ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דער פּיאַניסט בורטאָן גרין האָט אָנגעהויבן צו שפּילן קלאַסישע מוזיק אין שיקאַגע, נאָך ווי אַ קליין ייִנגל אין די 1950ער יאָרן. אָבער גיך אַריבער צו דזשעז און ווײַטער שטודירט אין "דער שול פֿון דער גאַס"; דאָס הייסט, זיך באַקענט מיט די דזשעז־מוזיקער פֿון דער גרויסער שטאָט און געשפּילט מיט זיי.

שיקאַגע איז דעמאָלט געווען אַ צענטער פֿון אַוואַנגאַרדישער דזשעז־מוזיק, און אין 1962 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק און זיך באַקענט מיט די דזשעז־מוזיקער דאָ. צוזאַמען מיטן באַסיסט אַלען דע סילוואַ האָט ער אָרגאַניזירט די ערשטע "ספּאָנטאַנישע קאָמפּאָזיציע"־גרופּע אין 1963 מיטן נאָמען "דער פֿרײַער־פֿאָרעם־אימפּראָוויזאַציע־אַנסאַמבל". צו יענער צײַט האָבן געשפּילט פֿאַרשיידענע דזשעז־גרופּעס, וואָס זענען געוואָרן אַלץ פֿרײַער און פֿרײַער אין זייער שפּילן; זיך נישט גערעכנט אַפֿילו מיט דער מעלאָדיע אָדער ריטעם, נאָר מיט אימפּראָוויזאַציע און עמאָציע. דער צוהערער, וואָס האָט דערוואַרט אַ געוויינטלעכן אָנהייב און סוף פֿון אַ ליד האָט זיך אַנטוישט.

אין יענער "פֿרײַער" צײַט פֿון דזשעז האָט מען אַלץ דערלאָזט. גרין איז אַ מאָל אָנגעקומען צו איינעם פֿון די וויכטיקסטע קאָנצערטן פֿון זײַן יונגער קאַריערע, צו וועלכן אַלע אַוואַנגאַרדישע דזשעז־קאָמפּאָזיטאָרן זענען געקומען. ווען ער האָט אויסגעפּרוּווט די פּיאַנע, האָט גרין אַנטפּלעקט, אַז די קלאַווישן האָבן נישט געטויגט. האָט ער געזאָגט דעם אָרגאַניזירער, אַז ער קען נישט שפּילן אויף אַזאַ פּיאַנע, און דעריבער, וועט דער קאָנצערט נישט פֿאָרקומען. איז צוגעקומען צו אים דער גאַנץ עקצענטרישער דזשעז־מוזיקער סאָן־ראַ, און אים געעצהט, — "אויב איר קענט נישט שפּילן אויף די קלאַווישן פֿונעם אינסטרומענט פֿון דרויסן, שפּילט זשע זיי פֿון אינעווייניק". גרין האָט זײַן עצה געפֿאָלגט און געשפּילט אויף די סטרונעס פֿון דער פּיאַנע פֿון אינעווייניק, און דער קאָנצערט איז געווען אַ געראָטענער. נאָך הײַנט, קען בורט גרין אין מיטן פֿון זײַן שפּילן זיך פּלוצעם אויפֿשטעלן, ארײַנשטעקן די הענט, און שפּילן אויף "דער לינקער זײַט" פֿון דער פּיאַנע.

אין די 1960ער יאָרן האָבן געוויסע מוזיקער אין דזשעז־מוזיק געשטרעבט צו שפּילן מיט אַ פֿרײַהייט אָן סטרוקטור, און אָן קאָנטראָל. בורט גרין האָט אָנטיילגענומען אין דער באַוועגונג פֿונעם אָנהייב. ער האָט בעת די 1960ער און 1970ער יאָרן געשפּילט מיט די בעסטע און די באַקאַנטסטע אַוואַנגאַרדישע דזשעז־שפּילער, און אַרויסגעלאָזט 50 פּלאַטעס.

אין 1969 האָט ער זיך באַזעצט אין פּאַריז און דערנאָך אין אַמסטערדאַם, וווּ ער וווינט עד־היום אין אַ שיף־הויז אויף איינעם פֿון דער שטאָטס קאַנאַלן. אין 1989 איז ער געקומען "צוריק צו זײַנע וואָרצלען" און האָט געשאַפֿן די קלעזמער־קאַפּעליע מיטן נאָמען "קלעז־מקום" (Klezmokum). "מקום" איז דער נאָמען פֿון דער אַלטער ייִדישער געגנט אין אַמסטערדאַם. כאָטש בײַם ערשטן הער, וואָלט מען באַלד באַצייכנט די מוזיק פֿון "קלעז־מקום" ווי קלעזמער־דזשעז, טענהט גרין, אַז דאָס איז שייך נאָר אַ טייל פֿון דער מוזיק וואָס די גרופּע שפּילט: "מיר האָבן אַ סך מקורים פֿאַר אונדזער מוזיק. אַ סך פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען געשאַפֿן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות; זיי שפּיגלען אָפּ די פֿרייד און לייד פֿון די אַשכּנזישע ייִדן. מיר געפֿעלט אויך די שיינקייט, די אומשולד און שטרעבונגען פֿון די ישׂראלדיקע קאָמפּאָזיציעס פֿון די אַלטע פּאַלעסטינער צײַטן [געמיינט 1920ער און 1930ער יאָרן]. לעצטנס האָב איך אַנטדעקט די אומגעוויינטלעכע ריטמען און פֿאַרכאַפּנדיקע מעלאָדיעס פֿון די פֿאַרשיידענע ספֿרדישע עדות אין טערקײַ, גריכנלאַנד און די באַלקאַנישע לענדער. דערצו האָב איך צוגעגעבן עטלעכע פֿון מײַנע אייגענע קאָמפּאָזיציעס".

די נײַסטע רעקאָרדירונג פֿון "קלעז־מקום" הייסט "פֿון וואַנען מיר קומען... וווּהין מיר גייען" [Where we come from...Where we're going] און שטעלט מיט זיך פֿאָר דאָס דריטע קאָמפּאַקטל פֿון בורטאָן גרינס אַראַנזשירונגען און אימפּראָוויזאַציעס פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן. דאָס ערשטע אין דער טרילאָגיע האָט געהייסן "לדור ודור", דאָס צווייטע "אַלטע און נײַערע שורשים". עטלעכע מוזיקער אין זײַן אַנסאַמבל שפּילן מיט גרין שוין יאָרן לאַנג, ווי דער וועלט־באַקאַנטער דזשעז־קלאַרנעטיסט פּערי ראָבינסאָן און לאַרי פֿישקינד, דער טובע־שפּילער; אַלע דרײַ אַמעריקאַנער, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַמסטערדאַם.

הײַנט, מסתּמא נאָענט צו די 70ער יאָרן, איז בורטאָן גרין שוין מער נישט דער "פֿרײַער פֿויגל" פֿון אַ מאָל. אין יעדן ניגון האַלט ער זיך נאָענט צו דער מעלאָדיע, וואָס ער און די אַנדערע מוזיקער "פֿאָרשן אויס" אין זייערע דזשעז־אימפּראָוויזאַציעס. למשל, אינעם ערשטן ניגון אויפֿן נײַעם קאָמפּאַקטל נעמען זיי אַן אַלטן חב״ד־ניגון, און צעקײַען אים, אָבער נישט ווילדערהייט, נאָר מיט דרך־ארץ און דבֿקות. אין עטלעכע פֿון די ניגונים קענען די אימפּראָוויזאַציעס פֿון דער גאַנצער גרופּע געדויערן צען מינוט. די מוזיקער שפּילן בפֿירוש נישט אין אַ ייִדישן, קלעזמערישן סטיל, און די מוזיק קלינגט טאַקע נענטער צו דזשעז־מוזיק, ווי צו ייִדישער מוזיק פֿון מיזרח־אייראָפּע.

מע זינגט צוויי ייִדישע לידער אויף דער רעקאָרדירורנג — "וואַנדער איך אַליין", מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט, ווערטער פֿון ה. ראָזענבלאַט, און "מודה אַני", ווערטער פֿון מאַרק שווייד, מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט. די אַראַנזשירונג פֿון אין "וואַנדער איך אַליין" מאַכט שווער צו פֿאַרשטיין די ווערטער. אין "מודה אַני", אָבער הערט מען גוט די רירנדיקע ווערטער, און די מעלאָדיע ווערט נישט פֿאַרלוירן אין די אימפּראָוויזאַציעס. בורט גרין שפּילט מער נישט אַזוי פֿלינק ווי אַמאָל, אָבער זײַן פּיאַנע "פֿירט דעם וועג" מיט פֿעסטע און זיכערע פֿינגער. כאָטש איין ריכטונג אין דער קלעזמער־מוזיק הײַנט באַשטייט פֿון שאַפֿן אינעם טראַדיציאָנעלן קלעזמער־סטיל, אינטערעסירט נישט "קלעז־מקום" אַזאַ וועג. ניצנדיק די מוזיק פֿון דזשעז און די שאַפֿערישקייט פֿון אימפּראָוויזאַציע, זוכט די גרופּע דאָס רוחניות אין די ייִדישע מעלאָדיעס.