איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ סך נעמען: "יאָרהונדערט פֿון עקאָנאָמישן אויפֿבלי", "יאָרהונדערט פֿון רעוואָלוציעס", "יאָרהונדערט פֿון וויסנשאַפֿטלעכן און טעכנישן פּראָגרעס", "יאָרהונדערט פֿון וועלט־מלחמות"... מע קאָן די רשימה ממשיך זײַן. צי איז מעגלעך אָבער צו געפֿינען אַ דעפֿיניציע פֿון איין מענטשלעך לעבן, וואָס האָט אָפּגעכאַפּט בײַ דער אייביקייט 100 יאָר?!
אָליע, די טאָכטער פֿון נחום און לאה פּאָרטנוי איז געבוירן געבוירן געוואָרן אין ציבוליאָווקע, אַ קליין דערפֿל, גרויס ווי אַ גענעץ. איר טאַטע, נאָכן אָפּדינען דעם רוסישן קיסר אַ טאָפּלטן טערמין אינעם מיליטער, ווי אַ קאַוואַלעריסט — פֿאַר זיך און פֿאַר זײַן ברודער — איז אַוועק אַרבעטן אויף אַ מיל. די מוטער האָט געכאָוועט זייערע זעקס קינדער — דרײַ זין און דרײַ טעכטער. וואָלט מען זיך אַזוי אויסגעלעבט די יאָרן אין טאָג־טעגלעכע זאָרג און קורצע זאָרגלאָזע שׂימחות. האָט אָבער אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה, וואָס דעמאָלט האָט מען נאָך נישט געוווּסט, אַז זי איז נישט די לעצטע. דערנאָך האָבן אָנגעהויבן בלאָזן די רויטע רעוואָלוציע־ווינטן, וואָס האָבן צעבלאָזן אַ פֿײַער צווישן מענטשן און געלאָשן עס מיטן ענטוזיאַזם פֿון אַרבעט, פּאַטריאָטישע לידער און קלינגעוודיקע לאָזונגען.
די יונגע אָליע פּאָרטנוי איז שוין אין דעם נײַעם לעבנס־געמיש געוואַקסן. פֿאַר דער ייִדישער יוגנט פֿון אַן אָרעמאַנסקן אָפּשטאַם האָבן זיך געעפֿנט אַלע וועגן. נאָכן פֿאַרענדיקן די שול האָט זי דער טאַטע, וואָס האָט זיך שוין אַרויפֿגעאַרבעט ביז אַ שטיקל נאַטשאַלניק — דירעקטאָר פֿון דער מיל — געשיקט זי לערנען אין טיראַספּאָל, אינעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. זאָל זי ווערן אַ לערערקע! סאָוועטישע קינדער דאַרפֿן האָבן גוטע, איבערגעגעבענע לערערס. אָליע אַליין האָט זיך טאַקע גוט געלערנט, אָבער אַ קאָמסאָמאָלקע דאַרף, קודם־כּל, זײַן געטרײַ דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און נישט אַרויסווײַזן סימפּאַטיע צו די שׂונאים טראָצקיסטן. אין יענע צײַטן, אין די אָנהייב־1930ער, איז אַזאַ "סימפּאַטיע" גענוג געווען מע זאָל זי אויסשליסן פֿון דער יוגנט־אָרגאַניזאַציע און אײַנזעצן אין טורמע.
הײַנט ווייסט מען שוין וועגן די מיליאָנען אומשולדיק־אומגעבראַטע פֿונעם "רויטן טעראָר"; וועגן דעם "גולאַג", וווּ דאָס מענטשלעך לעבן איז געגליכן געווען צו לאַגער־שטויב. אָליע האָט געהאַט מזל און גוטע פֿרײַנד, וואָס האָבן זי נאָך אַ חודש זיצן אַרויסגעשלעפּט פֿון דער טורמע. איינער פֿון זיי איז געווען אַנדריי גאָזון. גאָר אין גיכן האָבן זיי חתונה געהאַט. דאָס לעבן האָט זיך צו ביסלעך אײַנגעלאַדיעט, כאָטש אַרום האָבן קיין צרות און שרעק נישט אויסגעפֿעלט. זיי זײַנען ביידע פֿאַרבליבן אין טיראַספּאָל, וואָס אין יענע יאָרן איז געווען די הויפּטשטאָט פֿון דער אויטאָנאָמער סאָוועטישער מאָלדאַווישער רעפּובליק (אַרײַנגעגאַנגען אין אוקראַיִנע). אָליע האָט געלערנט געשיכטע אין אַ שול, און אַנדריי איז אַוועק באַרג־אַרויף אין זײַן קאַריערע. אין 1941 איז ער געשטעלט געוואָרן אין שפּיץ פֿונעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וואָס ער און זײַן ווײַב האָבן דאָ נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט.
הײַנט ווייסט מען שוין, וואָס ס’איז געשען דעם 22סטן יוני 1941. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט די מלחמה באַקומען דעם נאָמען "די גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה", הגם די מלחמה מיט נאַצי־דײַטשלאַנד איז שוין אָנגעגאַנגען אין אייראָפּע גאַנצע צוויי יאָר. צי האָט אָליע פּאָרטנויס מאַן (זי האָט איר פֿאַמיליע־נאָמען נישט געביטן), אַ היסטאָריקער, אַ מענטש, וואָס האָט זיך געדרייט אין דער פּאַרטיייִשער נאָמענקלאַטור נישט געוווּסט, וואָס עס קומט פֿאָר אין אייראָפּע מיט ייִדן? יעדנפֿאַלס, אַליין איז ער אַוועק אויפֿן פֿראָנט, אָבער זײַן פֿרוי, וואָס איז געבליבן מיט דרײַ קליינע קינדער אויף די הענט, האָט ער בײַם געזעגענען זיך געזאָגט: "דו ביסט אַ קאָמסאָמאָלקע און דו בלײַבסט דאָ מיט דער משפּחה..."
אָליעס עלטערן, וואָס האָבן זיך נאָך אין די 1930ער יאָרן אַריבערגעצויגן קיין ריבניצע, זײַנען באַלד נאָך דעם ווי די רומענישע פֿאַשיסטן האָבן פֿאַרכאַפּט די שטאָט, פֿאַרטריבן געוואָרן אינעם טויט־לאַגער גוואָזדיווקע, אוקראַיִנע. פֿון דאָרטן האָט מען קיין לעבעדיקן ייִד נישט אַרויסגעלאָזט. אָבער דער אַלטער צאַרישער קאַוואַלעריסט נחום פּאָרטנוי איז נאָך אויפֿן וועג דערשאָסן געוואָרן. זײַן פֿרוי מיט דער עלטערער טאָכטער און צוויי אירע קינדער האָבן שוין געפֿונען זייער טויט אינעם לאַגער גופֿא.
הײַנט ווייסן מיר שוין, אַז דער באָבע אָליען איז באַשערט געווען צו דערלעבן צו אירע 100 יאָר. אָבער אין יענעם זומער, ווען די לערערקע אָליע איז אַלט געווען קנאַפּע 31, איז זי שוין געשטאַנען בײַ דער גרויסער גרוב מיט אירע דרײַ ייִנגעלעך, וואָס האָט שפּעטער באַקומען דעם נאָמען דובאָסאַרער באַבי־יאַר און וווּ עס ליגן באַגראָבן 22 טויזנט ייִדן...
די משפּחה — פֿון דער עלטסטער באָבע אָליע ביז דעם קלענסטן אור־אייניקל קאַטיע — בײַם פֿײַערן דעם 100סטן געבוירן־טאָג |
די געשיכטע פֿון איר מאַמעס ניצול ווערן האָט מיר דערציילט מילע, דער באָבע אָלעס טאָכטער. מיט איר און מיט איר מאַן, בנימין, חבֿרן מיר זיך שוין לאַנגע יאָרן; אָבער ערשט איצט, האָב איך זיך דערוווּסט די פּרטים פֿון יענעם נס. ס’איז שוין אַ פֿאַרשפּרייטער פֿאַקט, אַז אויף דער אָקופּירטער טעריטאָריע האָט אַ ייִד זיך געקאָנט ראַטעווען נאָר אַ דאַנק דעם נישט־ייִד. אָט דער גוואַלדיקער כּוח פֿונעם "פּינטעלע מענטש" האָט אַרויסגעשלעפּט אָליען מיט אירע דרײַ קינדער פֿון דער דובאָסאַרער גרוב, איבערגעפֿולט מיט טויט.
זי איז אַליין געקומען צום רומענישן זשאַנדאַר אינעם דאָרף דובאָוואָ, קיין אַנדערע ייִדן זײַנען שוין דאָרט נישט געווען; און אים דערציילט ווער זי איז, און אַז דער טאַטע פֿון אירע קינדער איז אַ קריסט. האָט ער זי דערווײַל פֿאַרשפּאַרט, און די קינדער איבערגעגעבן צו די שכנים. ווי ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז דער רומענישער אָפֿיציר אַליין געווען אַ לערער, אַ טאַטע פֿון קינדער און עפּעס האָט אין אים די "זשידאַנקע" אָנגערירט. צוריק גערעדט, מוז ער פֿאָרט אויספֿירן מאַרשאַל אַנטאָנעסקוס באַפֿעל ריין צו מאַכן טראַנסניסטריע פֿון ייִדן. ער האָט אַפֿילו געהייסן אויספֿילן דעם פֿאָרמולאַר, אַז די "אַרעסטירטע איז שוין ליקווידירט געוואָרן". און דאָך האָט אים עפּעס אָפּגעהאַלטן צו שטעלן אונטער דעם דאָזיקן פּסק דאָס בלוטיקע פּינטל.
שוין אָפּגעזעסן פֿאַרשפּאַרט איבער אַ חודש, איז אין דאָרף אָנגעקומען פֿון ציבוליאָווקע אָליעס אַן אַלטע חבֿרטע, ראָשקאַ. זי איז געווען אַ דאָקטאָרשע און מ’האָט זי געשיקט אין דובאָוואָ מיט אַ שליחות. צופֿעליק האָט זי זיך דערוווּסט, אַז אָליע איז אַרעסטירט און וואָס עס קאָן זײַן איר סוף. זי האָט זיך נישט פֿאַרלוירן און דערקלערט דעם זשאַנדאַר, אַז איר חבֿרטע האָט זיך אַקוראַט פֿאַר דער מלחמה געשמדט. טאַקע אינעם ציבוליאָווקער קלויסטער. זעט אויס, אַז דעם רומענער האָט זי נישט געדאַרפֿט לאַנג איבערצײַגן. נאָך מער, ער האָט געהייסן אײַנשפּאַנען פֿערד און וואָגן, אַרויסגעגעבן אָליען אַ פּאַפּיר מע זאָל זי נישט טשעפּען און זי געשיקט קיין ציבוליאָווקע צו ברענגען אַ באַשטעטיקונג פֿונעם דאָרטיקן גלח, אַז זי האָט זיך באמת געשמדט.
בײַ נאַכט האָט דער קלויסטער־שומר אַרויסגעטראָגן פֿונעם קלויסטער דאָס שטעמפּל און ס’איז בײַ ראָשקאַ אין שטוב אויסגעפֿאַרטיקט געוואָרן דער "אמתער דאָקומענט". נאָך איר אומקערן זיך צוריק קיין דובאָוואָ האָט דער זשאַנדאַר געבראַכט אָליען מיט די קינדער אין דאָרף הולענקאָ, וווּ ס’האָבן געוווינט איר מאַנס עלטערן, און געוויזן פֿאַר אַן עולם דעם "דאָקומענט מיט אַ שטעמפּל" פֿונעם ציבוליאָווקער גלח.
אָליע מיט די קינדער האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ חורבֿה לעבן דעם צווינטער און זענען שוין געבליבן אינעם דאָרף ביזן יאָר 1946, ווען פֿון בערלין האָט זיך אומגעקערט איר מאַן, אַנדריי גאָזון. פֿון אָליעס משפּחה זײַנען אַרויס פֿונעם פֿײַער איר עלטערער ברודער מיכאל און די קלענערע שוועסטער אודיע. נאָכן איבערגעלעבטן האָט מען אויך אויפֿן לעבן אָנגעהויבן קוקן אַנדערש; ס’האָט נישט געאַרט, אַז וווּ מע זאָל זיך נישט געווען אַ וואַרף טאָן, האָט עפּעס אויסגעפֿעלט. פֿון איין זײַט, האָט די מאַכט דערהויבן די פֿאַרדינסטן פֿון סאָוועטישן פֿאָלק בעת דער מלחמה ביזן הימל אַרײַן, און פֿון דער אַנדערער זײַט, געהאַלטן עס כּסדר האַלב הונגעריק און אונטערן שרעק פֿון אַ נײַער שוין נוקלעאַרער מלחמה, וואָס דער אַמעריקאַנער אימפּעריאַליזם איז גרייט צעבינדן אין יעדער מינוט.
מילע איז געבוירן געוואָרן אין 1950, אין קעשענעוו, וווּ איר טאַטע האָט פֿאַרנומען אַ הויכע פּאָזיציע — קולטור־פֿאַרוואַלטער בײַם צענטראַל־קאָמיטעט. די עלטערע קינדער זײַנען שוין אַרויף אויפֿן וועג פֿון אַ זעלבסטשטענדיק לעבן. וואָס נאָך דאַרף אַ מוטער, אַ פֿרוי?... אַ קלייניקייט — אַ ביסל ווײַבעריש מזל; אָבער וואָס ווײַטער, אַלץ גרעסער און גרעסער איז געוואַקסן צווישן די צוויי אָנגעבידעוועטע מענטשן אַ שפּאַלט. אין 1979, נאָך 45 יאָר צוזאַמענלעבן זײַנען זיי זיך צעגאַנגען...
דעם נײַעם מילעניום און דעם 21סטן יאָרהונדערט האָט באָבע אָליע באַגעגנט שוין אין ניו־יאָרק, וווּ זי איז געקומען מיט דער טאָכטערס משפּחה. די לעצטע פֿינף יאָר מערקט מען יעדעס יאָר אָפּ איר געבוירן־טאָג. נישט אַלע פֿון אירע קינדער, אייניקלעך און אוראייניקלעך נעמען זיך צונויף בײַ איין טיש: די משפּחה פֿונעם עלטערן זון, לעאָניד, וווינט אין רוסלאַנד, דער מיטעלער, וולאַדימיר, איז פֿאַרבליבן אין בעלץ, און דער קלענערער, אַנאַטאָלי, קאָן נישט פֿאַרלאָזן קעשענעוו...
אָבער הײַנט ווייסט מען שוין, אַז צו דער איצטיקער שׂימחה פֿון דער מאַמען, באָבען און עלטער־באָבען זײַנען זיך צונויפֿגעפֿלויגן אַלע. מזל־טובֿ!