פּובליציסטיק
דרײַ פֿאַרשלייערטע פֿרויען אויף אַ גאַס אין קרויצבערג־נויקעלן, בערלין
דרײַ פֿאַרשלייערטע פֿרויען אויף אַ גאַס אין קרויצבערג־נויקעלן, בערלין
Credit: Getty Images

טערקן זעט מען אין דײַטשלאַנד אומעטום. מיט אַ וואָך צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט דרײַ טעג אין בערלין, וווּ צווישן די 3.5 מיליאָן הויפּט־שטאָטישע תּושבֿים וווינען נאָענט צו 120 טויזנט טערקן (וואָס פֿאַלט, אַגבֿ, מער אָדער ווייניק צונויף מיט דער צאָל ייִדן, וועלכע זײַנען געקומען פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און האָבן זיך באַזעצט אין בערלין). די טערקן אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע אַנשטאַלטן און געשעפֿטן; אָבער די טענה צו זיי בלײַבט תּמיד די זעלבע, דהײַנו: זיי אינטעגרירן זיך שוואַך אין דעם דײַטשישן הויפּט־שטראָם.

דאָס טערקישע זײַטל אין דער דײַטשישער דעמאָגראַפֿישער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן מיט 49 יאָר צוריק, ווען דײַטשלאַנד און טערקײַ האָבן דעם 30סטן אָקטאָבער 1961 אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וועלכער האָט דערלויבט צו רעקרוטירן טערקישע אַרבעטער פֿאַר דער גיך וואַקסנדיקער דײַטשישער עקאָנאָמיע. ביידע זײַטן האָבן דעמאָלט געזען אין דעם דאָזיקן אָפּמאַך אַ צײַטווײַליקן אויסוועג. ניט צופֿעליק האָבן די רעקרוטירטע טערקן געהאַט דעם סטאַטוס פֿון "גאַסטאַרבעטער". דער סוף פֿון דער גאַנצער "גאַסט"-פּראָגראַם איז, אָבער, אַז דאָס לאַנד האָט איצט 2.8 מיליאָן טערקן, אַ דריטל פֿון זיי זײַנען שוין דײַטשישע בירגער, אָבער — ווי פֿרישע פֿאָרשונגען ווײַזן — שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר דעם טייל פֿון אימיגראַנטן, וועלכע זײַנען ערגער ווי אַלע אַנדערע אַרײַן אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט.

דעם זומער האָט מען גערעדט וועגן דעם מער איידער פֿריִער. מע הערט אַרויסזאָגונגען פֿון רעגירונג-אָנגעשטעלטע. אייניקע הייבן אויף די פֿראַגע וועגן באַגרענעצן די אימיגראַציע פֿון טערקײַ און אַראַבישע לענדער. דאָס הייסט, ניט פֿאַרמאַכן די גרענעצן, נאָר נעמען בלויז קוואַליפֿיצירטע אַרבעטער.

וועגן דער באַציִונג פֿון די דײַטשן צו די טערקן דערציילן כּלערליי סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונגען. ניט לאַנג צוריק האָט אַן אויספֿרעג געוויזן, אַז 60 פּראָצענט דײַטשן קוקן אויף די טערקן ווי אויף מענטשן, וועלכע ווילן ניט אָנערקענען די דײַטשישע קאָנסטיטוציע. כאַראַקטעריש, אַז 60 פּראָצענט דײַטשן (אפֿשר די זעלבע) זאָגן זיך אַרויס קעגן אַרײַננעמען טערקײַ אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג.

ניט צופֿעליק האָט די טערקישע רעגירונג געביטן איר פּאָליטיק לגבי די טערקן, וועלכע וווינען אין דײַטשלאַנד. אויב פֿריִער האָט מען פֿון זיי דערוואַרט קודם-כּל לאָיעלקייט צו דער אייגענער, טערקישער קולטור, גייט איצט די רייד וועגן אינטעגראַציע. דער פּרעזידענט פֿון טערקײַ, אַבדולאַ גיול, האָט דערקלערט, אַז זיי, די דײַטשישע טערקן, מוזן רעדן אַ גוטן דײַטש, בעסער אָן אַן אַקצענט, און בכלל ווערן גוטע בירגער פֿון דעם לאַנד פֿון זייער רעזידענץ. אין איסטאַנבול האָט מען סוף-כּל-סוף פֿאַרשטאַנען, אַז אינטעגראַציע פֿון דער טערקישער דיאַספּאָרע וועט בײַטן דעם אימאַזש פֿון טערקײַ אויך: טאָמער וועלן די טערקן קענען ווערן נאָרמאַלע דײַטשישע בירגער, וועט עס דינען ווי דער בעסטער באַווײַז, אַז טערקײַ קען אָנגענומען ווערן פֿאַר אַ נאָרמאַל אייראָפּעיִש לאַנד.

דערווײַל האַלט יעדער דריטער דײַטש, אַז זייער מדינה איז פֿאַרפֿלייצט מיט אויסלענדער. און יעדער צענטער דײַטש וואָלט געוואָלט האָבן אַ "היטלער"-פֿיגור, וועלכע זאָל אָנפֿירן מיט דײַטשלאַנד מיט אַן אײַזערנער האַנט.

מיט אַ וואָך צוריק, ווען איך בין געווען אין בערלין, איז טאַקע צונויפֿגעפֿאַלן, אַז דאָרטן, אין דעם היסטאָרישן מוזיי, האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג: "היטלער און די דײַטשן". האָב איך באַשלאָסן צו גיין אַהין. אָבער צופֿעליק איז דער האָטעל, וווּ איך בין אײַנגעשטאַנען, געווען גלײַך לעבן דעם מוזיי פֿון "טאָפּאָגראַפֿיע פֿון טעראָר". איך האָב אים אַ מאָל באַזוכט, אָבער דעמאָלט איז אַלץ געווען אויסגעשטעלט נאָר אין דרויסן. איצט, זינט מײַ חודש, האָט עס אויך אַ בנין. האָב איך דאָרטן באַקומען אַזאַ דאָזע פֿון היטלערן, אַז ווען איך בין געקומען אין דעם היסטאָרישן מוזיי, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז נאָך איין דאָזע פֿון היטלערן — הונדערטער עקספּאָנאַטן, פֿאָטאָס, פּלאַקאַטן, פֿילמען — וועט שוין זײַן צו פֿיל, און איך בין אַוועק.

פֿון די צײַטונגען ווייס איך, אַז די אויסשטעלונג ציט צו אַן עולם. דעם 15טן אָקטאָבער, אין משך פֿון די ערשטע פֿיר שעה נאָך דער עפֿענונג, האָבן צוויי טויזנט לײַט באַזוכט די אויסשטעלונג. מע זאָגט, אַז עס געפֿעלט די באַזוכער, כאָטש אייניקע זײַנען ניט צופֿרידן מיט דעם פֿאַקט, וואָס ס׳איז ניט אָפּגעשפּיגלט געוואָרן דער ווידערשטאַנד, וואָס אייניקע דײַטשן האָבן געוויזן דעם נאַציסטישן רעזשים.

אין עראָפּלאַן איז מײַן שכנה געווען אַ בערלינער-געבוירענע פֿרוי, עטלעכע און זיבעציק יאָר אַלט, וואָס וווינט שוין פֿופֿציק יאָר אין אַמעריקע. האָט זי זיך אויסגעלאַכט פֿון דער אויסשטעלונג. "פֿאַר וועמען איז עס? אפֿשר פֿאַר קינדער און יונגע מענטשן." און זי האָט אָנגעהויבן מיר דערציילן, ווי אַנטיפֿאַשיסטיש זײַנען געווען געשטימט אירע עלטערן, כאָטש דער פֿאָטער אירער — אַן אַרכיטעקט — האָט געבויט מיליטערישע פֿאָרטיפֿיקאַציעס אַרום און אין דער שטאָט. די מוטער האָט, אָבער, געהערט שטילערהייט די ענגלישע אוידיציעס; זי פֿלעגט זיך צודעקן מיט קאָלדרעס, און אַזוי עס הערן.

נאָך אַ צווייטן גלאָז ווײַן האָט מיר מײַן שכנה געזאָגט: "אפֿשר דאַרף איך ניט וועגן דעם רעדן, אָבער די משקה צעבינדט מיר די צונג. כ׳וויל ניט חס-וחלילה ריינוואַשן דײַטשלאַנד, דײַטשן זײַנען שולדיק. אָבער די אַמעריקאַנער האָבן דאָך אויך אויסגעהרגעט די היגע באַפֿעלקערונג. און די בורן, אין דרום-אַפֿריקע — וואָס האָבן זיי דאָרט אָפּגעטאָן? און די איבעריקע..." אַ סבֿרא, אַז די אויסשטעלונג "היטלער און די דײַטשן" איז ניט נאָר פֿאַר די יונגע.