קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"געוויינטלעכע שיל"׃ אויסשטעלונג אינעם געשיכטע־מוזיי פֿון רעליגיע, סאַנקט־פּעטערבורג, פֿונעם 20סטן סעפּטעמבער ביזן 5טן דעצעמבער. קוראַטאָרן: אַלאַ סאָקאָלאָוואַ און וואַלערי דימשיץ, אַקאַדעמישער צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקע"


אין סאַנקט־פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג, געווידמעט דעם צענטראַלן עלעמענט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער "וועלט, וואָס איז מער נישטאָ"׃ די אַלטע שילן פֿונעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ. מיט הונדערט יאָר צוריק זײַנען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע געשטאַנען צענדליקער טויזנט גרויסע און קליינע שילן, קלויזן, בתּי־מדרשים, שטיבלעך. הײַנט איז פֿון זיי כּמעט גאָרניט ניט געבליבן, בלויז די סאַמע פֿעסטע געמויערטע געבײַדעס האָבן אויסגעהאַלטן די קאַטאַסטראָפֿאַלע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

מיט דער הילף פֿון מאָדערנע ווידעאָ־טעכנאָלאָגיעס, אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס און רעאַלע היסטאָרישע אָביעקטן ווערט רעקאָנסטרויִרט די אייגנאַרטיקע אַטמאָספֿער פֿון די טראַדיציאָנעלע מיזרח־אייראָפּעיִשע שילן. "דער ציל פֿון אונדזער אויסשטעלונג איז צו ווײַזן דעם הײַנטיקן עולם — סײַ ייִדן, סײַ ניט־ייִדן — אַז שילן זײַנען געווען אַ נאַטירלעכער עלעמענט פֿון דער לאַנדשאַפֿט אינעם מערבֿדיקן קאַנט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, פּונקט אַזוי ווי קלויסטערס אין רוסישע דערפֿער. די שילן זײַנען געווען פֿון גאָר פֿאַרשידענע מינים, גרויסע און קליינע, אַלטע און נײַע, באַפּוצטע און פּשוטע, אָבער זיי האָבן געהערט צו דעם לאַנד" — דערקלערט פּראָפֿעסאָר דימשיץ, איינער פֿון די קוראַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג.

ער באַטאָנט ווײַטער, אַז דאָס איז די ערשטע אויסשטעלונג, וואָס דערציילט וועגן דער ייִדישער רעליגיע ניט פֿונעם אַלטן, תּנ״כישן שטאַנדפּונקט, נאָר ווײַזט זי ווי אַ לעבעדיקע פּראַקטיק, וואָס איז געווען פֿאַרשפּרייט אין דער רוסישער אימפּעריע.

דירערטאָר פֿונעם מוזיי באָריס אַראַקטשעיעוו 
און אַלאַ סאָקאָלאָוואַ
דירערטאָר פֿונעם מוזיי באָריס אַראַקטשעיעוו און אַלאַ סאָקאָלאָוואַ

אַזוי ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן אויפֿקלערערישער אויסשטעלונג, זײַנען אַלע עקספּאָנאַטן באַגלייט מיט פּרטימדיקע באַשרײַבונגען, וואָס דערקלערן דעם מיין און די פֿונקציע פֿון ספּעציעלע באַגריפֿן, אַזעלכע ווי פּרוכת, טלית, תּפֿילין, ספֿר־תּורה, ארון־קודש, בית־מדרש וכדומה. די עקספּאָנאַטן שטאַמען פֿון דער רײַכער קאָלעקציע פֿונעם געשיכטע־מוזיי פֿון רעליגיעס, וואָס אין דער סאָוועטישער תּקופֿה האָט געטראָגן דעם נאָמען "מוזיי פֿון געשיכטע פֿון רעליגיעס און אַטעיִזם". אַ היפּשער טייל פֿון די עקספּאָנאַטן איז עד־היום ניט געווען צוטריטלעך פֿאַרן פּובליקום.

אַ וויכטיק אָרט אין דער עקספּאָזיציע פֿאַרנעמען די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס פֿון 1912—1914, וועלכע געפֿינען זיך איצט אין דער קאָלעקציע פֿונעם צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקע". דער פֿאָטאָגראַף פֿון דער עקספּעדיציע איז געווען דער יונגער קינסטלער שלמה יודאָווין (אַנ־סקיס אַ פּלימעניק). ער האָט ניט נאָר פֿאַרפֿיקסירט די שילן ווי אָביעקטן פֿון אַרכיטעקטור, נאָר געשאַפֿן אָריגינעלע פֿאָטאָגראַפֿישע קונסטווערק, וואָס פֿאַרמאָגן אַן אייגענע שטימונג און דריקן אויס אַ געוויסע אידעע.

די קוראַטאָרן דערקלערן דעם אידעיִשן אַספּעקט פֿון אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישן פּראָיעקט׃ "די געבײַדעס פֿון שילן האָבן אינטערעסירט אַנ־סקין ווי צענטערס פֿון דער טראַדיציאָנעלער קולטור, וווּ ייִדן האָבן זיך געפֿילט ווי איין קהילה". להיפּוך צו דער באַקאַנטער היסטאָריקערין פֿון ייִדישער קונסט, רחל ווישניצער, האָט אַנ־סקי אָפּגעשאַצט די שיל־געבײַדעס ניט פֿונעם עסטעטישן שטאַנדפּונקט, נאָר ווי עכטע פּראָדוקטן פֿון ייִדישער פֿאָלקס־שאַפֿונג. ער האָט מער ליב געהאַט קלענערע הילצערנע שילן, איידער די גרויסע געמויערטע "פֿעסטונג־שילן".

וואַלערי דימשיץ פֿירט אַן עקסקורסיע איבערן מוזיי
וואַלערי דימשיץ פֿירט אַן עקסקורסיע איבערן מוזיי

די אויסשטעלונג איז ממשיך אַנ־סקיס שיטה פֿון אויסטײַטשן ייִדישע קונסט ווי אַן אויסדרוק פֿונעם שעפֿערישן גײַסט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער עסטעטישער אַספּעקט שפּילט דערבײַ ניט די סאַמע וויכטיקע ראָלע. דימשיץ דערקלערט ווײַטער׃ "יעדע זאַך פֿון די אַמאָליקע צײַטן איז וויכטיק פֿאַר דער געשיכטע פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. צווישן די עקספּאָנאַטן פֿון דער אויסשטעלונג זײַנען פֿאַראַן אי זייער שיינע זאַכן, אי גאָר פּשוטע, וואָס האָבן אָבער ניט ווייניקער ווערט פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט." אַ באַזונדערער אָפּטייל פֿון דער אויסשטעלונג איז געווידמענט די ייִדישע פֿרויען און זייער ראָלע אין דעם לעבן פֿון דער שיל.

דער צענטראַלער עקספּאָנאַט פֿון דער אויסשטעלונג איז אַ מאָדעל פֿון אַ שיל, וואָס איז צונויפֿגעשטעלט פֿון פֿאַרשידענע עלעמענטן׃ אַ ווירטועלע עלעקטראָנישע רעקאָנסטרוקציע, פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן פֿון אַמאָליקע ייִדן און שטעטלדיקע לאַנדשאַפֿטן, און ממשותדיקע זאַכן. אַזוי אַרום פֿילט זיך דער באַזוכער ממש אינעווייניק פֿונעם רוים פֿון דער אַמאָליקער שטעטלדיקער שיל מיט דער בימה צווישן פֿיר קאָלאָנעס, וואָס האַלטן אונטער אַ הויכן דאַך. פֿון אונטן ווערן אויף דער סטעליע געוויזן סלײַדן מיט געמאָלטע בילדער פֿון דער מאָלעווער שיל, דער איינציקער אָנדענק פֿון דער רײַכער קולטור פֿון שיל־מאָלערײַ.

די קוראַטאָרן האָבן בכּיוון באַטאָנט דעם אונטערשיד צווישן די טראַדיציאָנעלע אַשכּנזישע שילן און די מאָדערנע קאָר־שילן, וואָס מען האָט אויפֿגעבויט סוף 19טן יאָרהונדערט אין מאָסקווע און סאַנקט־פּעטערבורג לויט דעם "ספֿרדישן" נוסח, מיט דער בימה לעבן דעם אָרון־קודש. אין די טראַדיציאָנעלע אַשכּנזישע שילן האָט די בימה פֿאַרנומען דאָס צענטראַלע אָרט, וואָס האָט באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿון תּורה פֿאַר דער ייִדישער קהילה. אַזוי אַרום באַקומט דער באַזוכער פֿון דער אויסשטעלונג די מעגלעכקייט צו פֿילן דעם טעם פֿונעם אַמאָליקן שטעטל־לעבן. מען זעט אַרום זיך געשטאַלטן, אימאַזשן און זאַכן פֿון דער וועלט, וואָס זענען אַוועק אין דער אייביקייט מיטן חורבן.