די פֿאַרגאַנגענע וואָך זײַנען אין דער וועלט־פּרעסע זייער לעבעדיק אַרומגערעדט געוואָרן צוויי טעמעס, פֿאַרבונדן דווקא מיט דײַטשלאַנד. ערשטנס, איז אין בערלין, וווּ די נאַציסטישע סימבאָליק איז געזעצלעך שטרענג פֿאַרווערט, דערעפֿנט געוואָרן אַן אויסשטעלונג, וואָס טראָגט זייער אַ קאָנקרעטן נאָמען: "היטלער און דאָס דײַטשישע פֿאָלק". צום ערשטן מאָל נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה קומט אין דײַטשלאַנד, אין דעם פּרעסטיזשפֿולן היסטאָרישן מוזיי, פֿאָר אַזאַ קאָנטראָווערסאַלע אויסשטעלונג.
די צווייטע טעמע, אַרויסגעבראַכט די וואָך פֿון דער דײַטשישער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל, איז אויך פֿאַרבונדן מיטן דײַטשישן פֿאָלק. מערקעל האָט אָפֿן דערקלערט, אַז די אַנטוויקלונגען אין די לעצטע יאָרן האָבן געוויזן דעם פֿולן דורכפֿאַל פֿון דער מולטיקולטורעלער קאָנצעפּציע, וואָס האָט דאָמינירט אין איר לאַנד.
צי איז עס נאָר אַ דײַטשישע פּראָבלעם? מיר ווייסן דעם גאַנצן זשום און רעש, וואָס ס'האָט זיך געטאָן אין פֿראַנקרײַך אַרום די ציגײַנער און נאָך פֿריִער אַרום די טראַדיציאָנעלע קליידער פֿון די מוסולמענישע פֿרויען; עס האַלט זיך נאָך אַ היץ אין דער לופֿטן פֿון די אומאָרדענונגען אין די מוסולמענישע קוואַרטאַלן אַרום פּאַריז. אין האָלאַנד איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך באַרעכטיקט געוואָרן דער פֿירער פֿון דער פֿרײַער פּאַרטיי, גירט ווילדערסאָן, וועלכער איז באַשולדיקט געוואָרן אין דער צעהיצטער שׂינאה צו די אָרטיקע מוסולמענער.
מיט איין וואָרט, אייראָפּע איז נישט צופֿרידן נישט מיט זיך און נישט מיט די "פֿרעמדע", וואָס האָבן "פֿאַרפֿלייצט" זייערע לענדער. לויט דער סטאַטיסטיק פֿון 2007, וווינען הײַנט אין די לענדער פֿון אייראָפּע 53 מיליאָן מוסולמענער.
די פֿירער פֿון לענדער ברענגען בדרך־כּלל אַרויס אויף אַ קול די געדאַנקען און שטימונגען, וואָס טראָגן זיך שוין אין דער לופֿטן און וואָס ווײַטער פֿאַרשווײַגן זיי טאָר מען נישט. די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל האָט גערעדט איצט מיטן קול פֿון ס'רובֿ דײַטשן, וואָס איז היסטאָריש אַ מאָנאָ־קולטורעל פֿאָלק. די פּרינציפּן פֿון מולטיקולטוראַליזם אַרבעט נאָר דאָרט, וווּ די באַפֿעלקערונג איז אין אַזאַ קולטורעלן "שמעלצטאָפּ" דערצויגן געוואָרן. אָבער אויך אין אַזעלכע לענדער, ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע און אויסטראַליע, רײַפֿט אויס אין דער געזעלשאַפֿט אַ פּראָטעסט קעגן דעם אויפֿפֿיר פֿון דער אָרטיקער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג.
צוריק גערעדט, זײַנען צו דעם דאָ אָביעקטיווע סיבות. אַמעריקע און די אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס גייען אַרײַן אין "נאַטאָ", פֿירן אַ בלוטיקע מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן; די כּסדרדיקע סכּנה פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן איבער דער וועלט האַלט זיך אין איין צעוואַקסן. די לעצטע יאָרן זײַנען אין דעם פֿאַרטאָן באַזונדערס אַקטיוו די "אָרטיקע" טעראָריסטן, בירגער פֿון אייראָפּע און אַמעריקע.
דערווײַל רעדט מען וועגן דער "קולטורעלער" אָפּגעפֿרעמדקייט פֿון דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג. אָבער די לעצטע אַלאַמירנדיקע סיגנאַלן פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן אין בערלין, פּאַריז און לאָנדאָן גיבן אָנצוהערן, אַז "קולטור" איז נאָר דער שפּיץ פֿון דעם ריזיקן אײַזבאַרג, וואָס ווערט באַהאַלטן אונטער דער אויבערפֿלאַך פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער אומצופֿרידנקייט.
מעגלעך, אַז די "היטלער־אויסשטעלונג" איז אַ דערמאָנונג וועגן דעם וואָס עס קאָן געשען, ווען די הויפּט־נאַציע פּראָקלאַמירט זיך ווי די "העכסטע" איבער אַלע אַנדערע. צוריק גערעדט, זעט אויך אויס מאָדנע, וואָס דווקא איצט, ווען דײַטשלאַנד לעבט איבער נישט די בעסטע צײַטן, ווערט דערעפֿנט אַזאַ אויסשטעלונג און עס ווערן אַרויסגעזאָגט אַזעלכע געדאַנקען.