|
מאָטל זעלמאַנאָוויטש, תּל־אָבֿיבֿ, 1946 |
Credit: Forward Association |
חבֿר מאָטל איז געווען אַ סאָציאַליסט, אַ ייִדישיסט, אַ שטאָלצער וועלטלעכער ייִד און אַ לעבן־לאַנגער געטרײַער מיטגליד פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער בונד". אַ בונדיסט מיט לײַב־און־לעבן.
דערצויגן איז ער אין אַ בונדיסטישער משפּחה. לאָדזש, אַן אינדוסטריעלע שטאָט מיט אַ ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון 200,000 נפֿשות אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, איז געווען איינער פֿון די צענטערס פֿונעם "בונד", און אפֿרים־לאָזער זעלמאַנאָוויטש, מאָטלס טאַטע, איז דאָרט געווען איינער פֿון די חשובֿסטע בונדיסטן.
אפֿרים־לאָזער איז דערוויילט געוואָרן, אין די מיט־1920ער יאָרן, צום לאָדזשער קהילה־ראַט, און איז דערנאָך באַשטימט געוואָרן פֿונעם "בונד" צו דינען ווי אַ פּרנס אין דער רעגירנדיקער קערפּערשאַפֿט. מאָטל האָט געדענקט ווי זײַן טאַטע האָט אים, ווי אַ 7־יאָריק קינד, אויפֿגעהויבן, כּדי אַרויסצוקוקן פֿון פֿענצטער צו זען די רויטע פֿאָן, וואָס די פּוילישע אַרבעטער האָבן אויפֿגעהאָנגען לכּבֿוד דעם ערשטן מײַ — און ער האָט שפּעטער דערקלערט, אַז דאָס איז מסתּמא געווען דער מאָמענט, ווען ער איז אַליין געוואָרן אַ סאָציאַליסט.
מאָטל האָט שפּעטער געדינט ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם לאָדזשער צווײַג פֿונעם "סאָציאַליסטישן קינדער־פֿאַרבאַנד" (סקיף) און אויפֿגעטראָטן בײַ די זיצונגען בײַם "יוגנט־בונד — צוקונפֿט".
אין דעצעמבער 1936 האָט די לאָדזשער "צוקונפֿט" אָרגאַניזירט אַ מאַניפֿעסטאַציע אין סאָלידאַריטעט מיט דער שפּאַנישער רעפּובליק. מאָטל האָט אָפּגעהאַלטן אַ רעדע בײַ דער זיצונג, און צום סוף האָט מען געזונגען רעוואָלוציאָנערע לידער, און געזאַמלט געלט פֿאַר די אַרבעטער אין שפּאַניע.
יענעם אויפֿדערנאַכט האָט די פּוילישע פּאָליציי זיך באַוויזן בײַ דער טיר פֿון זײַנע עלטערן און גענומען נישטערן איבער דער שטוב. מאָטל איז אַהיימגעקומען, טראָגנדיק אַ בלאָ העמד און אַ רויט האַלדז־טיכל (דער אוניפֿאָרם פֿון דער באַוועגונג) בעת דער אָבלאַווע. בשתּיקה האָט ער איבערגעגעבן דער מאַמען אַ דאָקומענט, וואָס וואָלט געקאָנט אַרויסרופֿן אַ חשד. מע האָט אים סײַ־ווי אַרעסטירט, און בעת דער אויספֿאָרשונג האָט אַ פּאָליציאַנט אים באַשולדיקט אין זײַן אַ קאָמוניסט און אים געגעבן אַ זעץ אין פּנים. ווען ס׳איז געוואָרן קלאָר, אַז ס׳איז בלויז אַ בילבול, האָט מען אים, צום גליק, באַפֿרײַט.
דעם 26סטן אויגוסט 1939 — עטלעכע טעג איידער די דײַטשן זענען אַרײַן אין פּוילן — האָט מען מאָטל מאָביליזירט אין דער פּוילישער אַרמיי. ער האָט געדינט אויף דרײַ פֿראָנטן, אָבער דאָס פּוילישע מיליטער האָט זיך נישט געקענט פֿאַרגלײַכן מיט דער ווערמאַכט. סוף־סעפּטעמבער, ווען מאָטל איז געווען אין וואַרשע, איז קלאָר געוואָרן, אַז די דײַטשן וועלן פֿאַרכאַפּן פּוילן. כּדי נישט צו פֿאַרלירן אַ גרויסע צאָל סאָלדאַטן, איז די פּוילישע אַרמיי צעלאָזט געוואָרן.
ער האָט זיך פֿאַראייניקט מיטן טאַטן, געפֿאָרן קיין ווילנע, וואָס איז דעמאָלט נאָך נישט געווען אָקופּירט פֿון די דײַטשן, און זיך מיט דער צײַט דערוווּסט, אַז דער "ייִדישער אַרבעטער־קאָמיטעט" אין ניו־יאָרק, אין איינעם מיט דער "אַמעריקאַנער אַרבעטער־פֿעדעראַציע", האָט באַוויזן צו קריגן נויטוויזעס קיין אַמעריקע פֿאַר אַ באַגרענעצטער צאָל אייראָפּעיִשע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פֿירער, וועלכער זענען געווען אין אַ סכּנה. אפֿרים־לאָזער האָט באַקומען אַ וויזע פֿאַר זײַן משפּחה. איז די פֿאַמיליע זעלמאַנאָוויטש געפֿאָרן, אין איינעם מיט די אַנדערע בונדיסטישע פּליטים, מיט דער באַן, איבערן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, קיין יאַפּאַן און מיט דער שיף פֿון יאַפּאַן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אָנקומענדיק אין סיִאַטל, וואַשינגטאָן, האָט אַ דעלעגאַציע פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט" און דעם "אַרבעטער־רינג" זיי וואַרעם אויפֿגענומען. דאָס גאַנצע לעבן איז ער געבליבן געטרײַ די אָרגאַניזאַציעס, און בפֿרט דעם "בונד", אַזוי לאַנג ווי ער האָט עקזיסטירט. ער איז אויך געווען אַקטיוו אין דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע", אין די "דעמאָקראַטישע סאָציאַליסטן פֿון אַמעריקע" און אין ייִוואָ.
ער איז געווען אַ מיטגליד פֿונעם קאָמיטעט צו שאַפֿן אַ סטראַטעגישן פּלאַן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", אין איינעם מיט בערל זומאָף, דעם פֿאַרשטאָרבענעם הערשל אָסטראָף (געווען מאָטלס אַ גוטער חבֿר), דעם פֿאַרשטאָרבענעם מעני מוראַווטשיק (וואָס איז געווען דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט") און מאָטל זעלמאַנאָוויטש.
איך געדענק מאָטלס פֿלאַם־פֿײַערדיקע ייִדישיסטישע רעדעס בײַ די ייִוואָ־באַנקעטן, וווּ איך פֿלעג קומען פֿון צײַט צו צײַט ווי זײַן גאַסט, זיצן בײַ זײַן טיש, און זיך וויצלען מיט זײַן ברודער שלאַמעק. מאָטל האָט מיר נישט איין מאָל אַרויסגעוויזן ברייטהאַרציקייט, און טאַקע אַ דאַנק אַ סובסידיע פֿון דער זעלמאַנאָוויטש־פֿונדאַציע האָב איך געקאָנט אַרויסגעבן מײַן לעצט בוך, וועגן דער קאָנטער־קולטור פֿונעם "בונד". איך בין אים ביזן הײַנטיקן טאָג געבליבן זייער דאַנקבאַר.
מאָטל האָט זיך גוט אַרויפֿגעאַרבעט אין אַמעריקע, אָבער איז געבליבן געטרײַ זײַנע בונדיסטישע אידעאַלן, אַפֿילו אין דער תּקופֿה ווען זײַן פֿינאַנציעלע פּאָזיציע איז געווען גאָר אַנדערש ווי די פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין דעם פֿאַר־מלחמהדיקן לאָדזש. ער האָט, למשל, פֿאַרמאָגט אַ שווערן, לאַנגן ווינטערמאַנטל פֿון אַן ערשט־ראַנגיקער סחורה, וואָס האָט מסתּמא געקאָסט אַ היפּש ביסל געלט. פֿון דעסטוועגן, האָט ער געבעטן מע זאָל אויפֿן מאַנטל צונייען אַ רויטע פֿאַלקע — דער סימבאָל פֿון "סקיף".
געווען איז ער אַ ברייטהאַרציקער, אַן אידעאַליסט, אַן אָפּטימיסט און אַ גוטער חבֿר. כּבֿוד זײַן אָנדענק.
פּראָפֿ׳ יאַנקל דזשייקאָבס
|
פֿון רעכטס: בערל זומאָף, וויליאַם שטערן,
מאָטל זעלמאַנאָוויטש און יוני פֿײַן |
Credit: Forward Association |
איך האָב זיך באַקענט מיט מאָטלען מיט בערך 40 יאָר צוריק, ווען איך בין געוואָרן אַקטיוו אין די לאַנדישע אַקטיוויטעטן פֿונעם "אַרבעטער־רינג", און שפּעטער אין דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע" — צוויי פֿון די אָרגאַניזאַציעס, וווּ מאָטל איז שוין געווען אַקטיוו. מיר האָבן ביידע געהאַט אַ ברענענדיקן אינטערעס אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. ער איז תּמיד געווען איינער פֿון אונדזערע עפֿעקטיווסטע פֿאַרטיידיקער פֿון ייִדיש.
ס׳האָט אים וויי געטאָן צו זען ווי עס פֿאַרשווינדן די ייִדישע אַקטיוויטעטן און אינסטיטוציעס, און ער האָט זיך שטאַרק באַמיט דאָס אָפּצושטעלן. ער איז געווען זייער ברייטהאַרציק, סײַ מיט זײַן צײַט, סײַ מיט זײַן געלט, און ער האָט אויסגעדריקט כּעס קעגן די אַלגעמיינע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס אין דער ייִדישער קהילה, וואָס האָבן פֿינאַנציעל נישט געשטיצט די ייִדישע קולטור.
ער איז געווען אַן אַקטיווער כּלל־טוער אינעם "אַרבעטער־רינג", דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע", "דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", ייִוואָ און דעם "בונד". ער האָט אַ סך יאָרן געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿון די אָרגאַניזאַציעס, און ווי דער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם "אַרבעטער־רינג". ער איז געווען דער הויפּט־שפּילער אין די אָרטיקע און אַלוועלטלעכע טעטיקייטן פֿונעם "בונד", וואָס האָט שטאַרק געקעמפֿט פֿאַר דער ייִדישער קולטור, סאָציאַליזם און שלום אויף דער וועלט.
מאָטל איז געווען אַ שטאַרק און איבערצײַגעוודיק קול לטובֿת דער קולטורעלער און וועלטלעכער ייִדישקייט און דעם ייִדישן פֿאָלק. הגם ער האָט נישט געגלייבט אין די פּוסטע פֿײַערונגען פֿון די יום־טובֿים, איז ער געווען אַ שטאַרקער גלייבער אין אַהבֿת־ישׂראל.
וואָס שייך די ענינים פֿון פּראָגרעסיווער פֿילאָסאָפֿיע און אַקטיוויזם, האָבן מאָטל און איך, במשך פֿון די ערשטע יאָרן פֿון אונדזער באַקאַנטשאַפֿט, געפּריידיקט קעגנאַנאַנדיקע שטעלונגען — ער פֿונעם לינקן־לאַגער, און איך — פֿונעם רעכטן. איינער פֿון זײַנע באַליבטע צונעמען פֿאַר מיר איז געווען "ר׳ שׂונא". אָבער במשך פֿון די יאָרן האָט אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט זיך פֿאַרטיפֿט, און אונדזערע פּאָליטישע חילוקי־דעות האָבן זיך ממשותדיק פֿאַרקלענערט.
מיט צוויי יאָר צוריק האָט מאָטל מיך געבעטן איבערזעצן זײַן בוך פֿון געקליבענע אַרטיקלען פֿון "אונדזער צײַט", די בונדיסטישע פּובליקאַציע וואָס ער האָט לאַנגע יאָרן רעדאַגירט. דאָס בוך, "אַ בונדיסט קאָמענטירט וועגן דער געשיכטע בשעת זי אַנטוויקלט זיך", איז פּובליקירט געוואָרן מיט צוויי יאָר צוריק דורכן ייִוואָ, און איז וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן.
איינע פֿון מײַנע שענסטע זכרונות וועגן מאָטלען איז די צײַט וואָס מיר האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען אויף צוויי געזעלשאַפֿטלעכע מיסיעס קיין מיזרח־אייראָפּע, אין 1990 און 1991, צו באַנײַען די קאָנטאַקטן מיט די ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע, ליטע און פּוילן. בעת אונדזער צווייטן וויזיט האָבן מיר זיך באַקענט מיט אונדזער טײַערן קאָליאַ באָראָדולין. מאָטל האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם העלפֿן קאָליאַ קומען קיין אַמעריקע.
מאָטל איז געווען אַן אוניקום: אַ גלענצנדיקער רעדנער און שרײַבער, אַ דענקער, אַ וואַרעמער און ברייטהאַרציקער פֿרײַנד, אַ געטרײַער מאַן, טאַטע און זיידע. אַלע וואָס האָבן אים געקענט האָבן געהאַט פֿאַר אים דרך־ארץ, און די וועלכע האָבן אים גוט געקענט האָבן אים ליב געהאַט. מיר וועלן שטאַרק בענקען נאָך אים.
בערל זומאָף