געזעלשאַפֿט
אַנעט וועוויאָרקע באַקומט דעם ערן–לעגיאָן
אַנעט וועוויאָרקע באַקומט דעם ערן–לעגיאָן

לעצטן 30סטן סעפּטעמבער איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען אַ באמת אומגעוויינטלעכע צערעמאָניע. די היסטאָריקערין אַנעט וועוויאָרקע, פֿון די אָנגעזעענסטע פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿון דריטן חורבן, האָט באַקומען דעם מעדאַל "אָפֿיציר פֿון מלוכה–אָרדן פֿון ערן–לעגיאָן" — איינע פֿון די חשובֿסטע אויסצייכענונגען וואָס פֿראַנקרײַך טיילט אויס יענע בירגער, וואָס האָבן געברענגט אַ באַזונדערס וואָגיקן בײַטראָג פֿאַרן לאַנד אויף וואָסער עס איז געביט. אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון דער לאַורעאַטין, זענען אויף דער פֿײַערונג געזונגען געוואָרן לידער אויף ייִדיש — מסתּמא צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִחוסדיקן ערן–לעגיאָן, וואָס נאַפּאָלעאָן האָט אים אײַנגעפֿירט אין 1802.

פֿאַר דער ייִדיש–וועלט האָט אַנעט וועוויאָרקע נישט נאָר אַ וויכטיקן אייגענעם זכות, נאָר אויך אַ גרויסן זכות–אָבֿות. איר זיידע איז געווען דער שרײַבער וואָלף וועוויאָרקע (1896—1945), וואָס האָט געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אינעם ייִדישן קולטור–לעבן אין פּאַריז אין די 1920ער און 1930ער יאָרן און איז אומגעקומען אין אוישוויץ. וואָלף וועוויאָרקע האָט איבערגעלאָזט צוויי בענד לעבעדיקע דערציילונגען וועגן דעם לעבן פֿון פּאַריזער ייִדן, און איז אַ צײַט לאַנג געווען דער פּאַריזער קאָרעספּאָנדענט פֿונעם "פֿאָרווערטס". וואָלפֿס ברודער, אַבֿרהם וועוויאָרקע (1887—1935), איז געווען אַ באַקאַנטער שרײַבער און קריטיקער אין ראַטן–פֿאַרבאַנד. וואָלפֿס ביידע זין, אַבֿי (1921—1991) און מעני (1923—2009) זענען געווען אַקטיווע און באַליבטע טוערס פֿון פּאַריזער אַרבעטער–רינג.

שוין איבער דרײַסיק יאָר ווי אַנעט וועוויאָרקע פֿאַרנעמט זיך מיט דער פֿאָרשונג פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, בפֿרט אין דער חורבן–תּקופֿה. נאָכן דורכמאַכן איינעם פֿון די ערשטע זומער־קורסן פֿאַר ייִדישער שפּראַך אין קאָלומביע–אוניווערסיטעט, האָט זי גענומען אַרבעטן איבער דער ביאָגראַפֿיע פֿון איר זיידן, דעם ייִדישן שרײַבער. באַלד האָט זיך איר אינטערעס אויסגעברייטערט צו יזכּור–ביכער, זייער אינהאַלט און באַטײַט. זינט די ערשטע נײַנציקער יאָרן איז זי אַ פֿאָרשונגס–דירעקטאָרין אינעם פֿראַנצויזישן מלוכה–צענטער פֿאַר וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג. אירע ביכער גיבן זיך אָפּ מיט טעמעס ווי דעפּאָרטאַציע און פֿאָלקסמאָרד, דער נירענבערגער פּראָצעס, דער אײַכמאַן–פּראָצעס, די געשיכטע פֿון ייִדיש–קאָמוניסטישן אַנטי–נאַצישן ווידערשטאַנד, די חורבן–עדותשאַפֿט און אַנדערע. זי פֿירט אָן מיט סעמינאַרן אין פֿאָרש–אַנשטאַלטן און באַטייליקט זיך אָפֿט אויף קאָנפֿערענצן אין אייראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל. זי האָט געשפּילט אַן אַנטשיידנדיקע ראָלע ווי אַ מיטגליד פֿון דער מלוכה–קאָמיסיע וואָס האָט מיט איבער צען יאָר צוריק אָפּגעשאַצט דאָס פֿאַרמעגן פֿון פֿראַנצויזישע ייִדן וואָס איז געבליבן אויף הפֿקר נאָכן אויסמאָרד פֿון זײַנע באַזיצערס. דער קאָמיסיעס באַריכט איז געווען דער יסוד אויפֿצושטעלן די הײַנטיקע "פֿונדאַציע פֿאַרן אָנדענק פֿונעם חורבן" אין פֿראַנקרײַך.

די זינגערין טאַלילאַ טרעט אויף בײַ דער צערעמאָניע
די זינגערין טאַלילאַ טרעט אויף בײַ דער צערעמאָניע

די מסיבה צום איבערגעבן דעם מעדאַל פֿון ערן–לעגיאָן איז פֿאָרגעקומען אינעם פּראַכטיקן פֿײַערלעכקייטן–זאַל פֿונעם הויז פֿון די פֿראַנצויזישע מלוכה–אַרכיוון, וואָס איז מיט הונדערטער יאָרן צוריק געווען אַ פֿירשטן–פּאַלאַץ. דער עולם — אין וועלכן עס האָבן זיך אויסגעמישט וועטעראַנען פֿון פּאַריזער אַרבעטער–רינג מיט אַקאַדעמיקער, אינטעליגענטן און קינסטלער, מענטשן פֿון דער ייִדיש–סבֿיבֿה און נישט–ייִדישע היסטאָריקער — האָט נאָכגעפֿאָלגט מיט עמאָציע די רייד פֿון דער מעדאַל–איבערגעבערין, פֿרוי זשאָרזשעט עלגיי, פּרעזידענטין פֿון אַלגעמיינעם אַרכיוון–ראַט. פֿרוי עלגיי האָט אַרויסגעהויבן אַנעט וועוויאָרקעס לאַנג־יאָריקע פֿאָרש־אַרבעט אין די מלוכה–אַרכיוון, איר אַבסאָלוטע ערנסטקייט, איר וויסנשאַפֿטלעכע אַחריות און הויכן אינטעלעקטועלן באַוווּסטזײַן.

אין איר ענטפֿער–רעדע האָט אַנעט וועוויאָרקע אונטערגעשטראָכן די ראָלע וואָס עס האָבן געשפּילט אין איר לעבן אירע עלטערן אַבֿי און ריטש, ווי אויך איר זיידע פֿון דער מאַמעס צד, כאַצקל פּערלמאַן, אַ לעבנס־לאַנגער איבערגעגעבענער בונדיסט און מיטגליד פֿון פּאַריזער אַרבעטער–רינג. אַגבֿ, אויך אַנעט וועוויאָרקעס שוועסטער און אירע צוויי ברידער צייכענען זיך שטאַרק אויס אין די תּחומים פֿון געשיכטע–פֿאָרשונג און סאָציאָלאָגיע.

דער אויסטערלישער מאָמענט פֿונעם אָוונט איז געווען דער אַרויסטריט פֿון דער זינגערין טאַלילאַ און פֿון איר פּיאַנאָ–באַגלייטער טעדי לאַסרי, מיט ייִדישע לידער וואָס די לאַורעאַטין אַנעט וועוויאָרקע האָט אויסגעקליבן. צווישן זיי — מאַנגערס "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים" און דאָס ליד "די צײַט פֿון די קאַרשן" פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿאָלקס–פּאָעט זשאַן–באַטיסט קלעמאַן, אין דער ייִדישער ווערסיע פֿונעם גרויסן איבערזעצער פֿון פֿראַנצויזישער פּאָעזיע מרדכי ליטווין.

עס איז געווען רירנדיק צו הערן — אונטער די געגילדעטע געשניצטע סופֿיטן און צווישן די סקולפּטירטע זײַלן פֿון אַלטן פֿירשטלעכן פּאַלאַץ — אי ייִדיש געזאַנג, אי די נעמען פֿון פֿאַרשוווּנדענע ייִדישע שרײַבער. זיי האָבן ווי עדות געזאָגט אויפֿן עכטן ייִדישן גאַנג פֿון אַנעט וועוויאָרקעס וויסנשאַפֿטלעך לעבנס־ווערק, וואָס האָט יענעם טאָג געקראָגן די העכסטע אויסצייכענונג מצד דער פֿראַנצויזישער רעפּובליק.